יום ראשון, מרץ 12, 2006

במקום שלח־מנות

איך וואָלט געוואָלט געבן שלח־מנות לכל אחד ואחד פֿון מײַנע חשובֿע לייענערס. די גרענעצן פֿון צײַט און שטח זײַנען אָבער נאָך ניט אָפּגעווישט, אַפֿילו לשם מיצוות ראָזשינקעס־און־המן־טאַשן. זאָל אײַך זײַן צו געזונט די פּאָר פּורים־לידער וואָס איך לייג אַרײַן צוזאַמען מיט די גוטע זאַכן. (ענגלישער נוסח דאָ.)

אַ פֿריילעכן פּורים פֿון שלום, סעלעסט און ביילקע!

פּלענטי סיבות צו עד־דלא־ידען.
וואָס איז דער ציל פֿון בלײַבן ניכטער?
רעלסן פֿירן דעם אייבערשטנס באַן.
ייִדן פֿאָרן לאַנגזאַם, גיכער,
מפּלה־צו צי קיין נצחון.

"פּורים ניכטער, אַ גאַנץ יאָר שיכּור“ –
ווי דערלויבט מען זיך די משקה?
ראָם איז ביליק, י"ש איז ביליקער.
יללה, זאָל שוין זײַן געטרונקען
מיים־חיים און עפּעס שטאַרקערס.


ברכות חג פורים שמח משלום, סלסט, וביילע נחמה!

פחד ומורא. רוממו יד מרנא,
פרעתם – והיכיתה רוזניהם. ייחוסך מציל.
פסחנו ומרדנו, יועצנו, מנודים.
פיללנו וראינו. רעדנו. ילדתה מתת.
פשט ודרשנו. רמז – ישאיר מרומז.
פשרנו וחוגגים. רישומנו: יין, מנות.

תגובה 1:

  1. אנונימי8:09 AM

    שלום, ישכ פאר דיין לינק צום יידישען וויקיפעדיע, זינט דאן איז דאס געוואקסן גאר שנעל, זיי פייערן איצט איבער 1000 ארטיקלן... און לויט די סטאטיסטיקס דארטן איז דא מער עדיטס ווי ליינער!
    בלייב געזונט

    השבמחק