זונטיק זײַנען מיר געגאַנגען אויף אַ קורצער רײַזע אין שיאַמען, אַ שיינע שטאָט אויף די ברעגן פֿון דעם דורכגאָס צווישן דרום־כינע און טײַוואַן, אַ לאָקאַל פֿון דער עקאָנאָמישער „נײַער“ כינע. צווישן אַנדערע בין איך געווען צום ערשטן מאָל אין אַ בודיסטישן טעמפּל.
קהל איז געווען גוט אויפֿגעלייגט, דורכגייענדיק־זיך צווישן טרעפּ, בודאַס, תּפֿילה־זאַלן, און קליינע קראָמען וואָס פֿאַרקויפֿן בודיסטישע תּשמישי־קודשה: דינע רויטע ליכטלעך וואָס מע צינדט אָן בײַ היפּשע פֿײַערן (מיר האָבן דאָס מיידעלע אָפּגעפֿירט אין אַן אַנדער ריכטונג, מיר זאָלן ניט הערן וועגן איר מורא די גאַנצע רײַזע). מע קויפֿט אויך צעטלעך, אײַנגעראַמט אין זילבער, גאָלד, אָדער רויט, וואָס מע פֿאַרברענט ווי אַ קרבן דער בודאַ.
איין גרויסע פּלאַקאַט אויף אַ וואַנט, פֿאַרשריבן מיט סימנים. נעמען, דאַכט זיך, פֿון בעלי־נדבֿות.
ס´איז אַ פּשוטער זונטיק, און דער טעמפּל איז פֿול ווײַל דער עולם האָט פֿרײַע צײַט פֿון דער אַרבעט עולה צו זײַן אַהער. איז די אַנטמאָספֿער אַ יום־טובֿדיקער, נאָר ניט צוליב אַ קאַלענדאַר־געשעעניש. סתּם צוליב דער ליבשאַפֿט פֿון אַ פֿאָלק צו זייער גאָטעסדינסט.
דער ייִד אין מיר טוט אַ פֿרעג: עבֿודה־זרה צי מינהג אַבֿותיהם?
דער מענטש אין מיר פֿרעגט: וועמען אַרט עס?
דער פּאָעט וואָס כ´פּרוּוו צו זײַן שרײַט „נאָך! נאָך!“ און שטופּט זיך נעענטער צו צו די פֿיל־הענטיקע בודאַס.
נאָר אַז דאָס מיידל קוקט אָן די בודיסטן, און טוט אַ זאָג אַזאַ: זיי דאַווענען! קען איך דאָס ניט אַדורכלאָזן. ניין, זאָג איך, זיי טוען תּפֿילה.
הלוואַי זאָלן מיר דאַווענערס אויך טוען תּפֿילה. און הלוואַי זאָל איך זײַן אַ מבֿין אויף אַזאַ טשיקאַוועס פּשוט־און־פּראָסט צוליב
דער פֿילפֿאַרביקייט, ניט צוליב איר תּפֿילה־מדרגה.
יום ראשון, אפריל 30, 2006
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
זיי דאווענען! ניין, זאג איך, זיי טוען תפילה
השבמחקאיך גייט קיין מאה שערים? ניין, איך גיי קיין מאה שערים
דוב, אונזער באליבטער בלאגער, שלום מוטשעט זיך מיט הארבע פראגען, נעמליך עבודה זרה צו מינהג אבותיהם. ד.ה. חייבי מיתות צו א פראסטע לאו. פון וואו יאוועט זיך אזא קאלטבלוטיגקייט זיך צו פאסמאקעווען איבער אלטע קאפעלוש וויצן?
השבמחק