יום רביעי, יוני 09, 2010

אַן אינטערװיו מיט "האַסידיק רעבעל"

"האַסידיק רעבעל" איז אַ באַװוּסטער בלאָגער, אַ געװעזענער חסידישער יונגער-מאַן װאָס איז אַראָפּ פֿון דרך. ביז נישט-לאַנג האָט ער בלאָגירט און געשריבן אַנאָנים, און לעצטנס האָט ער זיך פּורש-בשמו געװען װי שלום דין. ער װױנט הײַנט אין װיליִאַמסבורג און איך בין דאַנקבאַר װאָס ער האָט מסכּים געװען אױף אַן אינטערװיו מיט מיר.

דאָס איז דער ערשטער חלק. המשך קומט אי"ה.

1. זייט אזוי גוט און זאגט אונדז עפעס וועגן אייערע קינדער-יארן, וואו איר זייט אויפגעוואקסן, וועלכע חסידות, וועלכע ישיבות, אד"גל, וואס פאר אן עלטערן... אין אייער משפחה-לעבן האט איר געהאט פאזיטיווע איבערלעבענישן מיט רעליגיעזקייט/חסידות?

איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק און געלערנט אין קראסנא חדר. נאך די בר מצוה האב איך געלערנט איין יאר אין מאנטריאל ביים זשיבוי'ער רב, ר' יחיאל מאיר כ"ץ, און דערנאך אין סקווירא ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג. פון דארט בין איך נאנט געווארן צו סקווירא חסידות, און געגאנגען לערנען אין שיכון סקווירא, וואו איך האב דערנאך חתונה געהאט, געלערנט אין כולל, און געוואוינט מיט מיין פאמיליע פאר בערך צוועלף יאר.

מיינע עלטערן זענען געווען "נייטראלע" חסידים, נישט געבינדן אפיציעל צו קיין ספעציעלע חסידות; מיין פאטער האט שטארק געשעצט עטליכע רבי'ס -- ספעציעל באבאוו און סאטמאר (קודם דעם בעל דברי יואל און שפעטער דעם ברך משה). ער האט געשעפט חסיד'ישע השפעות פון פילע מקורות, אריינגערעכנט תניא, ליקוטי מהר"ן, און דברי יואל/ויואל משה/א.ד.ג. מיין פאטער איז נפטר געווארן אין תשמ"ח, ווען איך בין אלט געווען פערצן יאר.

מיין ערציאונג כלפי אידישקייט און חסידות איז געווען גענצליך פאזיטיוו. מיינע עלטערן האבן אין מיר אריינגעגעבן א ווארימקייט פאר אידישקייט אן דאס מינדעסטע פארם פון איבערשרעקן אדער נעגאטיוויטעט. מיינע עלטערן זענען געווען שטארק פרום און ערליך אבער מעסיג אין דאס וואס זיי האבן פארלאנגט פון אנדערע, און זיי האבן אריינגעגעבן אין מיינע געשוויסטער און מיר די זעלבע וועלטסבליק.

2. ווען און ווי אזוי האט איר אנגעהויבן שפירן ספקות וועגן פרומען לעבן-שטייגער? און וועגן וואס, גענוי, זיינען (געווען) אייערע ספקות? צי איז געגאנגען אין מחשבות, פירעכצן, דער געזעלשאפט, לעבן-שטייגער, אלץ אדער גארניט פון די?

אלץ בחור אין ישיבה און אלץ יונגערמאן גלייך נאך די חתונה בין איך געווען גאר א פרומער, און איך האב זיך געווייקט אין ספרי חסידות און אין דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער. איך בין אבער פון קינדווייז אן געווען א שטענדיגע ליינער -- פון קראסנא חדר, צו מיין גוטן מזל, האב איך זיך איינגעקויפט א גאנץ פיינעם קענטעניס מיט ליינען און שרייבן ענגליש. צוביסלעך האב איך אנגעהויבן צו ליינען אויף פילע וועלטליכע ענינים, און עווענטועל האב איך זיך אנגעשטויסן אין ליין-מאטעריאל וואס האבן באהאנדלט די נושאים פון רעליגיע. אין אנהייב האט עס מיר נאר אריינגעגעבן ספקות אויף דעם עקסטרעמיזם פון חסיד'ישן לעבנסשטייגער, די בלינדע אמונה, די דערווייטערונג פון וויסנשאפט, און דאס מענטאליטעט וואס זאגט אז אלץ וואס מיר טוען איז כשר און ריכטיג.

מיט די צייט האב איך אנגעהויבן האבן ספיקות אין פארשידענע יסודות אין אמונה ענינים. ווען איך האב אנגעהויבן ליינען וועגן דעם לעבנסשטייגער און קולטור פון פארצייטישע פעלקער, די סעמיטישע שבטים ארום ארץ ישראל, די פארשידענע מצרי'שע גלויבונגען, די פערסישע זארא'אסטריאניזם, איז געווען שווער צו פארקוקן די כמעט-אפענע באווייזן אז די פארשידענע גלויבונגען און פאנאטישע "סופערסטישאנס" האבן אלע משפיע געווען פון איין גרופע מענטשן אויפ'ן אנדערן. איך האב אנגעהויבן ליינען די ביכער פון פארשער אויף די ספרי תנ"ך, 'ביבל-קריטיסיזם', ביבל'ישער ארכעאלאגיע, א.ד.ג. און איך האב אנגעהויבן צו זען די יסודות פון אונזער אלט-ישראל'ישן/אידישן גלויבן אין גאר אן אנדערן ליכט. פון דארט האט זיך מיין אמונה צוטרייסלט אינגאנצן און עווענטועל האב איך אויפגעהערט גלייבן אין סיי וואסערע רעליגיעזע זאכן.

תגובה 1:

  1. אנונימי6:01 PM

    זײער אינטערעסאַנט. ער איז גאָר אַ טאַלאַנטירטער שרײבער אױף ענגליש, שײן, ליטעראַריש אָבער ס'איז ניט שװער צו קײטן דאָס װאָס ער האַלט און װאָס ער זאָגט. און פון דעם שטיקל טעקסט קען מען זען אַז ער איז דאָך אַ גוטער שרײבער אױף מאַמע-לשון. דאָס שרײבן איז ניט אַ לײזונג פאַר אַלע פּראָבלעמען אָבער ס'איז גאַנץ קלאָר אַז ס'העלפט אים אין זײנע באַשלוסן און זײערע קאָנסעקװענצן. די װאָס קענען ענגליש זאָלן אַלע לײענען זײן בלאָג און זײן װעבזײטל "unpious". ש'כּוח און שרײב װאָס װײטער אױף בײדע שפּראַכן.

    השבמחק