אַ חבֿר מײַנער האָט געזאָגט אַז די גרויסע ייִדישע שרײַבערס האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט קליינע השׂגות. זיי האָבן זיך באַגנוגנט מיט באַגרענעצטע אַמביציעס, אַ ליד דאָ, אַ ראָמאַן דאָרט, אַ פּיעסע בײַ אַ דריטער געלעגנהייט. וואָס בעט זיך, זאָגט ער, איז אַ לעבנס-פּראָגראַם. אַ טאָלסטאָי דאַרף זײַן, אַ סוצקעווער, אַן אצ"ג.
אַ בײַשפּיל האָט ער געבראַכט. לאָמיר אָנכאַפּן פּרץ, האָט ער געזאָגט, אַז מע לייענט איין שאַפֿונג זײַנס איז ניט אַזאַ גרויסע גדולה. נאָר ווען מע לייענט גאַנץ פּרץ כאַפּט מען זיך אַז -- פּרץ איז פּרץ.
הייסט עס, האָב איך געזאָגט, אַז מיט יעדער שאַפֿונג דאַרף מען ווײַטער אויפֿבויען דעם פּיתום ורעמסס פֿון אייגענעם לעבן. ווי אַ קינדס קלעצל-טורעם וואָס טאַטע-מאַמע ציטערן איבער דער צאָל קלעצלעך, טאָמער איז דאָס קינד חלילה הינטערשטעליק אין זײַן אַנטוויקלונג.
אויב אַזוי אַוווּ זאָל איך האַלטן איצט אין דער סכעמע פֿון מײַן מגדל בבֿל? וווּ איז מײַן צוקוקער וואָס זאָל מיר זאָגן וווּ איך האַלט, צי איך דאַרף ניט אַ קער טאָן אין איין ריכטונג אָדער אַ צווייטער?
איך אַרבעט אויף אַ מאַפּע און דער דזשי-פּי-עס איז ניטאָ. איך פֿאָר און אַלע ריכטונגען זײַנען מעגלעך, גאָרניט קיין מאַרשרוט איז פֿאַרווערט.
איז אויפֿגעשוווּמען די אַלטע מעשה. ברירה קעגן גורל. שאַפֿונג קעגן סופֿיקייט.
פּרץ האָט דען געוווּסט בײַ זײַן לעבן אַז ער איז עס - פרץ? די היסטאָריקער וועלן מסתּמא זאָגן, אַז יאָ, נאָר איך בין מסופּק. האָט ער דען אויך געוווּסט, אַז מע וועט אים בכלל ניט לייענען, ניט קענען לייענען, אין הונדערט יאָר אַרום? אַז כּמעט די איינציקע רייד פּרצס וועט מען הערן בײַ באָנטשע שווײַג אין מויל?
מע שרײַבט - מע לעבט - אומוויסיקערהייט. דער זייגער גייט און ניט דער שטוב ברענט, ניט מע הערט אָדער זעט דעם זייגער. מע האַלט די לאָפּעטע אין דער האַנט און מע בויט און מע בויט ביז מע שפּירט ווי די זון ווערט הייס ווי אַ בלוטאויסגאָס און די ליניעס פֿון דער סכעמע ווערן שוין פֿאַרטײַטשט פֿון אַ נײַגעריקן צוקוקער מיט צוטריט צו אונדזער לעבן, געזען סוף-כּל-סוף כּלפּי חוץ.
עס גייט די רייד וועגן דיר, וואָס דו האָסט אָנגעשריבן, צי עס האָט געטויגט, און וועסט קיין מאָל ניט וויסן דעם ענטפֿער. ניט צי דײַנע שרײַבעכצן האָבן געטויגט, ניט צי דו האָסט געטויגט.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה