יום שני, ספטמבר 13, 2004

אַן אויסגעשטרעקטע האַנט: פֿרומע און וועלטלעכע פֿאַראייניקט אײַך!

פֿאַר וואָס שרײַבן די גאָר פֿרומע וועגן אונדז ייִדישיסטן?
צו מײַנע ייִדישע און אידישע ברידער: ווען מ´גייט שאַפֿן נײַע ייִשובֿים, לאָמיר וויסן אונדזער אויפֿגאַבע
אַן עסיי פֿון י. שימאַנאָוויטש אין „דער בליק“

מײַן בלאָג־חבֿר יוקער האָט מיר לעצטנס צוגעשיקט אַן אַרטיקל וואָס איז אַרויס אין יולי־אויגוסט־נומער פֿון חרדישן זשורנאַל „דער בליק“. ס´איז מאָדנע, באַלערנדיק, צוזאָגנדיק, און אַ קאַפּעטשקע רירנדיק, אַלע מיט אַ מאָל. לאָמיר אָננעמען אַז ניט יעדער האָט די געלעגנהייט אויפֿצומישן אַן עקזעמפּלאַר „דער בליק“ (כ´ווייס אַז כ´האָב עס קיין מאָל ניט געלייענט, כאָטש אַוודאי געהערט דערפֿון). וועגן וואָס גייט די רייד?

דער מחבר הייבט אָן מיט דער טענה, אַז גאָר פֿרומע ייִדן זאָגן (און שרײַבן) "איד", "אידיש", בשעת מיר ייִדיש־רעדערס פֿון אַפּיקורסישן סאָרט שרײַבן און זאָגן „ייִד,“ „ייִדיש.“ ערשטנס איז דאָס לפֿי עניות דעתּי נאַרישקייט. אויב עס זײַנען בכלל פֿאַראַן ייִדישע ייִדן וואָס זאָגן באמת „איד“ (אָן קיין יוד?), איז נאָר דערפֿאַר, וואָס ס´האָט אויף זיי היפּש משפּיע געווען דאָס שרײַב־לשון אויף דער חרדישער גאַס. אויף וויפֿל איך ווייס, און כ´בין ניט קיין לינגוויסט, זאָגן געבוירענער ייִדיש־רעדערס „ייִד“. (שרײַבן שרײַבט מען אַנדערש. געזונטערהייט!)

דערנאָך גייט ער איבער אויף גאָר אַ מאָדנעם גאַנג. ערשטנס פּרוּווט ער אָפּמאָלן ייִדישיסטן לויט זײַנע אייגענע פֿאָראורטלען, און שרײַבט אַז מיר זײַנען „ייִדן וואָס האָבן ל"ע אָפּגעלאָזט תּורה ומיצוות און זייער ייִדישקייט באַשטייט נאָר פֿון דעם ´אַז זיי רעדן ייִדיש´.“

ראשית־חכמה קען איך זאָגן, אַז כ´האָב גאָר ניט אָפּגעלאָזט תּורה־ומיצוות – פֿאַרקערט, זיי ציִען מיך אַלץ מער און מער. (אײַ, וואָס מײַן דרך און השקפֿה איז ניט דער זעלבער וואָס זײַנס? וועט די וועלט ניט אונטערגיין דערפֿון.) און צווייטנס, זײַנען דאָ אַ שלל מיט פֿרומע ייִדן וואָס באַצייכענען זיך שטאָלצערהייט ווי „ייִדישיסטן.“ ס´איז בדרך־כּלל אַ בילבול, אָדער סתּם עם־הארצות, צו זאָגן אַז ייִדישקייט, פֿאַר אַ ייִדישיסט, באַשטייט נאָר אין זײַן רעדן ייִדיש. ייִדישיזם קען מען דעפֿינירן אַנדערש לויט דער שיטה און דער תּקופֿה, נאָר על־רגל־אַחת גייט עס אין דעם, וואָס מע שאַצט אָפּ ייִדיש ווי אַ מיטל צו באַרײַכערן, פֿאַרטיידיקן, און פֿונאַנדערבויען ייִדישיקייט. ס´איז אַ פֿאַרשידן־מיניקע אידעאָלאָגיע וואָס איז שווער אַראָפּצורײַסן מיט אינטעלעקטועלער אָרנטלעכקייט, ווײַל דערמיט וואָלט מען געמוזט במילא אויך פּסלען נתן בירנבוים, הרבֿ סאָלאָווייטשיק, די סאַטמער טייטלבוימס, און דער ליובאַוויטשער רבי אין איינעם.

כ´פֿאַרשטיי קיין מאָל ניט, פֿאַר וואָס טייל גאָר פֿרומע שרײַבערס חשקן זיך צו שיטן פּעך און שוועבל אויפֿן וועלטלעכן ייִדישיזם, אויב מיר גייען כּלומרשט אונטער. אפֿשר דאַרף מען האָבן אַ שׂונא . . .

נו, ווײַטער. ווײַטער גייט דער אמתער חידוש. דאַכט זיך, אַז דער שימאַנאָוויטש האָט צוטריט צו, אָדער פּאָסמאַקעוועט זיך אַליין מיט, די מעלדונגען און אַקטיוויטעטן פֿון אַן אָרגאַניזאַציע וואָס כ´בין אין איר גאָר אַרײַנגעטאָן, יוגנטרוף יוגנט פֿאַר ייִדיש. ער איז פּורש־בשמו דווקא איינעם פֿון אונדזערע נײַסטע און (כ´זאָג דאָס גאָר אָן פּנייות, ווײַל ס´איז מײַנס אַ געדאַנק!) הצלחהדיקסטע פּראָגראַמען – דער ייִדיש־קהילה־פֿאָנד, וואָס באַוויליקט סטיפּענדיעס פֿאַר די, וואָס ווילן זיך באַזעצן זיך לעבן אַנדערע ייִדיש־רעדערס. (ער אַטאַקירט אויך, אַגבֿ־אורחא, אונדזערע „ייִדיש־סבֿיבֿות“, קליינע גרופּעס ייִדיש־רעדערס וואָס קומען זיך צונויף צו בויען ייִדיש־רעדנדיקע ציבורס. און ער פּרוּווט אויך אַראָפּרײַסן די ייִדיש־וואָך, כאָטש דאָס איינציקע וואָס ס´פֿאַלט אים אײַן צו זאָגן איז דאָס, וואָס מענער און פֿרויען באַטייליקן זיך גלײַך אין דער זעלבער זומער־קאָלאָניע. וואָס דאַרפֿט איר מער? הערט, אונדזערס איז ניט קיין חרדישער קעמפּ, דאַרף מען ניט דערוואַרטן פֿון אונדז קיין חרדישע מחיצה צווישן די מינים!)

און ער לאָזט ארויס, דער מחבר, אַ קול־קורא אויפֿן אַדרעס פֿון מיר, די וועלטלעכע ייִדישיסטן:

"עס איז אַ שאָד אײַער אַרבעט. עס איז אַ שאָד דאָס געלט פֿון דעם ´ייִדיש־קהילה־פֿאָנד´ וואָס קומט פֿון אַ בײַשטײַער פֿון אַ געוויסער פֿונדאַציע. [ווײַטער רעכנט ער אויס, מיט שפּאָט און ביטול, די טרויערדיקע פֿאַקטן וועגן דעם באַרג־אַראָפּ פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור.] . . .

„איצט ווען איר טוט אין שאַפֿן [כּך] אייגענע סבֿיבֿות, איז אַ פּאַסיקע און נאָך אַ זעלטענע געלעגנהייט זיך צו אַריבערפֿירן אין אַ נײַעם לעבנסגאַנג, ס´דאַרף אַרײַנגענומען ווערן אין די התחייבֿותן פֿון יעדן אַהינציִער עפּעס נײַ פֿון אַמאָליקן ייִדישן לעבן [. . .] צום אור־אַלטן ייִדישן מסורה, וווּ מ´וועט פֿילן אַ נײַעם גליקלעכן לעבן פֿון זיך אַליין און פֿון די ´אידיש´ נחת וואָס וועט נאָכקומען.

„איר וועט זען, אַז אמתע ייִדישקייט איז לחלוטין ניט דאָס ווי אַזוי איר האָט געלייענט אין די אַלטע ´ייִדישע ביכער´ [. . .] קומט און באַקענט זיך מיטן לעבן פֿון אידישע אידן, זעט וויפֿל געשמאַקקייט, רײַכקייט, גוטסקייט, זיסקייט און צו דעם ´אויסדויעריקייט´ טוט עס פֿאַרמאָגן.

„אַדרבא שאַפֿט אידישע – זאָל עס געשריבן ווערן ייִדישע – סבֿיבֿות, וווּ אײַער נאָמען, אײַער ווערק, אײַער חשיבֿות וועט תּמיד געטראָגן ווערן מיט ווירדע צווישן אײַערע דורות און דורי דורות. אידישע ברידער וועלן עס אײַך העלפֿן דורכפֿירן. צענדליקער טויזנטער פֿון אַנגלאָ־אידישע היימען זענען שוין נאָכגעקומען זייער איבערצײַגונג צו ווערן פֿולשטענדיקע שומרי־תּורה־ומיצוות. איצט איז די צײַט פֿאַר די „ייִדיש־אידישע“. איר וועט מאַכן היסטאָריע, די אייביק אידישע געשיכטע וועט אײַך אויף אייביק מיט חשיבֿות געדענקען.

„הערט אונדזער רוף. זעט אונדזער אויסגעשטרעקטע האַנט צו אײַך. לאָמיר זיך צוריק צוזאַמקומען. ווערט אַ פֿולבלוטיקער גליד פֿון אידישן פֿאָלק וואָס איז ממשיך דעם עלטסטן ירושה פֿון איבער דרײַ טויזנט יאָר צוריק ווען מיר אַלע זענען געשטאַנען בײַם באַרג סיני און געוואָרן אויסגעקליבן אַלס עם ה´. אַ ברודער קען אַלע מאָל צוריקקומען! מיר אַלע וואַרטן אויף אײַך!“

עד כּען דער בליק.

איז מײַן ערטשער אָפּרוף: או־וואַ! לאָמיר זיך אָפּווישן דעם שטערן.

נאָר ווייסט איר וואָס? איך בין מסכּים. מסכּים אַז מיר וועלטלעכע ייִדישיסטן האָבן אַ סך וואָס צו לערנען זיך בײַ די גאָר פֿרומע. מסכּים אַז מיר קענען אַלע, ערבֿ ראָש־השנה, מאַכן אַגודה אַחת, איין פֿאַרבאַנד צו שטאַרקן די ייִדישקייט וואָס מיר (אַלע „מיר,“ סײַ חרדיש סײַ וועלטלעך) האָבן בשותּפֿות: אַ ייִדישקייט וואָס ווערט פֿאַרשטאַרקט און באַרײַכערט דורך ייִדיש־לשון. מיר וואָלטן גערן געקומען אויף אײַערע שׂימחות, זיך צוגעהערט צו אײַערע דרשות, געשטאַנען שעהען לאַנג בײַ אײַערע טישן און געטאַנצט אויף אײַערע פּורימס. מיר ווילן ממש צונויפֿקומען מיט אײַך ווי איין עם־אַשכּנז, איין ייִדיש פֿאָלק תּרתּי־משמע. תּורה־לערנען, תּורה־ומיצוות איז אַן אינטערגראַלער טייל פֿון אונדזער פֿעלקערשאַפֿט, און מיר פֿאַרשטייען און שאַצן דאָס אָפּ.

נאָר איר קענט זיך אויך עפּעס לערנען בײַ אונדז. מיר פֿאַרשטייען אַז פֿאַראַן מער ווי איין דרך צו ייִדישקייט. מע מעג אַפֿילו היטן מיצוות אויף מער ווי איין (חרדישן/חסידישן) אופֿן! מיר ווייסן אַז שבֿעים פּנים לתּורה נעמט אויך אַרײַן דעם פֿאָלקס אופֿן אויסדריקן זיך, אַז דער תּוכן פֿון געדאַנק איז פּונקט אַזוי וויכטיק ווי די התמדה און אײַנגעשפּאַרטקייט מיט וואָס מע זאָגט אים. תּפֿילה זיכער, פֿרומקייט זיכער (כאָטש איך וויל קיינעם ניט צווינגען), נאָר לשון, ליטעראַטור, קולטור אויך. שׂכל און האַרץ צוזאַמען. פֿאַר וואָס מוז מען עפּעס אַוועקמאַכן פֿון דער האַנט גרויסע טיילן פֿון דער ייִדישער געשיכטע? איך שאַץ אָפּ סײַ ר´ עקיבֿא אייגער, סײַ ל. שאַפּיראָ – סײַ אַבֿרהם רייזן, סײַ דעם „בעקבֿות היראה.“ איז דאָס אַזאַ גרויסע סתּירה?

מיר דאַכט זיך, אַז ניין. איז לאָמיר זיך אַלע, ייִדישיסטן און אידישיסטן, מתחייבֿ זײַן אין נײַעם יאָר צו אָנערקענען איינער דעם צווייטן אויף דאָס נײַ, ניט דורך ביטול אָדער מיסיאָנערשאַפֿט נאָר דורך קעגנזײַטיקן דרך־ארץ און פֿאַרשטאַנד. נאָר לאָמיר ביידע אויך קאָנקורירן זיך, זיך ראַנגלען און מתווכּח זײַן איבערן תּוכן פֿון דער ייִדישער קולטור. לאָמיר זיך ניט שעמען מודה צו זײַן אַז אונדזער צד איז אויך ווערט, כאָטש איר וועט ניט ווערן וועלטלעך און מיר וועלן ניט ווערן חרדיש. ניט געפֿערלעך! אלו ואלו.

5 תגובות:

  1. אנונימי2:25 AM

    mir iz gringer leyenen Israelblog.
    eqj

    השבמחק
  2. אנונימי6:01 AM

    מיר דוכט זיך אז ירושלמים זאגען יא "איד" מיט אן אלף.

    השבמחק
  3. איך פֿאַרשטיי ניט. מײַן שמאָלקעפּיקייט, אָדער די שמאָלקעפּיקייט פֿון מחבר פֿון אַרטיקל?

    השבמחק
  4. אנונימי12:06 PM

    איך מיין אז די שמאלקעפיקייט פינעם מחבר פין ארטיקל אין בליק

    השבמחק
  5. אנונימי9:42 AM

    בנוגע יידיש - אידיש - דאס רוב ליטווישע אידן זאגן אויס אידיש , אידן און ניט יידיש

    השבמחק