יום חמישי, מאי 29, 2008

אַ שפּאַציר איבער דער פֿאָווערטס-רעדאַקציע

אויף יוטוב: אַ קליינער ווידעאָ וועגן דער רעדאַקציע פֿאָרווערטס. אינטערעסאַנט, כאָטש קיין שלאַגער וועט עס ניט ווערן. דער אמתער סטאַר (אַרום מינוט 5) איז זיכער דער בחור-הזעצער מר. קאַץ המכונה קעצל, וואָס רעדט געשיכטע פֿון דער אַלטער צײַטונג בימי איסט-בראָדוויי. כּדאַי!

ספק פיקוח נפש און די מעדיצין פון ספקות

דאס פארגאנגענע מאל ווען כ'האב געדארפט ארבעטן שבת אין טיש-שפיטאל (אנטשולדיקט: לאנגאן) האט מיט מיר פארפירט א שמועס אזא פריינדלעכער סאטמער טיפ גלאט אין דער וועלט אריין:

-דאקטער, אויב א מענטש האט טשעסט פיין קען ער אהיימגיין צוויי שעה צו פוס שבת?

-עס ווענדט זיך וואס פאר א מין טשעסט פיין, וואס איז די סיבה דערפון?

-די דאקטוירים האבן געזאגט אז עס האט ניט צו טאן מיטן הארץ, נאר איך האלט ס'איז נאך א סכנה. וואס האלט איר?

-כ'דארף אנקוקן דעם מענטש. פאראן אבער א סך סיבות צו האבן טשעסט-פיין...

דעמאלט האט זיך פארפירט דער שמועס אין כמה ריכטונגען. דערוואוסט האב איך אויך כמה זאכן: אז איינער פון די סאטמער רבנים האב מתיר געוווען א קאר אהיים שבת פאר עמעצן וואס פאלט אריין אין עמערדזשענסי-רום מיט ברוסטווייטיק. און אויך אז יענער ייד מיטן ווייטיק דער נידון דידן האט עלף קינדער בלע"ה אין דער היים. דאס דערקלערט זיין ווייטיק פון מיינעט וועגן!

דאס פרוסטרירנדיקסטע אבער איז געווען מיין דורכגעפאלענער פרואוו איבערצוגעבן, אז מיין מיינונג (אדער אבי א דאקטערס מיינונג) וועגן סכנה/ניט סכנה האט ווייניק צו טאן מיט ספק פיקוח נפש. ווייל דער ייד האט געבעטן ביי מיר א יא/ניין-תירוץ ווען דער גאנצער עיקר פון ספק פיקוח נפש שטעקט דאך אין פראבאביליטי. די צוויי בחינות דעקן זיך ניט!

האב איך געזאגט מיט א פוילן ענטפער:

-אייער רב איז גערעכט. בעסער ער זאל ניט אהיימגיין.

היימישע מיידלעך, סעקס, בחורים, ווילדע מעשׂים

99% פֿוּן די היטס אויף מײַן נאָוועלע-בלאָג זײַנען פֿון יענע, וואָס זוכן טערמינען ווי "היימישע מיידלעך" און "היימישע סעקס." כ'האָף זיי זײַנען ניט צו אַנטוישט.

רבי בעל-כּרחו

ר' דוד וויל נאָר לערנען, ניט געבן עצות. אויף דער וועסט-סײַד אָבער גייט אין רבישאַפֿט . . . און שידוכימשאַפֿט.

יום שלישי, מאי 27, 2008

מע האַלט בײַם אויפֿדעקן די כּלה

הײַנט גענומען אין דער האַנט אַרײַן צום ערשטן מאָל אַ פּראָבע-עקזעמפּלאַר פֿוּן אונדזער נײַעם ספֿר פּראַלניק, איין פֿיש צוויי פֿיש רויטער פֿיש בלויער פֿיש, אַ ייִדיש-איבערזעצונג פֿון ד"ר סוסעס באַוווּסטן קינדערביכל.

דאָס גייט אַרויס פֿאַרשטייט זיך בײַם מוציאים לאור די ייִדישע שטוב, ליוועראַנטן פֿון קוואַליטעט-ביכלעך זינט... 2003 למספּרם.

מער וועגן דעם ווען די פֿולע שיקונג קומט צו שיפֿלען פֿוּן סינגאַפּור. כ'וואָלט געמאַכט אַ שהחיינו נאָר (אַזוי ווי בײַ נעליים) בין איך זיכער, אַז די ביכלעך וועלן באַלד אויסגעקויפֿט ווערן און אָפּגעשמוציקט דורך די פֿינגער פֿון נײַגעריקע קליין און גרויס.

יום שישי, מאי 23, 2008

אומדערווארטער שטאלץ

מיין באציונג מיט דער קאנסערוואטיווער באוועגונג איז אזוי ווי מיט מיין משפחה (געמיינט מיינע עלטערן): כ'האב זיי ליב און זיי מאכן מיך משוגע. וויפל מאל מע פרעגט מיך וועגן מיין יידישקיט און וויפל מאל איך ענטפער מיט א האלבן מויל אז כ'בין א קאנסערוואטיווער ייד!  וויפל מאל שעם איך זיך מיט מיין ירושה! 

די לעצטע פאר יאר אבער הייב איך אן צו זען, צו ביסלעך און ניט אין יעדן פרט, ווי די טעארעטישע מעלות פון דער קאנסערוואטיווער שיטה (בקיצור: הלכהשקייט איינגעפאסט אין דרך-ארץ פאר און געבונדנקייט צו דער מאדערנער וויסנשאפט און קולטור) שפיגלען זיך אפ אין מעשים. תחילת די תשובות וועגן גייס און זייער פלאץ אין יידישן לעבן, און מאכן אן עד-היום ממש א רעוואלוציע אויף דער יידישער גאס אין אן עת-לעשות.

און איצט די פראגע פון טרייף-כשר פלייש, פלייש וואס איז "אויסער פוץ נאר אינעווייניק שמוץ", דאס מיין איך אוודאי רובאשקינס ענד קאמפאני. מיט שטאלץ באמערק איך אז די קאנסערוואטיווער באוועגונג איז געווען אין אנהייב די איינציקע וואס האט באלויכטן אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן די שווערע ענינים פון צער בעלי חיים און עוולה קעגן ארבעטערס וואס זיינען געקניפט און געבונדן מיט יושר - מאראליש כשרות - און מיט איין פירמע באזונדערש.

אין שייכות דערמיט איז כדאי צו דערמאנען און לינקעווען דעם פי-די-עף "הכשר צדק על-פי דין", א שיעור אזא (ניט גענוי א פסק) פון דער גרופע וואס פירט אן מיטן "הכשר-צדק" איניציאטיוו. ס'איז אנגעפראפט מיט תורה און שכל וועגן דער ראלע פון מארלישן פארשטאנד אין געשעפטס-לעבן, וועגן א מידת-חסידות וואס יעדער ייד דארף שטרעבן דערצו: צדק, גערעכטיקייט, אין האנדל און מיסחר.

וואלט איך מיט מיין ווייניק מנהיגות און ממש ניטאיקע רביסטווא שטארק געבעטן, מע זאל ניט ניצן דאס פלייש און ניט די קייטערערס וואס באניצן זיך דערמיט. און איך דאנק די רבנים און סתם בעלי-בתים פון דער קאנסערוואטיווער באוועגונג וואס האבן ארויסגעהויבן דעם ענין, געשריגן שומו שמים על זאת בשם כשרות של בשר וכשרות של חושן משפט.

יום שני, מאי 19, 2008

ניט אין דיקדוק נאָר אין סיגנון גייט עס

ס'איז אַלע מאָל גוט צו האָבן אַזוינע ווי קטלא קניא אויף מײַן זײַט. (מי ל-ווערטערביכער אלי!) נאָר אַפֿילו מיט מײַן רעספּעקטירטן קאָלעגע וועל איך זיך פֿונאַנדערגיין. ווי אַ סך מענטשן פֿאַרמישט ער די יוצרות. גראַמאַטיק איז דער אינערלעכער סטרוקטור פֿון אַ לשון. יעדער שפּראַך האָט אַ גראַמאַטיק אַזוי ווי יעדער קערפּער האָט ביינער - צו גיין און שטיין אָן דעם איז אוממעגלעך. אײַ, מע זאָגט אַז חסידים "רעדן אָן גראַמאַטיק" אָדער "מיט אַ פֿאַרגרײַזטן גראַמאַטיק"? דאָס איז פּשוט שטות פֿון אַ לינגוויסטישן שטאַנדפּונקט. וואָס מע וויל זאָגן דערמיט איז אפֿשר "די חסידים ניצן ניט די זעלבע כּללים פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך וואָס זײַנען אָנגענומען פֿון וועלטלעכע ליטעראַטן." דאָס איז אָבער ווײַט ניט די זעלבע זאַך פֿון גראַמאַטיק - ס'איז פּשוט וואָס די לערערס רופֿן גראַמאַטיק.

בקיצור: יעדער וואָס רעדט ייִדיש רעדט מיט אַ גראַמאַטיק.

סטיל איז עפּעס אַנדערש. ווי איך פֿאַרשטיי איז סטיל אויך שייך בײַ דער גערעדטער שפּראַך, נאָר מע פֿאַררופֿט זיך מער אויף דעם מער ווען עס גייט די רייד וועגן דער שרײַב-שפּראַך. סטיל איז נוסח, סיגנון, ווי אַזוי מע שרײַבט, מיט וועלכע ווערטער און אין וועלכן סדר. יעדער האָט במילא אַ גראַמאַטיק, נאָר שרײַבן קען מען גראַמאַטיש אָן אַ לעק סטיל.

ווען מע קוקט אַרײַן אין אַ ווערטערבוך (אויף וואָסער לשון זאָל ניט זײַן) ניט נאָר מע ברייטערט דאָס אייגענע ווערטער-וויסן, נאָר מע לערנט זיך ווי אַזוי אויסצודריקן זיך בעסער. מע שאַפֿט זיך בעסער געצײַג. וואָס "בעסער" הייסט . . . דאָס איז שוין אַ פֿראַגע וואָס מע קען אַרומרעדן שעהען לאַנג.

יום ראשון, מאי 11, 2008

(קיין) הלל מיט (אָן) אַ ברכה

הײַיאָר איז בײַ מיר געווען אַזאַ מין לאַנגער יום-העצמאות (אָדער, ווי איינער אַ לץ רופֿט עס, "יום-העצמות") סוף-וואָך, ווײַל ה' אייר איז אויסגעפֿאַלן שבת נאָר ס'איז געווען דחויה - פֿאָרויסגערוקט ביז דאָנערשטיק כּדי אויסצומײַדן חילול-שבת. (פֿאַר וואָס מיר בני-תּפֿוצות קענען ניט זאָגן הלל און על-הנסים שבת איז מיר קשה.) איז - דאָנערשטיק האָבן מיר געפּראַוועט אַ סעודה אין דער היים, שבת האָט מען געהאַלטן אין איין דרשהנען די וויכטיקייט פֿוּן דער מדינה, און הײַנט (זונטיק) בין איך געגאַנגען מיט ביילקען אויף אַ יום-העצמאות-שׂימחה.

דאָנערשטיק האָב איך ניט געזאָגט הלל. שבת האָב איך יאָ געזאָגט, נאָר אָן אַ ברכה. דאָס איז בײַ מיר אַ נײַע הנהגה.

לאָמיר זיך פֿאַרענטפֿערן. דאָס יאָר האָב איך זיך צום ערשטן מאָל אָפּגעגעבן אַ חשבון: איך בין סײַ אַ רעליגיעזער ייִד, סײַ אַ ציוניסט - דאָס הייסט אָבער ניט, אַז כ'מוז דווקא זײַן אַ רעליגיעזער ציוניסט. אין מײַן פֿאַל, דווקא פֿאַרקערט. ווײַל (לויט די איינציקע לויפֿיקע שיטות) צו זײַ אַ רעליגיעזער ציוניסט מיינט אַז דער אויפֿקום פֿוּן מדינת-ישׂראל איז באַשערט פֿון אייבערשטן. וואָס מיינט דאָס "באַשערט"? אויב אין אַ לויזן זין (דאָס הייסט, אויפֿן זעלבן אופֿן ווי די אַמעריקאַנער רעוואָלוציאָנערע מלחמה אָדער די הונדערט-יאָריקע מלחמה זײַנען געווען באַשערט), האָט דער רעליגיעזער ציוניזם ניט קיין ספּעציעלער זוכת. אויב אָבער אין אַ שטרענגערן זין -- דווקא מדינת-ישׂראל איז "באַוויליקט" (בלשון תּרגום יהואש) בײַם אייבערשטן, און אַלע אַנדערע געאָ-פּאָליטישע ישן - ניט.

אַזאַ באַגריף איז (א) ממזריש שווער צו פֿאַרטיידיקן און (ב) פֿירט אַרײַן דעם חקרן איז אַ טיפֿן זומפּ. וואָס מיינט עס צו זאָגן אַז די מדינה איז באַשערט? צום בײַשפּיל, איז די הסתּדרות אָדער בזק אָדער מכּבי ספּעציעל באַליבט בײַם אייבערשטן? צי איז באַזונדערש נושׂא-חן בײַם הקב"ה, ווען דער חרדישער רבנות הראשית איז פּוסל די גרות פֿון אַן אומשולדיקע גיורת?

ווײַט פּשוטער (און יושרדיקער צו אַ רעאַליסטישן צוגאַנג צו ישׂראל) צו זאָגן אַז די מדינה איז נאָר אַ מדינה. ניט בעסער און ניט ערגער ווי אַנדערע מערבֿדיקע דעמאָקראַטיעס, אלא וואָס - אַ ייִדישע, און דערפֿאַר אײַנגעבאַקן בײַ מיר אין האַרצן. איך מעג פֿײַערן דאָס געבורטסטאָג אָן צו בעטן דעם אייבערשטנס ספּעציעל אַצילות. די מלוכה איז נאָר אַ מלוכה, און ניט (הלכהש) מלכות.

לגבי ישׂראל בין איך צופֿרידן אײַנצוזען, אַז כ'מעג זײַן פּאָזיטיוו, שטיצעריש, ציוניסטיש - אָן צו זײַן אַ כניאָק.

יום שישי, מאי 09, 2008

יום ראשון, מאי 04, 2008

פֿרוסטרירט, ווידער

איך האָב ליב די קאָמענטאַרן (בעסער ווי שטילשווײַגעניש) נאָר למען-השם וויפֿל מאָל דאַרף איך זאָגן די זעלבע זאַכן, דהיינו אַז כ'בין חלילה ניט קעגן חרדים אָדער חרדישקייט, נאָר זייער וועג איז ניט פֿאַר מיר? און (צום טויזנטן מאָל) כ'ווייס גאַנץ גוט אַז ייִדיש ווי אַ רעדשפּראַך לעבט און בליט בײַ די חסידים און הויכט אויס די נשמה צו ביסלעך און זייער פּײַנלעך בײַ אונדז וועלטלעכע, נאָר דאָס הייסט ניט אַז גאָרניט בלײַבט בײַ "אונדז" און גאָרניט פֿעלט בײַ "זיי"!

ניט געקוקט אויף דעם גרויסן דערפֿאָלג וואָס די חסידישע געזעלשאַפֿט האָט דערגרייכט זײַנען דאָ חסרונות, ווי אין יעדער געזעלשאַפֿט.

און (אַזוי ווי איך שרײַב פֿון אַ קוקווינקל וואָס שאַצט אָפּ בפֿירוש די וויכטיקייט און נוצלעכקייט פֿון אַ געדאַנקלעכער ליטעראַטור אויף ייִדיש) איז איינע פֿוּן די חסורונות אַזאַ פֿאַרגעסעניש: דאָס פֿאַרגעסן אַז מע האָט אָנגעשריבן ביכער אויף ייִדיש וואָס זײַנען כּדאַי צו לייענען און וואָס מע פֿאַרזעט אין טאָג טעגלעכער געפֿענקעניש אין אונדזער ווינקל שטייגער לעבן.

דאָס איז גאָר! כ'רעד ניט אין נאָמען פֿון אַן אידעאָלאָגיע אָדער פֿון אויבן אַראָפּ. כ'האַלט ניט אַז כ'בין מער אָנגעלייענט אָדער געלערנט אָדער וווילקענעריש אָדער ערלעכער אָדער קליגער אָדער שענער. וואָס יאָ: כ'ווייס אַז אויף דער וועלטס אומענדלעכע פּאָליצעס שטייען מיליאָנען ביכער וואָס כ'וואָלט פֿוּן זיי עפּעס געשעפּט, לשם תּורה, לשם ייִדישקייט, לשם שׂכלדיקייט און מענטשלעכקייט און (פֿאַר וואָס ניט?) גלאַט אַזוי לשם שפּאַס. אויף קאַטאָוועס איז אויך אַ ציל.

און טויזנטער פֿוּן די דאָזיקע ביכער האָט מען אָנגעשריבן אויף אונדזער לשון! אָנגעשריבן עד-היום!

מאָרגן ב"נ וויל איך פּרוּוון אָנהייבן פֿירלייגן אַ פּאָר ביכער וואָס זײַנען באַליבט בײַ אַני-הקטן.

אויב איר זײַט גרייט צו הערן, און ווערט ניט באַליידיקט פֿון די פֿירלייגן. לאָמיר שוין זײַן חבֿר און אַוועקלייגן די קאָמפּלעקסן און געטראָפֿענע געפֿילן! אַ גוטן חודש.

יום שישי, מאי 02, 2008

דער ייִד וואָס קען אַלע ווערטער

אינטערעסאַנט, וואָס איינער אַ קאָמענטירער שרײַבט:
איז אזוי די 2 ווערטערביכער אנליין זענען פון וויינרייך און פון הארקאווי.

הארקאווי'ס איז צו אלט דערפאר האט דאס נישט די 'נייע' מעדעצינישע טערמינען פון וואס דו שרייבסט.

די וויינרייך איז דאך אן אידישיסטישער באצווינגער וואס די חסידים זענען ביי אים נישט געווען עקזעסטירענד. - און איר אנליין פארעם איז אויך זייער ארים.

צום לעצט דארף איך נישט קיין ווערטערבוך ווייל מיר באנוצען אויף כמעט אלע מעדעצינישע טערמינען דאס ענגלישע ווערטער דערפאר.

די ווערטער וואס דו שרייבסט איז אייגן'ס-געמאכטע און קיינער פון די היינטיגע אידיש רעדענדיגע וואס זיי זענען אלע חסידים נוצן דאס נישט.
א גוטן מועד (האט דען דיין אידישיסטישער אויסגעשפילטער ווערטערבוך א טייטש אויף דעם אידישן וואונטש?)

אפֿשר מיינט דער ייִד, אַז די ליטעראַרישע ייִדישע שפּראַך איז אַ מאָנדע גערעדעניש באַנוצט נאָר פֿון אַ מאָנדעם שבֿט "אידישיסטן" וואָס זיי איז געגאַנגען איז לעבן צו איגנאָרירן די חסידים.

אפֿשר ווייסט ניט דער ייִד, אַז מע שרײַבט שוין אויף ייִדיש כּמעט טויזנט יאָר, און ניט אַלע ווערטער זײַנען אים שוין באַקאַנט. פֿרומע ייִדן האָבן אַפֿילו (!) געשריבן אַ מאָל אויף ייִדיש וועגן דבֿרי-קודש! אפֿשר וואָלט דער ייִד עפּעס אָפּגעלערנט פֿון די זאַכן!

אפֿשר ווייסט דער ייִד וואָס עס טוט אַ לייענער פֿון (צום בײַשפּיל) ענגליש, ווען ער קען ניט אַ וואָרט? ער קוקט אַרײַן אין אַ ווערטערבוך.

גיט אַ קוק אַרײַן אין אַ בוך וואָס מע האָט אָנגעשריבן מער ווי מיט אַ וואָך צוריק. אַפֿילו איר קענט ניט אַ וואָרט אָדער צוויי. איך טו די זעלבע מיט חסידישע ביכער!

יום שני, אפריל 28, 2008

יום שלישי, אפריל 22, 2008

איך מאַך אַ ברית!

פּרטים פֿאַר וועמען ס'וויל זיי.

פּ"ס: אַ דאַנק פֿאַר די דבֿרי ברכה פֿון דעילי איד. אינטערעסאַנט, וואָס ער באַניצט זיך דווקא מיטן אויסדרוק "דער לעצטער אידישיסט." נאָר אַ פּאָר באַמערקונגען.

1. ס'איז מיר אַלע מאָל אינטערעסאַנט, ווען חסידים קומען צו צו גוייִשע אידיִאָמען. "דער לעצטער אידישיסט" דערמאָנט מיר שטאַרק סײַ אין די אַנגלאָ-דזשויִש-פֿאָרויסזאָגענישן, אַז ייִדיש גייט אָט-אָט אונטער, ווי אויך אין די נבֿואות, אַז די חסידים וועלן פֿאַרשוווּנדן ווערן.

2. טייל פֿונעם גאַנצן שׂכל פֿוּן האָבן אַ קינד שטעקט דאָך אין דעם וואָס מ'איז ניט דער לעצטער און וועט ניט זײַן!

ונתנה תּוקף: דער געזונט-דעפּאַרטמענט גרייט זיך צו באַשליסן, ווער וועט לעבן און ווער וועט שטאַרבן

איך דערמאָן זיך אין מײַן ערשטער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט זיבן-אַכט יאָר צוריק. כ'בין אַרומגעגאַנגען אין אַ מצבֿ ערגעץ צווישן פּריטשמעליעט און באַוווּנדעריש. נאָר איין רעדנער, האָב איך געוווּסט, איז מער ווי אַ ביסל גערירט. ער שטייט בײַם שטענדער, גאַנץ ערנצט, און רעדט וועגן דער (בײַ אים) קאָנקרעטער מעגלעכקייט, אַז ביאָ-טעראָריסטן זאָלן פֿאַרכאַפּן און פֿאַרשפּרייטן מוסטערן פֿון טייטלעכע ווירוסן כּדי אַרויסצורופֿן אַ קאַטאַסאראָפֿע. ווי אויסטערליש האָט דאָס געקלונגען!

פֿאַרשטייט זיך, אַז יענע קאָנפֿערענץ האָט מען אָפּגעהאַלטן אין די נאַיִווע, רעלאַטיוו זאָרגלאָזע טעג פֿאַר "נײַן-עלעווען." און איך בין נאָך געווען אַ סופּער-נאַיִווער גראַדויִר-סטודענט.

איצט ווייסט יעדער אַז מאַסן-אומגליקן, זאָלן זײַן טעראָריסטישע צי סטיכישע, זײַנען אַ לעבנספֿאַקט, דאַרף מען שוין אין פֿאָרויס פּרוּוון אויספּלאַנירן ווי אַזוי די געזונט-אינסטאַנצן זאָלן זיך אָפּרופֿן אין אַזאַ פֿאַל. דער ניו-יאָרקער שטאַטישער געזונט-דעפּאַרטמענט האָט אין שײַכות דערמיט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ פּלאַן כּדי צו באַשטימען דעם אָפּרוףֿ אויף אַן אינפֿלוענצע-עפּידעמיע.

דאָ גייט די רייד ניט וועגן דעם געוויינטלעכן פֿלו וואָס ברענגט מיט אַ קאַפּעדיקער נאָז, אַ הוסט, און אַ פּאָר טעג אין דער היים לעבן דער טעלעוויזיע און אַ שיסל יויך. ווען מע פּאָרט שוין צוזאַמען די ווערטער "פֿלו" און "עפּידעמיע" (דאָס צווייטע איז נאָר חל אויף אַ ברייט-פֿאַרשפּרייטער קראַנקייט אין אַ געוויסע ראַיאָן) האָבן מיר צו טאָן מיט דעם אינפֿעקטיוון שרעקן פֿוּן הײַנטיקן יאָרצענדליק: דעם פֿייגלפֿלו, דעם אומבאַשטעלטן אימפּאָרט פֿון אַזיע.

לאָמיר לאָזן אין אַ זײַט דעם שמועס איבער דעם, צי אַזאַ פֿלו איז טאַקע אַ ממשתדיקע סכּנה. עס קען זײַן אַז ניט, באַזונדערש צוליב דעם, וואָס די צאָל פֿאַלן טייטלעכע פֿייגלפֿלו צווישן מענטשן פֿאַרקלענערט זיך יעדע יאָר זינט 2006, און דער "סופּערווירוס" וואָס האָט פֿריֵער אָנגעוואָרפֿן אַ שרעק אויף געזונט-פּראָפֿעסיאָנאַלן איז דאַכט זיך נאָך ניט אויפֿגעקומען.

דאָס הייסט ניט אָבער אַז מע מעג זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט. מע דאַרף פּלאַנירן. און צו זײַן אַ חכם - ניט דערנאָך, נאָר הײַנט, מיינט צו זײַן אַ רואה את הנולד, פֿאָרויסצוזען מעגלעכע פּראָבלעמען. די דאָזיקע פּראָבלעמען נעמען אַרײַן ניט נאָר מעדיציננישע נאָר אויך עטישע פֿראַגעס. אויב עס בושעוועט אַן עפּידעמישער פֿלו, ווערן טייל פֿון די ערשטע קרבנות די עלטערע און פֿריִערדיק קראַנקע וואָס וועלן לײַדן פֿון שווערע אָטעם-פּראָבלעמען. סײַ הײַנט, סײַ אין אַזאַ אומגליק ווי אַ פֿלו-עפּידעמיע וואָלט געפֿעלט גענוג אָטעם-מאַשינען, כּדי יעדער פּאַציענט וואָס דאַרף זיי האָבן זאָלן זיי באַקומען.

מיט איין וואָרט: מע וועט דאַרפֿן ראַציאָנירן. און ד"ר טיִאַ פּאַועל, אַ באַאַמטע פֿון דעם ניו-יאָרק שטאַטישן געזונט-אָפּטייל און אַ מומחה אין דער מעדיצינישער עטיק, האָט אָנגעהויבן טראַכטן וועגן דעם. ווי אַזוי טיילט מען אויס די דאָזיקע אַטעם-מאַשינען? ווער ועט מאַכן אַזוינע באַשלוסן? וואָס זײַנען די יסוד-פּרינציפּן?

אין אַן אַרטיקל אין ניו-יאָרק טײַמס ווערן אויסגערעכנט די ראָשי-פּרקים פֿון דער סטראַטעגיע, וואָס די מיטגלידער פֿון איר קאָמיטעט האָבן אויסגעאַרבעט. זיי זײַנען הלכה-למעשׂהדיקע פֿירלייגן פֿאַר אַ ניט-געוווּטשענעם נויטפֿאַל, וואָס מע וויל זיך בעסער ניט אַרײַנטראַכטן אין דעם.

דער שווערסטער פּונקט אויפֿצוהייבן איז אָט וואָס: די גרופּע לייגט פֿאָר אַז ס'וואָלט ניט געווען רעקאָמענדירלעך געבן אָטעם-מאַשינען די גאָר אַלטע און קראַנקע, ווײַל דווקא זיי וועלן מסתּמא ניט איבערלעבן דעם אויסבראך פֿון פֿלו-עפידעמיע .אין דעם פאל וואָלט געווען די גרעסטע עבֿירה צוצובינדן צו אן אָטעם-מאַשין אַ מענטש וואָס מע קען ניט אָפּבינדן ווײַל ער וואָלט דאָס ניט איבערגעלעבט. בקיצור, מוז מען ראַציאָנירן די אָטעם-מאַשינען, באַשליסן וועלכע קריטעריעס מע וועט ניצן צו באַשטימען מי יחיה ומי ימות.

מיט וועלכע קריטעריעס וואָלט מען געווען מעדיציניש ניט פּאַסיק געבונדן צו ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין? לויט דער גרופּעס רעקאָמענדאַציעס: אָפֿטמאָליקע האַרץ-אָפּשטעלונגען, פֿאַרשפּרייטער ראַק, אָדער ערנצטע ברען-וווּנדן. דערעיקר אָבער (שטרייכט אוטער די גרופּע) איז ניט די רשימה קריטעריעס נאָר דער פּראָצעס פֿון דיסקוסיע וואָס דאַרף פֿאָרקומען אַרום דער דאָזיקער-פּלאַנירונג. צווישן אַנדערע דאַרף מען אַרומרעדן די דאָזיקע האַרבע קשיות: צווישן די וואָס זײַנען יאָ (לויט די אויבן דערמאָנטע קריטעריעס) פּסיק געבונדן צו ווערן צו אַן אָטעם-מאַשין אין פֿאַל פֿון אַ פֿלו-עפּידעמיע, ווער זײַנען בילכער - די ייִנגסטע צי די עלטסטע? די וואָס האָבן די מערסטע יאָרן אין דער צוקונפֿט, צי די, וואָס זײַנען מסתּמא די קרענקסטע און "דאַרפֿן" מער געראַטעוועט ווערן?

די דאָזיקע דיסקוסיע דערמאָנט אין די קלאַסישע ייִדישע מקורים וואָס רעדן אַרום ווי אַזוי אויסצוטיילן קנאַפּע מעדיצינישע רעסורסן (זע דעם אַרטיקל פון משה סאָקאָל אין דעם זשורנאַל פֿון פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע לימודים פֿון 1990). פֿאַראַן אָבער אַן אונטערשייד צווישן די קלאַסישע הלכהשע דיסקוסיעס און די דאָזיקע מעדיצינישע-עטישע פֿראַגעס: כאָאש די דאָזיקע מעשׂיות (למשל די באַרימטע אין בבֿא-מציאה וועגן איין וואַסערפֿלאַש פֿאַר צוויי מענטשן אין מדבר) האָבן צו טאָן מיט אַ רעסורס וואָס וועט באַשטימען לעבן אָדער טויט. אין דעם פֿאַל אָבער האָט מען צו טאָן מיטן אויסטיילן אָטעם-מאַשינען. דאָס באַשטימט ניט קליפּ און קלאָר לעבן אָדער טויט, נאָר די צאָל יאָרן וואָס מע וועט (אפֿשר) דערגרייכן. איז דאָס אַ ביסל מער קאָמפּליצירט ווי טיילן זיך מיט איין וואַסערפֿלש אָֿדער וועמען צו ראַטעווען פֿון געפֿעקנקעניש (ביידע סוגיות אין דער גמרא).

ביז די דאָזיקע קשיות ווערן ניט אײַנגעזעצט קען מען דערווײַל נאָר מסכּים זײַן מיט דער רעקאָמענדאַציע, אַז באַשטימען אין פֿאָרויס דאַרף מען ספּעציעלע מומחים, וואָס וועלן זיך אָפּגעבן (אין פֿאַל פֿון אַן אמתער פֿלו-עפּידעמיע) מיט די עטישע-ראַציאָנירונג-פֿראַגעס. און לאָמיר ניט האָבן אַזעלכע צרות

יום שישי, אפריל 18, 2008

געבענטשט זאָל זײַן זײַן ליבער נאָמען

מײַן פֿרוי פֿילט (מער ווייניקער) די ווייען, כאָטש ס'איז נאָך ווײַט צו פּסח (כאָטש אין איין זין). אויב מיר וואָלטן געגעבן אַ ייִנגל דעם נאָמען בענעדיקט, וואָלט געווען מסתּמא דאָס זעלבע אויף ייִדיש, אָדער בייניש / בענדיט /בענדל /בענדער. (על-פּי ביידער.)

און כ'האָב זיך נאָר וואָס דערמאָנט אַז דאָס וואָלט אויך געווען אַ נאָמען נאָך ר' ברוך שפּינאָזאַ.

(געוואָלט לינקן צו עפּעס אויף מאַמע-לשון וועגן פּויפּסט, נאָר די אַלגעמיינער-אַרטיקלען זײַנען גאָלע שטותערײַען.)

אַ גוטן פּסח!

יום שני, אפריל 14, 2008

שטאָל און אײַזן פֿאַרפֿאַלן אין וואַסער

מעטאַל- און מאַרין-פֿאָרשערס האָבן אויסגעפֿוּנען אַז דער פֿאַרמשפּטער לוקס-לײַנער טיטאַניק איז אײַנגעזונקען ניט אַזוי צוליב דעם גרייס פֿון אײַזבאַרג וואָס האָט אים געטראָפֿן, אלא וואָדען: די בעלי-בתּים פֿון דער שיף-בויערײַ האָבן געקאַרגט דעם מאַטעריאַל און די שמידן פֿון די ניטעס (בלעז "ריוועטס", גרויסע נאָגל) וואָס האָבן צונויפֿגעהאַלטן די ווענט, ווײַל מע האָט געפּרוּווט אויפֿבויען דרײַ אַזוינע ריז-שיפֿן מיט אַ מאָל. האָט די שיף (און זייער קאַרגקייט) ניט געהאַט קיין האַפֿט, בפּועל-ממש.

(אפֿשר ווילט איר באַקלאָגן דעם ביטערן גורל מיט געזאַנג?)

יום שישי, אפריל 11, 2008

יצירהדיקס

אָן פֿאַרגלײַכונגען אָדער פֿאַלשער תּשובֿה
ווערן געפֿילן מקויים מיט אַ זעץ
געטריבענע דורך באַוועגלעכע בשתּיקה-באַרירן

איך צעגלידער זיך בזה-הלשון

וואָסערע מוראס
האַלטן מיך צוריק
פֿון יצירהדיקע
וועלטענישן?

וועלכע רויע-פּשוטע
שׂימחות
פֿאַרפֿעל איך
מיט פֿאַרפֿירערישן פֿורכט?

דער ענטפֿער מוז
תּמיד זײַן
איצט/אַצינד(ער)(ט)/יעצט
now

יום שלישי, אפריל 08, 2008

עס טוט זיך אויף טיש און אויף בענק אין פּאַריז

שוין ווידער האָב איך דאָס געפֿיל, בײַם לייענען די פּראָגראַם פֿון מעדעם-ביבליאָטעק ייִדיש-צענטער, אַז דאָרט (בזעיר-אנפּין) געפֿינט זיך הײַנטצוטאָג איינער פֿון דובנאָווס קולטור-צענטערס בײַ ייִדן. רײַכע אונטערנעמונגען פֿאַר פֿאַרשיידענע עלטערן, געדענקענדיק דעם אַמאָל אָן צו פֿאַרקוקן דעם הײַנט ווי אויך (קינדערשול!) מאָרגן.

קענען מיר זיך איבערקלײַבן אין פּאַריז?

יום חמישי, אפריל 03, 2008

פֿילטײַטשיקייט

די הײַנטיקע סדרה איז אויך אַזאַ -באַצירט מיט ווערטער וואָס מע ווייס ניט זייער אָריגינעלן טײַטש. איך רעד ניט וועגן פּשט, אַ סוגיא וואָס ליגט שוין אויף דער ערד ניט טויט ניט לעבעדיק נאָך אַזוי פֿיל אַקאַדעמישע באַהאַנדלונגען און מאמרים ר' ווײַס-הלבֿניס. פּשט כאַפּט אַרום אַ "סטרינג" (ריי/סדר) ווערטער וואָס צוזאַמען שטעלן זיי צונויף אַ טײַטש. לפֿי עניות דעתּי קען אַ פּסוק האָבן אַ פּשט, אַפֿילו אַ ריי ווערטער - אָבער אַן אייצלנע וואָרט זאָל האָבן אַ פּשט איז שווער.

נאָך שווערער פֿאַר די ווערטער וואָס זייער טײַטש איז אונדז הײַנט טונקל, אפֿשר נאָך מער פֿאַרטונקלט פֿון די שיכטן פּרד"ס וואָס שאָטענען זיי פֿון די דערבײַיִקע פּסוקים/פּרקים/פּרשה. צי האָט אַ זין צו רעדן וועגן דעם אָריגינעלן טײַטש פֿון "צרעת", "שׂאת" אדג"ל? צי זײַנען איינצלנע ווערטער די פּערל תּורה וואָס ווערן לסירוגין אײַנגעפֿלייצט און אָפּגעפֿלייצט פֿון כּסדרדיקע כוואַליעס פּשט און דרש?