יום ראשון, אפריל 30, 2006

אויף דער דריטער האַנט מיט די שיאַמענער בודאַס

זונטיק זײַנען מיר געגאַנגען אויף אַ קורצער רײַזע אין שיאַמען, אַ שיינע שטאָט אויף די ברעגן פֿון דעם דורכגאָס צווישן דרום־כינע און טײַוואַן, אַ לאָקאַל פֿון דער עקאָנאָמישער „נײַער“ כינע. צווישן אַנדערע בין איך געווען צום ערשטן מאָל אין אַ בודיסטישן טעמפּל.

קהל איז געווען גוט אויפֿגעלייגט, דורכגייענדיק־זיך צווישן טרעפּ, בודאַס, תּפֿילה־זאַלן, און קליינע קראָמען וואָס פֿאַרקויפֿן בודיסטישע תּשמישי־קודשה: דינע רויטע ליכטלעך וואָס מע צינדט אָן בײַ היפּשע פֿײַערן (מיר האָבן דאָס מיידעלע אָפּגעפֿירט אין אַן אַנדער ריכטונג, מיר זאָלן ניט הערן וועגן איר מורא די גאַנצע רײַזע). מע קויפֿט אויך צעטלעך, אײַנגעראַמט אין זילבער, גאָלד, אָדער רויט, וואָס מע פֿאַרברענט ווי אַ קרבן דער בודאַ.

איין גרויסע פּלאַקאַט אויף אַ וואַנט, פֿאַרשריבן מיט סימנים. נעמען, דאַכט זיך, פֿון בעלי־נדבֿות.

ס´איז אַ פּשוטער זונטיק, און דער טעמפּל איז פֿול ווײַל דער עולם האָט פֿרײַע צײַט פֿון דער אַרבעט עולה צו זײַן אַהער. איז די אַנטמאָספֿער אַ יום־טובֿדיקער, נאָר ניט צוליב אַ קאַלענדאַר־געשעעניש. סתּם צוליב דער ליבשאַפֿט פֿון אַ פֿאָלק צו זייער גאָטעסדינסט.

דער ייִד אין מיר טוט אַ פֿרעג: עבֿודה־זרה צי מינהג אַבֿותיהם?
דער מענטש אין מיר פֿרעגט: וועמען אַרט עס?
דער פּאָעט וואָס כ´פּרוּוו צו זײַן שרײַט „נאָך! נאָך!“ און שטופּט זיך נעענטער צו צו די פֿיל־הענטיקע בודאַס.

נאָר אַז דאָס מיידל קוקט אָן די בודיסטן, און טוט אַ זאָג אַזאַ: זיי דאַווענען! קען איך דאָס ניט אַדורכלאָזן. ניין, זאָג איך, זיי טוען תּפֿילה.

הלוואַי זאָלן מיר דאַווענערס אויך טוען תּפֿילה. און הלוואַי זאָל איך זײַן אַ מבֿין אויף אַזאַ טשיקאַוועס פּשוט־און־פּראָסט צוליב
דער פֿילפֿאַרביקייט, ניט צוליב איר תּפֿילה־מדרגה.

יום רביעי, אפריל 26, 2006

אַ שמועס אין שפּיטאָל -- אונטערגעהערט

מיטאָג מיט די רעזידענט־דאָקטוירים פֿון פֿודזשיאַנער אָנוווּקס [קאַנסער]־שפּיטאָל.

א: יענער אַמעריקאַנער איז אַ וועגעטאַריער.

ב: וואָס הייסט?

א: ער עסט נאָר גרינסן.

ב: נאָר גרינסן? וואָס איז מיט פֿלייש?

א: ער עסט ניט קיין פֿלייש. דאָס איז דאָך דער טײַטש פֿון „וועגעטאַריער“.

ב: וואָס האָט ער צו עסן?

א: זעסט? ער עסט גרינסן מיט רײַז.

[דײַן נאַראַטאָר דערלאַנגט זיך נאָר אַ פּאָרציע געפּרעגלטע קרויט מיט קנאָבל.]
א: און צוויי פאָרציעס גרינסן! אַ וווּנדער!

ב: נאָר גרינסן. גיי ווייס!

א: און מיט עסן־שטעקעלעך אויך.

ב: אַן אַמעריקאַנער, האָסט געזאָגט?

יום שלישי, אפריל 25, 2006

המקום ינחם אתכם

כ´בין דאָך אין כינע און כ´האָב זיך דערוווּסט דורך דעם ניו־יאָרק טײַמס, נאָר כ´האָף אַז מײַנע סאַטמער לייענערס וועלן מער ניט וויסן פֿון קיין צער. אפֿשר קענען די צוויי צדדים אַוועקלייגן די מעסערס פֿאַר כאָטש איין שלושים.

יום שישי, אפריל 21, 2006

אַסותא ליתא

מאַנדאַרין־כינעזיש איז דער כּלל־שפּראַך פֿון כינע, נאָר דער אַרויסרעד בײַט זיך לויטן ראַיאָן. כ´האַלט עס פֿאַר פאָעטיש וואָס אין פֿודזשאָו, וווּ כ´בין איצט, זאָגט מען שׂין וווּ די ביידזשינגער זאָגן שין. מיט איין וואָרט: די ליטוואַקעס פֿון
כינע.

נאָך עפּעס אַ טשיקאַוועס: דאָ זאָגט מען גאָרניט ווען מע גיט אַ נאָס. קיין „צו געזונט“, קיין „זײַ געזונט“ (ווי די רוסישע ייִדן זאָגן), קיין גאָרניט. דאָס שטילשווײַגעניש איז עפּעס אַ מחייה.

יום שלישי, אפריל 11, 2006

באַגאַזש

מײַן פֿרוי זאָל לעבן פֿירט אַליין אַ בלאָג וועגן פֿודזשאָו. אָט וואָס זי שרײַבט:
ווען מיר האָבן זיך פֿאַרפּאַקט אויף אַהערצופֿאָרן האָב איך געהאַט אַ חשד אַז מיר נעמען אזוי פֿיל זאַכן פֿאַר אונדזער זעקס־וואָכיקן וויזיט ווי כינעזער משפּחות פֿאַרניצן אין איין קײַלעכיק יאָר. שוין געקמען צו פֿאָרן בין איך זיכער דערפֿון. דער מאַן וואָס האָט אײַנגעאָרדנט שלומס אַרבעט און אונדז באַגעגנט בײַם אָנקומען איז געווען שאָקירט – כאָטש אויף אַ העפֿלעכן אופֿן – פֿון אונדזערע צוויי גרויסע טשעמאָדאַנעס, איין גרויסן דאָפֿל, און פֿיר גרויסע האַנט־פּעק. אַוודאי האָט דאָס אַלץ אַרײַנגענומען הונדערט ווינדלען, פֿינף פֿונט מצה און דרײַ פֿלאַש ווײַן.
מיר וווינען אין אַ דירה מיט צוויי שלאָפֿצימערן אויפֿן 17טן שטאָק פֿון אַ מאָדערנעם וואָלקן־קראַצער אין צענטראַל־פֿודזשאָו. ווען ניט דער גרוילעכער נעפּל וואָס הענגט איבער אַלץ וואָלט דער אויסקוק געווען אַ פּרעכטיקער. על־פּי כינעזישע סטאַנדאַרטן איז דער בנין אַ לוקסוסדיקער. ס´רובֿ כינעזער וווינען אין מיאוס־ומאָוסדיקע זעקס־שטאָקיקע צעמענטשע געבײַדעס אָן ליפֿטן. מיר וווינען אין אַ 800-900 קוואַדראַט־פֿוס, נישקשה לויט ניו־יאָרקער מדרגות פֿאַר אַ משפּחה פֿון דרײַ־פֿיר אירע. כ´האָב אַ חשד אַז אַזאַ אָרט קלעקט אויף אַ כינעזישער משפּחה פֿון זעקס מענטשן: זיידע־באָבע, טאַטע־מאַמע און צוויי קינדער . . . מיר האָבן הייסע וואַסער אַ גאַנץ מעת־לעת (ממש אַ גדולה אין די ערטער), אַ קליינעם פֿרידזשידער, און אַ וואַשמאַשין. פֿאַראַן צוויי באַלקאָנען, איינער סתּם און איינער פֿאַר וועש. ניטאָ קיין טריקן־מאַשין, דאַרף מען דאָרט אַוועקהענגען די קליידער. . . . דער וואַשמאַשין האַלט אַ דרײַ טעג וועש און דער פֿרידזשידער אויך אַזוי פֿיל עסן. דאַרף מען וואַשן וועש און אײַנקויפֿן יעדע דרײַ טעג צום מערסטנס.
גענומען אין באַטראַכט דאָס באַגרענעצט אָרט האָבן מיר יאָ מיטגענומען צו פֿיל זאַכן. מיר אַמעריקאַנער פֿאַרמאָגן צו פֿיל. מיר עסן און ניצן צו פֿיל. אין דער דירה איז פֿאַראַן איין מיסטקערבל. איינס. אין דער קיך. מסתּמא פֿאַר עסנוואַרג. מן־הסתּם לאָזן מיר אַרויס די מערסטע מיסט אין סאַמע בנין, און מיר זײַנען דאָך די ווייניקסטע מענטשן. פֿאַראַן האַנטעכלעך פֿאַר וואַשן כּלים און ווישן דעם טיש אַנשטאָט שוואָמען וואָס מע וואַרפֿט אַרויס. די קינדער פֿירט מען פֿריִער אַראָפּ פֿון די ווינדלעך ווײַל אַרויסוואַרף־ווינדלען זײַנען פּשוט שווערער צו באַקומען, און טײַערער. מע ניצט נאָזטיכלעך, ניט טישוס. . .
פֿון די לאַנגע נסיעות האָב איך אָפגעלערנט אַז כ´דאַרף האָבן ווייניקער זאַכן – ניט צוליב דער נאַטור־סבֿיבֿה נאָר צוליב עסטעטיק. איך וויל ניט אָנגעלאָדן ווערן טאָג־אײַן טאָג־אויס מיט אַזוי פֿיל באַגאַזש..

יום שבת, אפריל 08, 2006

פֿון דער טאַנג־דינאַסטיע


צוויי כינעזישע לידער
דרך אַ גרופּע מעדיצין־סטודענקעס.

בײַ מײַן בעט אַ שײַן צופֿוסנס.
אַ ספֿק צי ס´איז שוין אַ פֿראָסט.
כ´הייב דעם קאָפּ: לבֿנה־שײַן.
כ´לאָז זיך אַראָפּ און ס´בענקט זיך אַהיים.

ס´ווילט זיך ניט שלאָפֿן דעם פֿרילינג־פֿרימאָרגן,
אומעטום הערט זיך אַ פֿייגל־צוויטשערײַ.
נאָר דער ווינט פֿון דער שטורעמדיקער נאַכט.
וויפֿל צעבראָכענער צוויט געפֿאַלן?

יום חמישי, אפריל 06, 2006

אַ לינגוויסטישן קפֿיצת־הדרך

וועגן לערנען זיך אַנדערע לשונת בין איך באמת אַן אידעאַלסט. די עצם געוווינהייט פֿון צוהערן זיך צו יענעמס קלאַנגען און אויסדרוקן קען זײַן לפֿי עניות דעתּי אַ לינגוויסטישן קפֿיצת־הדרך צו בן־אָדם־לחבֿרו. כינעזיש אין דעם פּרט פֿאָדערט אַ באַזונדערן אויפֿמערק. ניט נאָר די ווערטער דאַרף מען אײַנהערן נאָר די פֿאַרשיידענע טענער. און – פֿאַרקערט – ס´איז נאָך אַ בולטערער באַווײַז פֿון די פֿרײַנדלעכקייט פֿון די דאָיִקער כינעזער, וואָס זײַנען גרייט געדולדיק אָפּצוהערן מײַן מי־יודע־וויפֿלטן פּרוּוו ריכטיק אויסצורעדן דעם פּשוטסטן פֿאָנעם. כּמעט קבלהדיק, אַזאַ טיפֿע פֿאַרבינדונג צווישן צוויי ווײַט אַנדערע מענטשן וואָס לאָזט זיך שאַפֿן דורך קלאַנגען פֿון צוויי לשונות.

יום רביעי, אפריל 05, 2006

נאָך אַ שמועס מיט כינעזער מעדיצין־סטודענטקעס.

שאלה: וואָס איז אײַער מיינונג פֿון ישׂראל?

תּשובֿה: די ייִדן זײַנען זייער קלוגע.

שאלה: ניין, פֿאַראַן אַ פֿאָלק, ייִדן, און אַ לאַנד, מדינת־ישׂראל. וואָס מיינט איר פֿון לאַנד ישׂראל?

תּשובֿה: יעדעס לאַנד איז אומאָפּהענגיק און האָט אַ רעכט אַנדערע לענדער זאָלן זיך ניט מישן אין זײַנע אינערלעכע ענינים?

שאלה: „יעדעס לאַנד איז אומאָפּהענגיק“ – ווי טײַוואַן?

תּשובֿה: דאָס איז אַנדערש, ווײַל ס´איז פֿאַראַן נאָר איין כינע אויף דער וועלט.

יום שלישי, אפריל 04, 2006

גרויסער ווײַסער גולם


איך בין דאָ אין כינע כּדי אויסצופֿאָרשן דעם מאָגנראַק (בויך־קאַנסער), ד"האויסצוגעפֿינען פֿאַר וואָס יענע קרענק איז אַזוי ווײַט פֿאַרשפּרייט בײַ די כינעזער אין דעם ראַיאָן: פֿוזשיאַן. מיר וועלן זײַן זעקס וואָכן אין פֿודזשאָ, אַ שטאָט פֿון אַ פֿינף־זעקס מיליאָן נפֿשות אין פֿודזשיאַן־פּראָווינץ. אָנגעהאָדעוועט מיט געלט פֿון טײַוואַנער אינוועסטאָרן, איז פֿודזשאָ אַ שטאָט פֿול מיט פֿענסי וואָלקן־קראַצערס און עלעגאַנטע רעסטאָראַנען, כאָטש דער לעבנס־ניוואָ איז נאָך אַלץ היפּש נידעריקער ווי אין אַ שטאָט פֿון אַזאַ גרייס אין די פֿש"אַ.

דאָ האָב איך אַראָפּגעצויגן פֿון זיך מײַן אַלטן נאָמען, שלום ב"ר זכריה, און אָנגענומען אַ נײַע אידענטיטעט: דער גרויסער ווײַסער גולם. וווּ נאָר איך גיי טרעף איך אָן אויף די פֿאַרגלאָצטע אויגן פֿון פֿאַרשטוינטע פֿודזשאָער תּושבֿים, וואָס דאַרפֿן מיך אָנקוקן צוויי און אַפֿילו דרײַ מאָל כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די ראיה האָט זיי ניט פֿאַרנאַרט. נאָר אָט בין איך, זעקס פֿוס צוויי אינטשעס די הייך, מיט עפּעס אַ שטיק שטאָף אויפֿן קאָפּ, ווי אַ צירק־אַטראַקציע פֿאַרבלאָנדזשעט אין „מיטעלן מלכות“.

די רעאַקציעס זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע. יעדן טאָג גיי איך צו דער אַרבעט אין פֿודזשיאַנער פּראָווינץ־שפּיטאָל, וווּ איך העלף זאַמלען די רעקאָרדן פֿון יענע פּאַציענטן מיט מאָגנראַק און זיי אַרײַנקלאַפּן אין אַ באַרעכן־טאַבעלע. ס´איז באמת ניט קיין סעקסי אַרבעט. די גרעסטע הנאָה קומט אָבער פֿון די מעדיצין־סטודענטן, אין יענעם צימער מיט די פּאָליצעס פֿול מיט ברוינע מאַנילאַ־פּאַפּקעס, וואָס פֿאַרטײַטש די אינפֿאָרמאַציע אויף ענגליש. זיי זײַנען לעבעדיקע פֿרויען, פֿול מיט שאלות וועגן אַמעריקע. צי פֿאַרמאָג איך אַ ביקס? צי האָב איך אַ מאָל געשאָסן מיט אַ ביקס? איך ווייס ניט צי זיי גלייבן מײַן איסגעשפּראָכענעם לא־מיט־אַן־אַלף, און מײַן זאָג אַז מײַן צוגאַנג צו דער ביקסן־פּאָליטיק איז מסתּמא גלײַך מיט זייערס. איך טו זיי אַ פֿרעג, צי זיי מעגן קריטיקירן זייער כינעזישע רעגירונג.

זײַנען זיי אַנטשוויגן געוואָרן. „וועגן אַלץ מעגן מיר רעדן“, האָט איינע, אַ זשוואַווע און חנעוודיקע, אַ זאָג געטאָן, „נאָר דאָס ניט. מע טאָר ניט. דאָס קענען מיר רעדן שפּעטער צווישן אונדז אין אינטערנאַט.“
יעדן אין דער פֿרי דערהערט מען דורכן פֿענצטער ווי אַ הילכער טומלט מיט פּאַטריאָטישע לידער, ווײַל קעגן איבער געפֿינט זיך אַן אונטערמיטלשול.
* * *
דאָס אַלץ איז אָבער גאָרניט אין פֿאַרגלײַך מיטן שטורמישן אויפֿנעם וואָס ס´האָט געטראָפֿן ביילע־נחמהן, מײַן צוויי־יאָריק טאָכטערל, אַ ווײַסינקע. ניט וואָס איך האַלט דאָס פֿאַר וויכטיק – נאָר די כינעזער, דאַכט זיך, יאָ. זונטיק האָבן מיר געקלעטערט אויפֿן „פּויק־באַרג“, אַן אָרטיקע טשיקאַוועס און אַ פּאָפּולערער פּלאַץ פֿאַר אַ געזונטן (זייער אַ געזונטן) שפּאַציר. איין מאָל אויפֿן באַרג איז ביילקע געוואָרן דער סטאַר. מע האָט געסמאָטשקעט מיט דער צונג, געקוועלט, אָנגרירט איר פּנימל, געפּרוּווט פֿאַרפֿירן מיט מיידעלע אַ שמועס אויף כינעזיש, וואָס זי קען (נאָך) ניט. מע האָט זי שיִער ניט גענומען אויף די הענט. צוויי קינדער האָבן ספּאָנטאַן געשאָנקען איר מתּנות – גאָרניט אַזוי טײַער, נאָר באמת אַן איבערראַשונג. מיר האָבן מורא דער אויפֿמערק זאָל איר ניט פֿאַרדרייען דעם קאָפּ. און וועגן דעם – מער שפּעטער, ווען איך שרײַב וועגן איר כינעזישן קינדערגאָרטן, מיט די נאַכט־טעפּעלעך פֿאַר מיידלעך און . . . די וואַנט פֿאַר ייִנגלעך. ממש ווי אַ חדר פֿון די אַלטע גוטע צײַטן.
* * *
ביז שפּעטער. „זײַ־דזשיען“, ווי מע זאָגט דאָ.

יום שבת, אפריל 01, 2006

א גוטע וואך פון כינע

פשוט א גרוס צו זען צי כ'קען בכלל פאסטן פון הינטערן יאמשענער פירהאנג. נאך שפעטער.

יום ראשון, מרץ 26, 2006

עדות המזרח

מאָנטיק פֿאָרן מיר קיין כינע. מיר זײַנען אויפֿגעפֿרעסט פֿון נערוועזקייט. כ´וואָלט געזאָגט תּהילים ווען (א) כ´וואָלט געהאַט צײַט און (ב) כ´בין דער טיפּ צו בראָקן תּהילים. (אין אַן עת־צרה געפֿעלט מיר בעסער אָנצושרײַבן אַ ליד אָדער לערנען אַ בלאַט גמרא.)

אַזוי צי אַזוי: באַלד פֿאָרן מיר. כ´וועל שרײַבן ווען מיר קומען אָן אי"ה.

יום ראשון, מרץ 12, 2006

במקום שלח־מנות

איך וואָלט געוואָלט געבן שלח־מנות לכל אחד ואחד פֿון מײַנע חשובֿע לייענערס. די גרענעצן פֿון צײַט און שטח זײַנען אָבער נאָך ניט אָפּגעווישט, אַפֿילו לשם מיצוות ראָזשינקעס־און־המן־טאַשן. זאָל אײַך זײַן צו געזונט די פּאָר פּורים־לידער וואָס איך לייג אַרײַן צוזאַמען מיט די גוטע זאַכן. (ענגלישער נוסח דאָ.)

אַ פֿריילעכן פּורים פֿון שלום, סעלעסט און ביילקע!

פּלענטי סיבות צו עד־דלא־ידען.
וואָס איז דער ציל פֿון בלײַבן ניכטער?
רעלסן פֿירן דעם אייבערשטנס באַן.
ייִדן פֿאָרן לאַנגזאַם, גיכער,
מפּלה־צו צי קיין נצחון.

"פּורים ניכטער, אַ גאַנץ יאָר שיכּור“ –
ווי דערלויבט מען זיך די משקה?
ראָם איז ביליק, י"ש איז ביליקער.
יללה, זאָל שוין זײַן געטרונקען
מיים־חיים און עפּעס שטאַרקערס.


ברכות חג פורים שמח משלום, סלסט, וביילע נחמה!

פחד ומורא. רוממו יד מרנא,
פרעתם – והיכיתה רוזניהם. ייחוסך מציל.
פסחנו ומרדנו, יועצנו, מנודים.
פיללנו וראינו. רעדנו. ילדתה מתת.
פשט ודרשנו. רמז – ישאיר מרומז.
פשרנו וחוגגים. רישומנו: יין, מנות.

יום ראשון, פברואר 26, 2006

עס פֿעלט דאָך וואָס צו לייענען

אַ פֿרישער נומער דער באַוועבטער ייִד, מיט מחברים פֿון רוסלאַנד און פֿון חרדילאַנד. האָט הנאָה.

איר ווייסט אַוודאי, אַז כ´וואָלט אַזוי שטאַרק געוואָלט האָבן אײַערע באַמערקונגען וועגן דעם צי אַנדערע נומערן, פֿאָרגעלייגטע טעמעס, וכו´.

יום שישי, פברואר 17, 2006

מזל טובֿ (אונדז)

כ´קען ניט זאָגן אַז ס´איז ניט אַ מאָדנער קאָנקורס. אויף די כּתבֿ־ידן איז (אויף וויפֿל איך ווייס) קלאָר געשטאַנען די נעמען פֿון די שרײַבערס. און אויפֿן זשורי זײַנען געזעסן פֿרײַנד און אַפֿילו קרובֿים פֿון די פּרעמירטע. אַ קאָנקרעטער משל פֿונעם זאָג, אַז אַלע ייִדן זײַנען איין משפּחה.

סײַ ווי סײַ: מזל־טובֿ די געווינערס פֿון פֿאָרווערטס־קאָנקורס. דאַכט זיך גם אַני בתוכם.

אָט וואָס כ´האָב אַרײַנגעשיקט.

* * *

אַ גרוס פֿון אַלטן פֿאָרווערטס־בנין
פֿון אַ נײַעם איסט־סײַדניק
[אַ פֿירלייג פֿאַרן פֿאָרווערטס־קאָנקורס]

פֿון שלום בערגער

מע זאָגט אַז ייִדישקייט קען מען איבערטראָגן פֿון איין אָרט אין אַ צווייטן. זי איז פּאָרטאַטיוו, ווי אַ צעל־טעלעפֿאָן. דאָך, זײַנען דאָ געוויסע ערטער מחוץ־לאָרץ וואָס זײַנען אַזוי געדיכט באַוואַקסן מיט געדעכענישן, אַז ס´איז אוממעגלעך ניט צו שפּירן עפּעס גײַסטיקס. קען מען דאָס רופֿן קדושה אַפֿילו אין די תּפֿוצות?

דאָס איז אַ הקדמה צו די געפֿילן וואָס שווימען אויף אין מיר ווי אַ נײער אײַנוווינער פֿון דער איסט־סײַד. כ´בין ניט קיין אויטאָריטעט אויף דער לאַנגער און רײַכער געשיכטע פֿון מײַן נײַעם געגנט. כ´בין פּשוט־און־פּראָסט אַן תּשובֿ וואָס האָט זיך דאָ ניט־לאַנג באַזעצט און איז פּריטשמעליעט געוואָרן פֿון די אָפּקלאַנגען פֿון אַמאָל וואָס ער דערהערט אויף טריט און שריט.

איך וווין אויף איסט־בראָדוויי, לעבן סוערד־פּאַרק. יענער זאַץ איז שוין אָנגעפּיקעוועט מיט שרײַבערס און זייערע שאַפֿונגען, מיטן חוזק־גאָרטן משה־לייב האַלפּערנס און די אידעאָלאָגישע דעבאַטעס צווישן איסט־בראָדוויִי און יוניאָן־סקווער. דאָ האָט פּולסירט אַ לעבן, און יענע לעבן (זאָגן די בעלי־שאַבלאָנען) פּולסירט שוין ניט מער.

דאָס איז אמת, נאָר בלויז אויף אַ טריוויאַלן אופֿן. יעדע לעבן בײַט זיך, אַנדערש ווערט עס סטאַטיש און במילא טויט. די קאַפֿעטעריע באַשעוויסעס האָט זיך פֿאַרמאַכט, די צײַטונגען אויף דער גאַס זײַנען איינציקווײַז אַוועק ביז נאָר איינע, דער אַלגעמיינער זשורנאַל, איז געבליבן אויף זײַן אָרט. (דעם אַלטן פֿאָרווערטס־בנין האָט געקויפֿט אַ כינעזישע פֿירמע וואָס וועט אים קאָנווערטירן אין לוקסוס־דירות.) די ייִדישע קהילה פֿון דער איסט־סײַד איז שוין ניט דאָס, וואָס זי איז אַ מאָל געווען.

לאָמיר אָבער מאַכן אַ טריט־אָפּ און באַטראַכטן דעם געגנט פֿון דער ווײַטנס, מחוצן ענג־ייִדישן פּערספּעקטיוו. במשך די לעצטע צוואַנציק יאָר האָט ער זיך פֿולשטענדיק איבערגעמאַכט. די ייִדישע מאַסן־באַפֿעלקערונג, וואָס האָט שוין אָנגעהויבן גיין באַרג־אַראָפּ אין די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן, איז נאָך אַלץ פֿאַראַן, כאָטש בלויז אין שפּורן און אינדזלען, ווי סאַזשלקעס נאָכן רעגן. אַפֿילו די שפּאַנישע – פּינקטלעכער געזאָגט, די פּוערטאָ־ריקאַנער – וואָס באַהערשן אויך דעם געגנט זינט די 1950ער ווערן ווייניקער. און ווער פֿאַרנעמט דאָס אָרט וווּ עס גייען אָפּ די צוויי אויבן־דערמאָנטע גרופּעס? די פֿירמע טשײַנאַטאַון ענד קאָמפּאַני, וואָס צעשפּרייט זיך איבער יעדער גאַס און אין יעדן ווינקל אַרײַן, אויף יעדן בוי־אָרט וואָס שמעקט מיט פֿרישן זעגעכץ און בײַ די הינטערטירן בײַ רעסטאָראַנען, וווּ עס רינט אַרויס אַ פּיקאַנטע ריח פֿון „כינעזישע“ (לויט אונדזערע אומפינקטלעכע מערבֿ־טערמינען) מאכלים.

מיט אַנדערע ווערטער: מע קען איבערגעבן דעם דאָזיקן מצבֿ פֿון דער ייִדישער איסט־סײַד אויף טערמינען וואָס זײַנען דעם ייִדן שוין באַקאַנט, אַפֿילו אײַנגעבאַקן אין האַרצן, מדור־דורות. די כינעזשער זײַנען געוואָרן דאָס רובֿ, און מיר זײַנען געוואָרן דער מיעוט. אײַ, מיר זײַנען פֿריִער אויך געווען אַ מיעוט? יאָ, נאָר די היגע ייִדישע קאָנצענטראַציע האָט געשאַפֿן אַזאַ מין רובֿ שבמיעוט, אַ געדיכט באַפֿעלקערט ייִדישער געגנט וואָס האָט געשעפּט כּוח פֿון זײַנע מאַסן. איצט, צוליב דער ווייניקער קאָנצענטרירטער ייִדישער קהילה און דער אויפֿשטײַג פֿון די כינעזער, זײַנען מיר געוואָרן אַ מיעוט־שבמיעוט. און דער שׂכל איז מחייבֿ אַז דורכן לאַנגן ייִדישן גלות האָבן מיר זיך אָפֿט מאָל געפֿונען טאַקע אין אַזאַ מצבֿ, ווי דער הײַנטיקער מצבֿ אויף מאַנהעטנס איסט־סײַד – ניט אייגענע בעלי־בתּים איבער אונדזער קוואַרטאַל אָדער געטאָ, ניט באַהערשערס פֿון אייגענעם לאַנד אָדער טעריטאָריע, נאָר אַ פֿאָלק וואָס וווינט בשכנות מיט אַנדערע, ווי אַ מיעוט וואָס מוז זיך אַן עצה געבן מיטן רובֿ אָן דעם כּוח פֿון מאַסן־באַפֿעלקערונג.

דער דאָזיקער אַלט־נײַער צושטאַנד ברענגט מיט זיך סײַ גרויסע חיסרונות, סײַ געוויסע מעלות. די חיסרונות זײַנען גרינג זיך פֿאָרצושטעלן, און זיי דערקלערן פֿאַר וואָס אַ צאָל ייִדישע משפּחות האָבן זיך אַרויסגעקליבן פֿון געגנט און באַזעצט זיך אין מער גינציקע טיילן שטאָט, למשל אויף דער וועסט־סײַד אָדער אַזש אין ניו־דזשוירזי. ווייניקער ייִדן הייסט ווייניקער כּשרע געשעפֿטן, ווייניקער אַנשטאַלטן, ווייניקער שולן. מיט איין וואָרט – ווייניקער ברירות.

די מעלות זײַנען מסתּמא שווערער זיך פֿאָרצושטעלן פֿאַר די, וואָס וווינען שוין זייער גאַנץ לעבן אין אַ ייִדישן געגנט, קל־וחומר אַ ייִדישע שטאָט ווי (טיילן) ניו־יאָרק אָדער אַ ייִדיש לאַנד. ס´איז אַזוי: ס´איז גוט צו וווינען צווישן גוייִם. דאָס קען מען אַוודאי נאָר זאָגן אין אַ לאַנד וואָס איז אַ „מלכות־חסר“, אַ גוטוויליק לאַנד ווי אַמעריקע, וואָס לעבט און לאָזט לעבן און דערלאָזט ניט (קיין סך) אומטאָלעראַנץ. דעם דאָזיקן פֿאַקט, אַז ס´איז גוט צו לעבן צווישן ניט־ייִדן, קען מען נאָר פֿאַרשטיין אַזוי פֿרי אין 21סטן יאָרהונדערט, ווען די וועלטלעכע ייִדישע קהילה האָט זיך שוין כּמעט ווי צעדריבלט אויף פּיץ־פּיצלעך. אין אַזאַ פֿאַל דאַרף מען צוקומען צו גוייִשע שכנים צו זײַן אַ מבֿין אויף דער וויכטיקייט פֿון אַן אייגענער קולטור. נאָר ווען מע וווינט בשכנות מיט אַנדערע פֿעלקער קען מען דערקענען דעם אמתן ווערט פֿון דער אייגענער ירושה. נאָר ווען מע זעט די שמאָלקעפּיקייט פֿון יענע קען מען זיך שטרענג היטן פֿאַר אייגענע כניאָקעס. און נאָר ווען מע זעט יענעמס מעלות (די מעלות פֿון קאַטויליקן, קריסטן, מוסולמענער, און סתּם גוייִם אָן אַ רעליגיעזן גלויבן) קען מען פֿאַרשטיין, אַז ייִדישקייט טאָר זיך ניט באַגרונטעווען אויפֿן סמך פֿון אַנטי־גוייִשקייט, נאָר וואָדעם – ווי אַ פּאָזיטיווער אויסדרוק פֿון אַ ייִדישן תּוך.

אַז איך קוק אָן די כינעזישע סימנים פֿון די איסט־סײַד־שילדן, זע איך סײַ אַ בײַ מיר אומבאַקאַנט לשון, סײַ אַ גילגול פֿון די אַלטע ייִדישע אויפֿשריפֿטן וואָס זײַנען דאָ־הי אַ מאָל געהאָנגען. יעדער רובֿ און מיעוט שרײַבט־אויף אַן אייגענעם פּינקס אויף טיר־און־טויער, און אונדזער כראָניק, ווי ייִדן אויף דער הײַנטיקער איסט־סײַד, דאַרף מען נאָך אַלץ אָנשרײַבן.

יום שלישי, פברואר 14, 2006

נוצלעך פֿאַר קינאָ, הערמאַן מעלוויל און אַרטסקראָל

לערנט זיך שוין ענגליש מיט דעם אינטערנעץ־ווערטערבוך פֿון רפֿאַל פֿינקל. ווען מע קלאַפּט אַרײַן מאַמע־לשון דאַרף מען זיך באַניצן מיט ייִוואָ־טראַנסליטעראַציע (דאָס הייסט, ייִדיש אויף ענגלישע אותיות), נאָר ס´איז כּדאַי דאָס צו קענען סײַ ווי.

יום ראשון, פברואר 12, 2006

נאָר פֿינף ספֿרים

[שוין געשטעלט די זעלבע פֿראַגע אויף מײַן בלאָג בלעז, נאָר איר זײַט די אמתע חבֿרה. מײַן הן שלי.]

כ´וועל אי"ה באַלד פֿאָרן אין כינע. (עס וועט אײַך שוין מסתּמא נמאס ווערן פֿון מײַנע פֿאָרפּלענער.) מוז איך לאָזן די ספֿרים אין דער היים. מײַן פֿראַגע צו אײַך: ווען איר וואָלט געקענט מיטשלעפּן נאָר פֿינף ספֿרים (אָדער סתּם ביכער) וועלכע וואָלט איר גענומען? לאָמיר זאָגן אַז ש"ס און תּנך זײַנען איין ספֿר.

יום רביעי, פברואר 08, 2006

אַ שפּיל אַזאַ

רחל בוימוואָל

אין דער אַלטער קינדערשפּיל
פֿלעגן שפּילן גרויס און קליין:
ס´איז פֿאַרווערט צו זאָגן „יאָ“,
ס´איז פֿאַרווערט אויך זאָגן „ניין“.

אויך די ווערטער„ ווײַס“ און „שוואַרץ“
ווערן טאָרן ניט דערמאַנט.
כאַפּט אַרויס זיך אַזאַ וואָרט,
דאַרפֿסטו צאָלן מיט אַ פֿאַנט.

אומגעפֿער אין אָט דער שפּיל
שפּיל איך ווען איך שרײַב אַ ליד.
„שטערן“, „דעמערונג“ און „בלענד“
מערסטן טייל דערמאָן איך ניט.

ווען עס נעמט די זון פֿאַרגיין,
בעט זי מיך מיט יעדן שטראַל:
– זאָג ניט „דעמערונג“. אָ ניין!
ווייסט דאָך, אַז עס איז באַנאַל . . .

און דער פֿרילינג־טאָג מיר זאָגט:
– שרײַבסט דאָך ניט דאָס ערשטע יאָר.
אַז ס´איז נמאס „בלוי“ און „בלענד“,
צו דערקלערן דיר כ´פֿאַרשפּאָר.

אויך די שטערן פֿאַלן אָן:
– ווידער „פֿינקלען“ אין אַ ליד?!
וואָס האָבן מיר שלעכטס געטאָן?
לאָז אונדז אָפּ, מיר זײַנען מיד . . .

ס´איז ניט שייך דיר צו פֿאַרווערן
פּלוידערן וועגן די שטערן,
כאָטש קיין אײַנדרוק מאַכט עס ניט.

ס´איז בײַ מיר אַזאַ מין שפּיל.
שטערן מײַד איך אויס אין ליד.
דעמערונג און בלענד און בלוי
מערסטן טייל דערמאָן איך ניט.

סײַדנס – אין גאָר אַ גרויסער נויט.


[פֿון ירושלימער אַלמאַנאַך, נומ´ 15, 1984]
פֿאַנט: forfeit, הפסד

יום ראשון, פברואר 05, 2006

מזלא טבֿא לאלפֿא ביתא

מוצאי־שבת האָב איך געהאַט דעם כּבֿוד צו מאַכן אַ לחיים אין באָראָ־פּאַרק לכּבֿוד אונדזער נײַעם חתן, נועם סטאַריק. די אינטערנעץ איז מלא־פֿרייד.

מײַן ברכת־הדיוט: ער מיט זײַן כּלה זאָלן בויען אַ בית־נאמן מיט אָרט סײַ פֿאַר אמונה, סײַ פֿאַר סקעפּטיציזם. און זײַן פּען זאָל ניט אַנטשוויגן ווערן נאָכן יום־החופּה.

יום חמישי, פברואר 02, 2006

מאַמע־לשון און דער צענזוס

כ´האָב הײַנט געהערט, שוין צום צווייטן מאָל (און פֿון צוויי פֿאַרשיידענע מענטשן) אַז די צענזוס־אינטערוויויִרערס נעמען ניט אָן דעם ענטפֿער „ייִדיש“ אויף דער פֿראַגע „וועלכע שפּראַך רעדט איר אין דער היים?“

אין איין פֿאַל האָט מען פֿאַרלייקנט די עקזיסטענץ פֿון דער שפּראַך, און אין צווייטן האָט מען ניט געוואָלט גלייבן דעם ענטפֿער.

כ´פּרוּוו דאָס אויספֿאָרשן מעשׂה רעפּאָרטער, נאָר כ´וויל אײַך אַ פֿרעג טאָן: צי איז דאָס זעלבע אויך געשען בײַ אײַך?

יום שני, ינואר 30, 2006

אַ בריוו אין אַלגעמיינער

אַ ייִד פֿון לאָס־אַנדזשעלעס האָט געשיקט אַ בריוו אין רעדאַקציע אַלגעמיינער זשורנאַל וועגן מײַן אַרטיקל אַ סדר אויף כינעזיש. ברענג איך עס דאָ ווײַטער. כ´דאַרף ניט זאָגן אַז כ´בין ניט מסכּים. פֿון קיינעם האָב איך ניט געלאַכט, ניט חוזק געמאַכט. פּשוט אויסגעדריקט מײַנע אייגענע מאָטיוואַציעס. וועגן זזײַן ווייניקער שטאָלץ און שטאַרק: קען זײַן, נאָר שטאָלצקייט און שטאַרקקייט זײַנען ניט די איינציקע מעלות פֿון די ביישנים און רחמנים.

לאַכט נישט פון דער אידישער עקשנות
חשובער רעדאַקטאָר:
שלום בערגער’ס אַרטיקל אין לעצטן נומער, אַ סדר אין כינעזיש, האָט מיר קלאָר געמאַכט די צרה מיט אַזעלכע שרייבער און דענקער וועלכע זענען פּוסח על שתי הסעיפים און ווייסן נישט ווער זיי זענען.
אויף אַ צינישן אופן טרייבט בערגער שפּאַס פון די חרדים וועלכע בייטן זיך נישט אין קיין שום אָרט נישט און בלייבן אַלעמאָל געטריי זייער מסורה. ער, קלערט ער אונז אויף, איז נישט אַזוי שטאָלץ און שטאַרק און ער גייט קיין כינע טאַקע זיך אויסלערנען פון די כינעזישע זאַכן וואָס ער ווייס נישט.
שלום בערגער האָט פאַרגעסן אַז די סיבה פאַרוואָס כלל ישראל עקזיסטירט היינט צו טאָג איז צוליב דעם וואָס אידן זענען געבליבן געטריי צו זייער תורה, אמונה און דער שולחן ערוך אין אַלע וואַנדערונגען און פאַרוואָגעלנישן. דווקא צוליב דעם וואָס אידן האָבן נישט אָנגענומען יעדן נייעם מהלך פון יעדן קולטור וואו זיי האָבן זיך באַזעצט, נאָר זיי זענען געשטאַנען שטאָלץ אין זייער גלויבן און דרך החיים, זענען היינט דאָ אידן. לאָמיר דאָס ביטע געדענקען.
דוד אַדלערשטיין
לאָס אַנדזשעלעס