פֿאַרפֿירט לעצטנס אַ בליצפּאָסט-שמועס מיט מײַן חבֿר און מיטבלאָגער קטלא קניא וועגן פּרשת רובאַשקין און דעם באַגריף (אומ)יושר אויף דער חסידישער גאַס. זײַן לשון האָב איך אַגבֿ ניט אָנגערירט.
ק"ק: איך האָב ניט געהערט פֿון דיר אַ דעה איבער דער רובאַשקין "אומיושר". איך לייען דער הכּצעקת פֿון אַחינו בני ישׂראל און פֿאַר אַ רגע בין איך מסופּק צי מען קען גלייבן די מעשׂיות איבער דרײַפֿוס און ביילין. אפֿשר דאַרף מען די חבֿרה צוריקשיקן אַהין צו זען וואָס באַדײַט שׂינאת-ישׂראל. אָבער אַף-על-פּי-כן איז שווער צו פֿאַרשטיין אַ לעגאַלע סיסטעם וואָס שפּאַרט אײַן מענטשן איבער דיני ממנות אויף 27 יאָר. איך ווייס ניט צי מיידאָף וואָלט דאָס באַקומען אין אַנדערע לענדער.
ש"ב: דעם אמת זאָגנדיק האָב איך ניט דעם מינדסטן מיטגעפֿיל פֿאַר רובאַשקין, האָב איך ניט געלייענט די נײַעס וועגן אים מיט קאָפּ. עס קען זײַן (און איך ציטער איבער דעם אין די תּשובֿה-טעג) אַז מײַן אַהבֿת-ישׂראל צו אים און זײַנע קרײַזן איז ניט בײַ דער העכסטער מדרגה. קען זײַן אַז מע האָט אויף אים אַרויפֿגעלייגט אַן אומיושרדיקן שטראָף.
אַמאָל טוט מען דאָס טאַקע מיט די ווײַס-קאָלנערניקעס מע זאָל ניט מיינען אַז לית דין ולית דיין. און דו ווייסט וואָס? יענע חבֿרה מיינט טאַקע אַז דינא דמלכותא דינא איז קיין מאָל שייך. איז אפֿשר ניט אַזוי אומיושרדיק.
ק"ק: מסכּים מיט אַלעס. מיר ייִדן בכלל און פֿרומע בפֿרט האָבן אַ נאַראַטיוו און רובאַשקין פּאָרט צו דעם גוט. אַ ייִד איז זיך מוסר נפֿש אויף ייִדיש פֿלייש און די אַנטיסעמיטן ווילן אים אַוועקלייגן. ער שפּילט גוט צו מיט די ספֿרים און דער קיטל און מסירת-נפֿש איבער אַ טלית-קטן. אָן בכלל אַרײַנצוגין אין דער יושר ווייסט ער גוט וועלכע ייִדישע קנעפּלעך צו דריקן. ברענגט מען דערנאָך אַ לעווין מיט אַ פּאָר גויים און די פֿרומע שרײַען באַלד אַז אַפֿילו די פֿרײַע און די גויים זאָגן ער איז גערעכט, און אַז די גויים האַלטן ווי אונדז איז דאָך ניט דאָ אַ שטערקערע ראיה.
איך וועל דיר זאָגן אַז חוץ דעם לית דין ודיין און זיך אויסלאַכן פֿון דינא דמלכותא איז בײַ אונדז דער גאַנצער מושׂג פֿון אָפּגעבן דין-וחשבון כּלומר אַקאַונטאַביליטי אין גאַנצן אַ פֿרעמדע. פֿון קינדווײַז אָן נעמט מען ניט אָדער שוואַכע עקזאַמענס. אין ישיבֿות נעמט מען יעדער אָן חוץ די גאָר פֿאַרדאָרבענע, אין שידוכים זאָגט מען אַ ליגן און עס גייט שוין, אין כּולל קען סײַ ווי גיין, מלמדים און טיטשערס זאָגט מען ניט אָפּ, און קרימינאַלע עבֿירות צי ממנות צי סעקסועלע פֿאַרשווײַגט מען אַלס מסירה און "נעבעך אַ שטיב מיט קינדער" וכו'.
און דער פּשוטער מושׂג אַז מע דאַרף אָפּגעבן אַ מאָל אַ חשבון איז המשפּט לאלוקים הוא און רוף מיך צום ונתנה תּוקף.
און דאָס איז דער שווערסטער צו פֿאַרשטיין.

ס'איז גארנישט אזוי פשוט - און האט כמעט גארנישט צוטאן מיט זיין אידישקייט. רובאשקין איז אבער יא א קרבן פון די יוניאנס - ווידעראמאל, ווי א ביזנעסמאן, נישט איד.
השבמחקאיך ביו מסכים מיט רוב נקודות אין דיין אימעיל-געשפרעך. זיי זענען אבער כמעט ווי נישט נוגע צו פרשת רובאשקין.
איך האף בקרוב צו דערקלערן (מיין צו זאגן: ברענגען די פאקטן און באווייזן) דעם ענין. איך קען דיר שיקן אין אימעיל א האלב-געענדיגע ארבעט, אויף ענגליש, ליידער ...