די "טרויערנדיקע" רעגירונג פֿון ישׂראל האָט זיך אָבער נישט צו שטאַרק — נאָר טאַקע אינגאַנצן נישט —איבערגענומען און זיך פֿון דעם צום האַרצן נישט גענומען. זי האָט זיך נישט גענייטיקט אין קיין מיטגעפֿיל, ווײַל זי האָט אין דעם ענין קיין געפֿיל נישט אַרויסגעוויזן. זי האָט אַפֿילו קיין נעקראָלאָג אין די צײַטונגען נישט פֿאַרעפֿנטלעכט, ווי עס פֿירט זיך, געוויינטלעך לגבי אַנדערע אנשי־ציבור אָדער קולטור־גיבורים, וואָס "זינדיקן נישט" מיט קיין ליבשאַפֿט צו ייִדיש.
יום שני, פברואר 01, 2010
די ישׁראל-רעגירונג טרויערט אויפֿן טויט פֿון סוצקעווער...ניט אַזוי שטאַרק
אויף דער לוויה, ווי עס גיט איבער יצחק לודען, האָט געפֿעלט וואָסער ניט איז רעפּרעזענטאַנט פֿון דער ישׂראל-רעגירונג, פֿון דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ, אָדער פֿון העבערישן שרײַבער-פֿאַראיין.
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
טאַקע אַ שאָד. די אַלטע אַנטי־ייִדיש־שטעלונגען זײַנען נאָך ניט, זעט אױס, טױט.
השבמחקדאָס האָט ניט קײן שײַכות מיט אײַער אָנזאָג, נאָר איך װיל פֿרעגן: װי זאַױ קען מען אַבאָנירן צום זשורנאַל „מעלות‟, װעגן װעלכן איר האָט פֿריִער געשריבן? איז דאָ אפֿשר אַן אַדרעס אָדער אַ טעלעפֿאָן־נומער?