יום רביעי, מרץ 10, 2010

שטאַרבן איז גוט

שטאַרבן איז גוט
מיט געלט.
די תּכריכים וועל איך פֿאַרזעצן
אויף יענער וועלט.
נעם צוויי לוחות
און רוף מיך אין דער פֿרי --
דאָרט וועל איך זײַן מיוחס
אויב ניט דאָ הי.

תגובה 1:

  1. יעקב8:09 PM

    זייט מיר ביטע מסביר וואס עס באדייטן די צוויי שורות "נעם צוויי לוחות, און רוף מיך אין דער פרי". דאס איבריגע פארשטיי איך, אבער די צוויי שורות זענען מיר אומפארשטענדליך, וואס די כוונה איז ביי זיי אין צוזאמענהאנג מיט שטארבן און "יענע וועלט".

    השבמחק