יום ראשון, אוקטובר 31, 2010

"דער ראָב זאָגט: קיין מאָל מער"

איך ווייס שוין וואָס עס פֿעלט אײַך אויף דער זינדיקער ערד: עדגאַר עלען פּאָוס "דער ראָב" - אויף מאַמע־לשון, פֿאַרשטייט זיך. דער נוסח געפֿינט זיך אין י. קיסינס "ליד און עסיי" (ניו־יאָרק, 1956). גיט אַ קליק דאָ.

קיסין האָט דאַכט זיך איבערגעזעצט אַ ריי לידער אויף ייִדיש; כ'האָב זיי נאָך ניט איבערגעלייענט, ווייס איך ניט וואָס ס'איז כּדאַי און וואָס ס'איז...כּדאַי אין פֿײַער צו וואַרפֿן.

האַלאָווין־גרוסן אַלע מײַנע אַמעריקאַנער חבֿרים וואָס זײַנען מחמיר אויף צוקערלעך און מקיל אויך חוקת־הגויים (וגם אַני בתוכם)!

2 תגובות:

  1. אנונימי5:01 PM

    פוי, דו ביסט אזא גוי אז ס'קומט מיר צו ברעכן!

    השבמחק
  2. איך קען ניט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס דו ווילסט ניט אונטערשרײַבן אַזאַ הערלעכן קאָמענטאַר.

    הער אויף פֿײַנט צו האָבן אַזוי פֿיל, וועסט ברעכן ווייניקער.

    השבמחק