יום רביעי, פברואר 08, 2006

אַ שפּיל אַזאַ

רחל בוימוואָל

אין דער אַלטער קינדערשפּיל
פֿלעגן שפּילן גרויס און קליין:
ס´איז פֿאַרווערט צו זאָגן „יאָ“,
ס´איז פֿאַרווערט אויך זאָגן „ניין“.

אויך די ווערטער„ ווײַס“ און „שוואַרץ“
ווערן טאָרן ניט דערמאַנט.
כאַפּט אַרויס זיך אַזאַ וואָרט,
דאַרפֿסטו צאָלן מיט אַ פֿאַנט.

אומגעפֿער אין אָט דער שפּיל
שפּיל איך ווען איך שרײַב אַ ליד.
„שטערן“, „דעמערונג“ און „בלענד“
מערסטן טייל דערמאָן איך ניט.

ווען עס נעמט די זון פֿאַרגיין,
בעט זי מיך מיט יעדן שטראַל:
– זאָג ניט „דעמערונג“. אָ ניין!
ווייסט דאָך, אַז עס איז באַנאַל . . .

און דער פֿרילינג־טאָג מיר זאָגט:
– שרײַבסט דאָך ניט דאָס ערשטע יאָר.
אַז ס´איז נמאס „בלוי“ און „בלענד“,
צו דערקלערן דיר כ´פֿאַרשפּאָר.

אויך די שטערן פֿאַלן אָן:
– ווידער „פֿינקלען“ אין אַ ליד?!
וואָס האָבן מיר שלעכטס געטאָן?
לאָז אונדז אָפּ, מיר זײַנען מיד . . .

ס´איז ניט שייך דיר צו פֿאַרווערן
פּלוידערן וועגן די שטערן,
כאָטש קיין אײַנדרוק מאַכט עס ניט.

ס´איז בײַ מיר אַזאַ מין שפּיל.
שטערן מײַד איך אויס אין ליד.
דעמערונג און בלענד און בלוי
מערסטן טייל דערמאָן איך ניט.

סײַדנס – אין גאָר אַ גרויסער נויט.


[פֿון ירושלימער אַלמאַנאַך, נומ´ 15, 1984]
פֿאַנט: forfeit, הפסד

2 תגובות:

  1. אנונימי4:05 PM

    תחילת, ליינט זיך אז זי גלייכט נישט צו זיין אבסאלוט, נאר צוויידייטיג, נישט קיין בפירושע יא-ניין שווארץ-ווייס.
    שפעטער, דרוקט זי אויס אן אומבאגער צו אויסגעדראשנקייט 'באנאל', ווידער די אלטע, אמאל לעבעדיגע, פעלים 'פינקלן, וכדומה.
    וואס איז ,דעמערונג,?

    השבמחק
  2. ניט אין „אַבסאָלוטקייט“ גייט עס. זי מיינט אַז „שוואַרץ־ווײַס“, „יאָ־ניין“ וכ´ זײַנען באַנאַלע קעגנאַנאַנדן (היפּוכים), דאָס הייסט זיי זײַנען אויסגעדראָשענע אויסדרוקן וואָס גיבן גאָרניט צו פֿאַרשטיין. וויל זי זיי אויסמײַדן. „יאָ־ניין“ איז אַ באַנאַל פּאָרל, דאָס אינטערעסאַנטסטע ליגט אין צווישן. דאָס איז דער פּונקט פֿון ליד.

    סײַדן, ווי זי זאָגט, מע קען זיך ניט אַרויסדרייען פֿון יענע נייטיקע אומאינטערעסאַנטע ווערטער.

    „דעמערונג“ = בין־השמשות.

    השבמחק