יום ראשון, יולי 15, 2007

דער וואַרט-קרײַז

אַלע עקן שלאַנגענווײַז
צאַמגעקנאָדערט אין אַ קײַלעכקרײַז.

רונדערהייט אין אַ קרײַזלקנויל
דרייען זיך גווינטן אין רער פֿון פּיסטויל.

מײַן שטענדיקער חותם, אַ גרויסער עיגול
פֿאַרשטערט פֿון וואַרטענישן-פּיגול.

איך וואַרט אַזוי לאַנג עס גלאַנצט זיך דער נײַגער --
פֿון שפּיגל-פּאָרטערטן ווערן נאָר זייגערס.

יום ראשון, יוני 10, 2007

טעותן

מײַן פֿעטער איז אַן אַדוואָקאַט וואָס פֿאַרטיידיקט סײַ אַנדערע לאָיערס סײַ דאָקטוירים קעגן אָנקלאָגן פֿון קרומער פּראַקטיק (מאַלפּראַקטיס). אַ מאָל האָב איך אָנגעשריבן אויף מײַן ענגליש-בלאָג, נאָכן ענדיקן מײַן ערשטן חודש רעזידענץ, אַז כ'האָב מזל וואָס כ'האָב קיינעם ניט געהרגעט -- אויף וויפֿל איך ווייס. האָט ער איבערגעלאָזט אַ תגובה מיט דער אָבסערוואַציע, אַז אויב איך שרײַב אַזעלכע זאַכן בפֿרהסיא וועט קומען עצעמער און אָנקלאָגן מיך אין געריכט. לעצטנס האָבן מיר זיך געזען אויף אַ שמחה (דווקא מײַן שוועסטערס חתונה!) ווו ער האָט זיך איבערגעטראַכט און געזאָגט, "יעדן [דאָקטער] וועט מען אָנקלאָגן, און ס'איז ניט געפֿערלעך." אין דעם גײַסט וויל איך זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן, אויף מײַן ווייניק-געלייענטן בלאָג, וועג אַ שרעקלעכן טעות וואָס כ'בין באַגאַנגען (אָדער ניט?) אין שפּיטאָל.

געשען איז דאָס בשעת איינער פֿון די שווערסטע ראָטאַציעס פֿאַר אַ מעדיצינישן פּראַקטיקאַנט (אינטערן): די נאַכט-ראָטאַציע. בײַ בעלוויו-שפּיטאָל לכל-הפּחות איז דאָס אַן אויפֿגאַבע וואָס איז אוממעגלעך אַדורכצופֿירן צו יעדנס סאַטיספֿאַקציע: מע מוז "דעקטן" איבערנאַכטן קרוב צו אַכציק פּאַציענטן, און יעדע צען מינוט ווערט מען געפּיידזשט וועגן ענינים סײַ אומוויכטיק, סײַ נאַריש, סײַ פּיקוח נפֿש בלי שום ספֿק. און דײַן אַרבעט איז אונטערצושיידן צווישן דעם אַלעם אָן משוגע צו ווערן - און אָן האַרצלאָז צו ווערן אין מיטן דער שרעקלעכער דראַמע וואָס איז דאָס לעבן פֿון אַ חולה אין בית-החולים.

מע טראָגט זיך אַרום מיט אַ בינטל פּאַפּירן פֿאַרשריבענע מיט די מינימאַלע ידיעות וועגן די פּאַציענטן. מע מוז אָפֿטמאָל פּרווון דערגיין וואָס מע האָט געמיינט בײַ טאָג ווען מע האָט אַרײַנגעשריבן אַזאַ באַפֿעל אין קאָמפּיוטער.

האַלבע נאַכט -חצות ממש - גיט מען מיר צו וויסן אַז איינער אַ חולה פֿילט זיך ניט-גוט. ניט קיין חידוש, באַזונדערש ווײַל מע האָט אים בײַ טאָג דיִאַליזירט - מיט איין וואָרט, געוואַשן זײַן בלוט כדי עס צו ראַטעווען פֿון די קאַליע-געוואָרענע נירן. דאָס איז געווען אַ נויטפֿאַל, האָט מען אים געדאַרפֿט אַרײַנלייגט, אַרײַנסיליען ווי אַ פֿאָדעם אין אַ נאָדל, אַ טרײַבל אין דער דיך-ווענע.

ניט זעלטן פֿילט מען זיך ניט טויט ניט לעבעדיק נאָך אַזאַ פּראָצעדור. צו די אַלע זאַכן איז זײַן בלוט-דרוק געווען אַ נידעריקער. האָב איך אים געגעבן פֿליסיקייט (זאַלצוואַסער, אַזוי זאַלציק ווי בלוט) און ס'איז אַרויפֿגעגאַנגען.

שפּעטער צו האָב איך ווידער באַקומען אַ פּיידזש אַז דער זעלבער מענטש איז געווען אַ ביסל דיסאָריענטירט. דאָס איז געווען צווי אַ זייגער בײַ נאַכט. געגאַנגען אים זען. ניט דיסאָריענטירט ממש נאָר פֿאַרווייטיקט. זײַן פֿוס, זאָגט ער, טוט אים וויי. האָב איך באַמערקט אַז דער פֿוס איז אַ ביסל קאַלט, האָב איך אים געגבן מאָרפֿין און פּטור אַן עסק.

אויף מאָרגן, אויפֿן וועג אַרויף צו דער אַרבעט מיטן עלעווייטאָר, טרעף איך דעם טאָג-אינטערן פֿאַר יענעם פּאַציענט. איך באַגריס אים פֿרײַנדלעך. "געהערט?" גיט ער מיר אַ זאָג. "מע האָט אים געדאַרפֿט אָפּהאַקן זײַן פֿוס . . ."

דאָס הייסט, אַז ווען מע האָט אַרײַנגעלייגט דאָס דיִאַליזיר-טרײַבל האָט מען ניט-בכיוונדיק אַרײַנגעוואָרפֿן אַ בלוט-פֿאַרגליווערונג אין דער אַרטעריע פֿון זײַן פֿוס, וואָס האָט דאָס בלוט פֿאַרשטאָפּט. ווען דער פּאַציענט האָט באַקלאָגט זיך פֿאַר ווייטיק איז דאָס געווען די סיבה. די קעלט פֿון זײַן פֿוס איז געווען אַ סימן.

און איך האָב דאָס אַלץ פֿאַרזען.

איך האָב זיך געלאָזט שערן אויף יענעמס פֿוס...

יום שלישי, מאי 22, 2007

מורא

מע האָט מורא
ווען דער בורא
גיט די תורה.

אין דעם מויער
לאָזט דער בויער
אונדז אַ טויער.

ניין, איך האָב געגעבן די תורה

אַזוי זאָגט דאָס מיידל ווען איך דערצייל איר וועגן יום-טוב שבועות.

יום ראשון, מאי 13, 2007

שבת אין שפּיטאָל

געאַרבעט נעכטן אין דער פֿרי און כ'דאַרף קודם-כל זינגען אַ לויבגעזאַנג די נשי סאַטמער, וואָס מע האָט זיי צוגעטיילט אַ באַזונדער ביקור-חולים-צימער, מיט כלערליי שבת-עסנס און כלים. כ'בין אַרײַן נאָכן אָפּענדיקן מײַן שטיקל אַרבעט און געזוכט מײַן זעקל עסן וואָס כ'האָב געהאַט אַוועקגעלייגט פֿריִער אין פֿריזשידער.

דאָרטן שטייט אַ ייִד מיט אַ מיידעלע. "איר ווייסט ווו עס זײַנען ייִדישע מענטשן", פֿרעגט ער אויף ענגליש, ווײַל עס נודיעט מײַן מיידל."

"סתם ייִדן?"

"יאָ, מיסטער מענדעל אָדער מיסטער סטראַוס, וואַטעווער."

כ'האָב געזאָגט אַז כ'ווייס ניט, נאָר מסתמא וועלן זיי שפּעטער אונטערקומען.

"איר עסט טשאָלנט?"

"ניין, אַ דאַנק, כ'האָב דאָס אייגענע."

"ניין! עסט טשאָלנט און קוגל! לכבוד שבת קודש. מיט אַ פֿרישקייט." האָט ער זיך מטריח געווען און אַרויסגעומען כלערליי עסנוואַרג וואָס פֿאר די חולים, פֿיש און פֿליייש און אַז"וו. האַב איך זיך אונטערגעגעבן.

שפּעטער אַ ביסל קומט אַרײַן נאָך אַ ייִד, מיט אַ חסידישן לבוש, און פֿאַרפֿירט מיט מיר אַ שמועס וועגן מײַן בילדונג ון ווי לאַנג עס נעמט זיך אויסצולערנען אויף דאָקטער. אין מיטן דערינען פֿרעגט ער מיר:

"ווו קען מען גיין אין אַ קאָנסערוואַטיווער אָדער רעפֿאָרם טעמפּל הערן אַ שיעור?"

אַ רפֿואה שלמה אַלעמען.

יום רביעי, מאי 02, 2007

ראָבערטאַ ז"ל

הײַנט האָב איך געטראַכט וועגן מײַן פֿרײַנד ראָבערטאַ אָליווער ז"ל וואָס איז אַוועק אין דער אייביקייט שוין איבער אַ וואָך צוריק. זי שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך פֿון אונדזער קהילהס אייגנאַרטיקע מעלות.

1. זי איז געווען אַ ּּתורה-לייענערין.

2. זי איז -- און איך וויל דאָ קיינעם ניט באַליידיקן -- ניט "פֿרום" אין קיין איין-דימענסיעדיקן, "פֿרום-איז-אַ-גלח"-דיקן זין. זי האָט זיך צוגעאייגנט די מיצווה.

3. זי האָט געלערנט תורה שפּעטער אין לעבן און עס אַדורכגעפֿירט.

4. מער וועגן 2: ניט נאָר אַ מיצווה, נאָר אַ מיצווה וואָס יעדער ייִד איז בפֿרט ניט מחיוב צו טאָן, ס'איז דאָך אויף דער קהילה צו הערן די קריאה, נאָר קיינער מוז ניט אַרײַננעמען דעם יד אין האַנט אָרײַן. נאָך אַ סימן פֿון איר איבערגעבנקייט.

5. בײַ איר איז איר לייענונג ניט געווען קיין גרויסע גדולה, נאָר אַ ריכטיקע קריאה בכלל: דאָס יאָ.

6. זי איז געווען אַ גרושה, אַן אַרבעטאָרין, וואָס האָט אויפֿגעהאָדעוועט צוויי קינדער -- צוויי דערוואַקעסענע, גוטע נשמות.

יהי זיכרה ברוך!

יום ראשון, אפריל 22, 2007

פּאָנק-קלעזמאָרים

כ'האַב מוצאי-שבת גוואַלדיק גוט פֿאַרבראַכט מיט דער גאַנצער מענאַזשעריע ייִדישיסטן און קלעזמאָרים וואָס זײַנען זיך צונויפֿגעקומען פּראַווען דעם 50סטן פֿון איציק גאַטעסמאַן. געטורנקען אפֿשר אַ ביסל צו פֿיל כריין-וואָדקאַ (נאָר אַ דאַנק דערפֿאַר!).

על רגל (אוזן?) אַחת וויל איך עצהנען איר זאָלט קויפֿן דעם סי-די. "הוליעט, הוליעט" ווערט נײַ און אין-פּנים-אַרײַן, מאַנגער ווערט מאַגניפֿירט.

יום שישי, אפריל 20, 2007

סוצקעווער: דער בלאָג

לאָמיר זען ווי דאָס וועט אַרבעטן. דער ערשטער פּאַסט איז דער ערשטער טייל פֿון דער פּאָעמע "אָדע צו דער טויב", צוזאַמען מיט מײַן ענגליש-טײַטש. נוצלעך וואָלט געווען צו וויסן, וועלכע ווערטער דאַרף איך פֿאַרטײַטשן פֿאַר די ייִדיש-לייענערס. און וועלכע לידער איר ווילט זען, טאָמער קענט איר זײַנע ווערק.

יום רביעי, אפריל 18, 2007

מיין טעם פון מן ערקלער מיר

מדבר רינגל מיר ארום
מיין טעם פון מן
ביטע ערקלער מיר
וועם כ'האב צו אנטלאפן
וועם קען איך זאגן
אז זייער אלעס
איז מיר ווייניג

אפן קארנער
א מעלדונג פון א שמועס
מ'עט באלד געבן

קעגן מיר די מחאה
קעגן מיר די פאשקעווילן

דאס איז מיין שאלה
ווי לאנג
איז די קירצטע וועג
גליקלעך געקייטלטע טעג

יום רביעי, אפריל 11, 2007

פֿראַגעס וועגן איי-סי-יו: אָדער, טראַכט וועגן וואָס איר ווילט איידער דאָס "חלילה-וחס" וועט געשען

אַ פֿרײַנד האָט מיר געגעבן צו וויסן, אַז געדרוקט האָט מע אין אַלגעמיינער זשורנאַל אַ שטיקל מײַנס וועגן דעם "אײַ-סי-יו", אלא וואָס, מחמת איזה סיבה האָט מען עס ניט איבערגעגעבן אויפֿן וועב. מילא, איך קען עס פּאָסטן דאָ:

אַ סך היינטיקע אידן קענען עמעצן וואָס איז אַ מאָל געלעגן אינעם "איי-סי-יו". שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז לטובה אָדער לרעה די "אינטענסיווקיייט" פֿון "אינטענסיוו קייר יוניט"? ווען דאַרף מען שטעלן אַ סוף-פּסוק און זאָגן גענוג שוין - מע קען ניט היילן, מע דאַרף בעסער לייגן דעם טראָפּ אויף דעם ענדגילטיקן סוף? ווען ווערן די בעסטע כוונות פֿון די דאָקטוירים ניט קיום-המיצווה פֿון רפּא ירפּא נאָר מניעות פֿון אָ רויקן ענד? און וואָס איז די ראָלע פֿון די משפּחות -- אָפּצושלאָגן דעם זיכערן טויט, אָדער בלית-ברירה שטייען אויף דער זייט, אָן כוח צו טאָן גאָרניט? וואָס איז די ראָלע פֿון משפחות וואָס זיינען ניט-ווילנדיקע "געסט" אין איי-סי-יו, און ווי קען מען פּלאַנירן פֿאַר מע מוז אַריין?

דאָ וועל איך איבערגעבן ניט די חיזוק-ווערטער פֿון אַ רב, ניט די האַרבע דיבורים פֿון אַ דערפֿאַרענעם איי-סי-יו דאָקטער, נאָר די איינדרוקן פֿון אַ פּשוטן מעדיצינישן אינטערן (רעזידענט פֿון ערשטן יאָר), וואָס אַרבעט אַ מאָל אין איי-סי-יו און האָט וואָס צו זאָגן לשם באַלאַנץ און לשם עצות.

איינס באַמערקט זיך תיכף-ומיד ווען מע אַרבעט אינעם "איי-סי-יו." ס'איז אַ וועלט פֿון אַן איינציקן געבאָט: "איר מוזט כסדר עפּעס טאָן." קודם טאָן, און שפּעטער פֿרעגן. אייער זיידע - רחמנא לצלן -- ווערט וואָס שוואַכער פֿון אַ לונגען-אָנצינדונג -- און מע ברענגט אים צו פֿירן אין איי-סי-יו, אַפֿילו ער האָט אין דער זעלבער צייט צען אַנדערע מחלות וואָס מע וועט ניט אויסהיילן. און ער איז קיין עין-הרע כמעט אַריין אין די ניינציקער. איז אַ שפּיטאָל בכלל דאָס ריכטיקע אָרט פֿאַר אים - און דער איי-סי-יו על-אַחת-כמה-וכמה? מע שטעלט ניט די פֿראַגעס, מע ברענגט אים צו פֿירן מיט דער שנעלקייט פֿון אַן אַמבולאַנס און די אַגרעסיווקייט פֿון אַ מחנה שטורעם-חיילות. און אַז מע שטעלט זיך יאָ פֿרעגן אַזוינע האַרבע קשיות, ווערט מען גערופֿן אַ פֿאַרראַטער, אַ שטיצער פֿון "רחמנות-מאָרד" אָדער נאָך ערגערע זאַכן.

אָט זיינען אַ פּאָר קשיות וואָס מע וואָלט געדאַרפֿט פֿרעגן -- ביי זיך אַליין אָדער ביי די עלטערן, ווען "מע" צי יענער ליגט שוין אין שפּיטאָל אָדער ווען איז נאָך בקוו-הבריאות -- וועגן וואָס מע וויל. עס קען זיין, אין אייערע קרייזן, אַז די דאָזיקע ענינים מוז מען אַרומרעדן, אָדער פּראָסט-און-פּשוט איבערגעבן, אַ פּוסק. נאָר אויך ווען מע האָט צו טאָן מיט אַ פּוסק דאַרף מען האָבן אין זינען וואָס מע וויל.

1. ווי באַקוועם זיינען מיר מיט אַן איי-סי-יו? קען זיין אַז איר זייט קיין מאָל ניט געווען אין אַזאַ אָפּטיילונג. אויב איר האָט ווייטערע קרובים וואָס ליגן חלילה אין אינטענסיווער אָפּטיילונג, נעמט די טרויעריקע "געלעגנהייט" צו זען וואָס דאָרטן טוט זיך. גייט זען די מאַשינען, די טרייבלעך, און (מאידך גיסא) די מוראדיק שאַרפֿע און עפֿעקטיווע קראַנקן-שוועסטערס און דאָקטוירים. פּרואווט פֿארשטיין אייערע אייגענע איינדרוקן, זייט אָרנטלעך מיט זיך אַליין וועגן אייערע געפֿילן. רעדט וועגן זיי, אויף וויפֿל עס לאָזט זיך, מיט רבנים און דאָקטוירים. איר וועט זײן איבערראַשט וויפֿל מע וויל העלפֿן און אַרומרעדן.

2. וויפֿל צייט וואָלט איר "געוואָלט", אייער קרוב זאָל ליגן אין איי-סי-יו? אַוודאי וויל קיינער ניט, אַז עמעצער זאָל ליגן אין "אָפּטיילונג". וואַרשיינדלעך אָבער, אַז מע נעמט אין באַטראַכט די הצלחות פֿון היינטיקע מעדיצין, און וויפֿל מיר אידן פֿאַרלאָזן זיך אויף דאָקטוירים, אַז אייער זיידע אָדער עלטער-באָבע וועט דאָרט ליגן. מע וועט אים/זי פֿארבינדן צו די היי--טעקססע מאַשינען וואָס גיבן-צו חיי-שעה בעת זיי נעמען-צו רו. און דער דאָזיקער טרויעריקער מצב קען זיך ציען חדשים לאַנג דורך פֿילע רונדערס אַריין און אַרויס פֿון שפּיטאָל. מוזט איר, פֿריער ווי שפּעטער, אַרומרעדן מיט אייערע ליבע וואָס זיינען שוין אין די יאָרן און פֿרעגן זיי וואָס זיי ווילן. מיט די ידיעות קענט איר דעמאָלט טראַכטן וועגן --

3. ביי וועלכן רב ווילט איר פֿרעגן די שאלות, און ווען ווילט איר זיי פֿרעגן? אויב איר לייענט דאָס, אויב איר לייענט בכלל דעם אַלגעמיינער, איז וואַרשיינדלעך אַז איר זייט אַ פֿרומער איד. מסתמא איז אייער פֿרומקייט אַנדערש פֿון מיין פֿרומקייט. פֿונדעסטוועגן אָבער, איז איין זאַך אמת: איר פֿרעגט ניט אַ שאלה ביי אייער רב יעדן רגע פֿון טאָג און נאַכט. טייל באַשלוסן מאַכט איר אַליין, און איר ווייסט פֿון פֿריער, ווען איר זייט שוין גרייט צו פֿרעגן אַ שאלה, ביי וועלכן רב איז כדאַי צו פֿרעגן, און ביי וועמען איז אַרויסגעוואָרפֿענע צייט.

אַז איר האָט שוין די פֿראַגעס אין קאָפּ, לייג איך פֿאָר איר זאָלט טראַכטן וועגן זיי. בשעת איר טראַכט, האַלט אין זינען די מעשיות פֿון מענטשן וואָס איר האָט ליב געהאַט וואָס זיינען אַוועק, און ווי אַזוי זיי זיינען געשטאָרבן. פֿרעגט ביי זיך: צי וויל איך שטאָרבן אַזוי? אָדער אַנדערש?

דאָס קומעדיקע מאָל ווען איך שרייב וועגן דער טעמע וועל איך אי"ה קומען מיט אייגענע מעשיות פֿון חולים וואָס כ'האָב געטראָפֿן, וועגן "גוטע טויטן" און "שלעכטע טויטן", וועגן אומגליקן און - פֿאַר וואָס ניט? - נסים און ברכות וואָס האָבן זיך געטראָפֿן אין דעם איי-סי-יו, ווו אַלץ קען זיין "אינטענסיוו", אַפֿילו דאָס אַוועקגיין אין דער אייביקייט.

יום ראשון, אפריל 01, 2007

איראַקער בריוו

מײַן ברודער שרײַבט פֿון איראַק. צווישן אַנדערע:
דער טאַטע האָט מיר געשיקט אַן אי-מייל, צי כ'האָב געקויפֿט אַ גורל פֿאַר ִִ$30 פֿאַר אַ מאָטאָציקל אין דעם דוטי-פֿרי-קראַם פֿון באַגדאַד-פֿליפֿעלד. דער ענטפֿער איז אַוודאי ניין, נאָר דער געדאַנק רופֿט אַרויס אינטערעסאַנטע געדאַנקען, ווי: ווער וועט געווינען? וועט ער אַדורכפֿאָרן איבער באַגדאַד אין אַ מאָטאָציקל? וועט מען הרגענען אים דערפֿאַר? (ס'וואָלט געווען אַ גוואַלדיקער קאַר צו מאַכן פּליטה). דער באַגדאַד-פֿליפֿעלד איז בכלל אַן אינטערעסאַנט אָרט; ראשית, די עראָפּלאַנען שרײַען איבערן אָרט, ווו איך וווין און מאַכן קרײַזעלעך אין דער לופֿט (אין דער פֿאָרעם פֿון אַ ווײַן-עפֿענער אַזאַ) כדי צו לאַנדן. השנית: די מיליטאַנטן חוץ אונדזער קאָמאַנדאַטור ווילן ממש שיסן אין דער פֿליפֿעלד, נאָר זיי זײַנען שרעקלעכע שיסערס. ועל כולם איז זייער מאָדנע וואָס רוב פֿון די רשעים אין באַגדאַד פּרווון אַנטלויפֿן פֿון לאַנד . . . דווקא דורכן קויפֿן אַ בילעט בײַם באַגדאַד-פֿליפֿעלד (ווו מע וועט אים גרינג אָפּנעמען ווען ער פּרוווט אײַנשטײַגן). וויכטיק איז צו באַמערקן אָבער אַז די "גרינע זאָנע" איז שטענדיק אַ ציל, און אויף זייער זײַט שטאָט זײַנען זיי שטאַרק בעסערע צילערס ווי דאָ. הלוואַי זאָל אָנגיין אַזוי.

לײַדער איז איראַק דאָס איינציקע זאַך וואָס כ'האָב צו רעדן. כ'בין נישקשה. כ'הער אַז דער סענאַט און דאָס הויז האָבן אָפּגעשטימט וועגן אַזאַ מין טערמין אַרויסצוציִען זיך פֿון איראַק, און די רעפּובליקאַנער זאָגן אַז דאָס וואָלט איבערגעגעבן אַזאַ מין דעפֿעטיסטישן סיגנאַל. זיכער, אין פֿאַל ווען די אַלע פֿאַרשיידענע היגע כוחות (שיִאַ, סוני, אויסלענדישע קעמפֿערס) זאָלן זיך פֿאראייניקן צו פֿײַערן אונדזער צוריקציִען זיך. ס'וועט ניט געשען. . . .

כ'וואַרט נאָך אַלץ, בריטאַניע זאָל עפּעס טאָן מער ווי אַ פּאַטש אויפֿן האַנד צו איראַן פֿאַרן פֿאַרכאַפּן זייערע מאַטראָסן. זיכער ווילן זיי ניט קיין פּרשה "יו-עס-עס פּועבלאָ".
וואָס וואָלט די פֿש"אַ געטאָן, ווען מע וואָלט געכאַפּט אַמעריקאַנער מאַטראָסן?

יום רביעי, מרץ 21, 2007

אָנשרײַבן דעם אייגענעם הספּד

צוויי אונטערנעמונגען וואָס כ'בין בײַגעווען די לעצטע פּאָר טעג האַבן אויף מיר געמאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק.

זונטיק האָב איך געזען און געהערט אַ ביסל פֿונעם שלושים פֿון מרדכי שעכטער ז"ל. צווישן די בעלי-הספּדים איז געווען פּראָפֿ' דוד ראָסקעס, וואָס שעכטער האָט אים געשיקט אַ רירנדיק בריוו ווען ער איז געווען נאָך אַ בחור. שפּעטער -- ווידער מיט שעכטערס עצות -- איז ראָסקעס געווען צווישן די גרינדערס פֿון יוגנטרוף. הײַנט איז ער אַ חשובער פּראָפֿעסאָר און קריטיק פֿון ייִדישער ליטעראַטור בײַ דזשיי-טי-עס. ראָסקעס איז באַוווּסט פֿאַר זײַן כוח-הדיבור. דאָך אין דעם פֿאַל איז געווען עפּעס וואָס כ'בין ניט געווען מסכים דערמיט. ער האָט גערופֿן שעכטער אַ רעוואָלוציאָנער, דער וואָס פֿאָדערט בײַ אַנדערע די זעלבע וואָס בײַ זיך. און דאָס איז זיכער אמת. דערצו נאָך איז ער אָנגעקומען צו לשון-המסורה, און באַצייכנט שעכטערן ווי אַ מקובל. ווי אַזוי? ווײַל, לויט ראָסקעסן, מיר געפֿינען זיך אין דער תקופֿה פֿון שבירת-הכלים, נאָכן גרויסן קאַטאַסטראָף פֿון חורבן-אייראָפּע. אין דעם פֿאַל, לויט דער קבלה, פֿאָדערט זיך אַ צימצום, אַן אײַנצאַמונג וואָס וועט באַגרענעצן דעם גריייך פון כביכול. אַ שיינער אימאַזש, נאָר ניט פּאַסיק, ווײַל דער קבלהסטישער מעטאַפֿאָר טרעפֿט ניט דעם וויכטיקן פּרט פֿון שעכטערס נײַ-שאַפֿונגען און זײַן אומפּשרותדיקער אדעאָלאָגיע. ער האָט ניט געוואָלט אײַנצאַמען אָדער אײַנמויערן זיך ווײַל יענע וועלט איז אויסגעשניטן געוואָרן, נאָר פֿאַרקערט - ער האָט געוואָלט וואָס מער שאַפֿן, וואָס מער "יוצר זײַן". די קבלה איז אַ רײַכער מקור אומפֿאַרגעסלעכע אימאַזשן וואָס קען אָפֿט מאָל פֿאַרפֿירן.

איז אַפֿילו ווען מע גייט אַוועק נאָכן אויפֿטאָן עפּעס ממשושתדיקס, האָט מען ניט קיין דעה איבער די הספּדים. קא משמע לן.

צוריקגערעדט אָבער, און פֿון אַ ניט-ייִדישן קאָנטעקסט, האָב איך געזען פּונקט אַזאַ אינספּירירנדיקן משל פֿון פּרוון בכיווניק פֿאַרזיכערן, אַז די ירושה וואָס מע לאָזט איבער איז נעענטער צו דאָס, וואָס מע וויל שאַפֿן. דאָ גייט די רייד וועגן אַ קאָנפֿערענץ וואָס איז די וואָך אָפּגעהאַלטן געוואָרן, דעם אמת זאָגנדיק אַ ווידערטרעפֿונג פֿון די דאָקטוירים וואָס האָבן זיך גראַדויִרט פֿון ניו-יאָרקער אוניווערסיטעטס פּראָגראַם פֿון "פּרײַמערי קייר" (וואָס מע קען אפֿשר טײַטשן ווי "ערשטיקע מעדיצין"). על רגל אַחת איז די ערשטיקע מעדיצין באַזירט אויף עטלעכע פּרינציפּן: 1. דער עיקר איז דער פּאַציענט, ניט די קראַנקייט; 2. דער צוגאַנג פֿון דאָקטער מוז זײַן אויפֿן סמך פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור; און 3. דער דאָקטער פּרוווט בויען אַ באַציִונג מיטן פּאַציענט במשך פֿון צײַט.

וואָס איך וויל דאָ זאָגן איז אָבער אַז אויף דער קאָנפֿערענץ זײַנן אויפֿגעטראָטן עטלעכע מוסטער-גראַדואַנטן כדי צו רעדן אַ ביסל וועגן זייערע קאַריערעס. און -- ווי אַנדערש איז געווען יעדנס לעבן! וויפֿל אָפּציעס זײַנען דאָ אויפֿן וועלטל! וויפֿל פּראָבלעמען זײַנען דאָ צו באַזיגן און ווי ווייניק צײַט איז פֿאַראַן! לא עליך המלאָכה לגמור ולא אַּתה פֿויליאַק. דאַרף איך סײַ פֿאָרזיכטיק אַדורכטראַכטן די אונטערשיידן וואָס איך קען מאַכן, סײַ בלײַבן בטוח אַז טיר און טויער בלײַבן אָפֿן, ניט געקוקט אויב מע גייט מיט אומקאָנווענציאָנעלע וועגן.

דאָס אַלץ: בילאַנצירט אין דין, אמת און שלום; מיט תורה, עבודה און גמילות-חסדים. אַ שאָד אָבער, וואָס קיין "הילכות-לעבן-דיזײַן" איז ניטאָ אין שולחן-ערוך . . .

יום שלישי, מרץ 06, 2007

שיכור איז אַ . . .

ווי געזאָגט בין איך אַן ערשט-יאָריקער רעזידעננט, ד"ה בלשון רבנות בין איך נאָך אַלץ אין שימוש. ווי טייל פֿון אונדזער פּראָגראַם פֿון "ערשטיקער מעדיצין", פּרימיירי-קער, זיצן מיר איצט בײַ אַ מיני-קורס וועגן ניצן דראָגס כלערליי, פֿון קאָקאַיִן און העראִָיִן ביז אַקלאָהאָל, און וועגן דעם, ווי אַזוי צו העלפֿן אונדזערע פּאַציענטן (און זיך אַליין, אויב נייטיק).

בין איך נעכטיקע נאַכט געגאַנגען אויף אַ מיטינג פֿון "אעי-אעי", ד"ה אַלקאָהאָליקס אַנאָנימאָס. סײַ אַ מאָדנע, סײַ אַן אינפּירירנדיקע איבערלעבעניש. סך-הכל דאַכט זיך מיר, אַז כ'ווייס שוין גענוג כדי אָפּצושיקן אַהין די אַלקאָהאָליקערס וואָס כ'זע אין קליניק אָדער אין שפּיטאָל.

אַ טיש פֿון הינטן אין זאַל איז געווען באַדעקט מיט פֿליבלעטלעך וועגן די גרופּעס, ווו זיי טרעפֿן זיך, וכ'. וועגן דעם וויל איך עפּעס פֿרעגן. פֿון דער גאַנצער רשימה זיצונגען אין מאַנהעטן האָב איך געזען נאָר צוויי בײַ שולן, אַנשי-חסד און סטיין-ווײַז. גאָרניט אין קיין אָרטאָדאָקסישע שולן. היתכן?

צי איז דאָס פּשוט אַ פֿאַלשער אײַנדרוק? וווהין גייען די פֿרומע ייִדן וואָס האָבן אַ פּראָבלעם מיט אַלקאָהאָל? וווהין גייען די היימישע אַלקאָהאָליקערס? האָבן זיי געהאַט הצלחה מיט "אעי-אעי"?

יום ראשון, מרץ 04, 2007

פּורים גראַם-שטראַם

המנס "פֿאַן" / האָמאָפֿאָן

ניט דער אייבערשטער
נאָר אַן אייביקער שטער
ניט אַחשוורוש
נאָר אַ חשובער רשע
באַקומען אַ צוואה:
עץ גבוה.

ציווים בדיבור אחד

מעקה לגגיך
ומכה לאגגיך.

יום שני, פברואר 26, 2007

פֿאַר וואָס גיי-באַציִונגען זײַנען כשר

ביז אַהער האָב איך נאָך ניט געלייענט די תשובה פֿון הרב גאָרדאָן טאָקער וועגן האָמאָסעקסואַליסטישע באַציִונגען אין קאָנטעקסט פֿון הלכה. הײַנט איבערגעלייענט, בין איך נתפּעל געוואָרן. כ'וויל דאָס דאָ פּרווון פֿאַרקירצן און פֿאַרטײַטשן, נאָר אויב איר לייענט גוט אַזוינע חקירהדיקע אַרגומענטן אויף ענגליש, זיל גמר.

יום ראשון, פברואר 25, 2007

יום רביעי, פברואר 21, 2007

הספּדים, 3: אַ פּאָר ווערטער מײַנע אין אַלגעמיינער זשורנאַל

די פּרטים פון דעם לעבן און פּראָדוקטיווקייט פון ד”ר מרדכי שעכטער ז”ל זיינען מער ווייניקער באַוואוסט. ער איז געווען וואָס מען האָט אַ מאָל גערופן אַ פילאָלאָג, עמעצער וואָס גיט זיך אָפּ מיט אַ געוויסער שפּראַך (דאָ אַוודאי אידיש), אין פאַרגלייך צו אַ לינגוויסט וואָס איז מער אינטערעסירט מיט אַנאַליזירן אַלע שפּראַכן פון אַן אַלגעמיינעם קוקווינקל. אין פאַל פון ד”ר שעכטער איז זיין גרויסער אויפטו געלעגן אין צוויי תחומים: דאָס צונויפשטעלן ווערטערביכער מיט פאָרלייגן פון נייע ווערטער, און דאָס מייסד זיין אָרגאַניזאַציעס וואָס פּרואוון פאַרשפּרייטן אידיש ווי אַ טאָג טעגלעכע שפּראַך אין אַלע אַספּעקטן פון לעבן, ובפרט ביי ניט-חסידים, די אַזוי גערופענע וועלטלעכע.


לייענט דעם המשך.

יום ראשון, פברואר 18, 2007

הספּדים, 1: ברוכה קאַפּלאַן

ברוכה קאַפּלאַן איז אַ לעקטאָרין פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַ דזשאַנס-האָפּקינס אוניווערסיטעט אין באַלטימאָר.

* * *

מיט עטלעכע יאַר צוריק האַט ד"ר שעכטער מיך גערופֿן צו זיך אין ביוראָ, כדי מיר איבערצוגעבן אַן אומגעוויינטלעכע בקשה: איך זאָל אים מספּיד זײַן. ביז הײַנט פֿאַרשטיי איך ניט פֿאַר וואָס ער האָט געמיינט אַז דווקא מיר קומט אַזאַ כבוד, אָבער ער האָט זיכער געוווסט אַז פֿון זײַנער אַ תלמידה בין איך געוואָרן זײַנע אַ חסידה. וועל איך אין די פּאָר ווערטער פּרווון דערקלערן ווי אַזוי און פֿאַר וואָס ער איז געוואָרן מײַן ייִדיש-רבי.

ד"ר שעכטערס צוגאַנג צו ייִדיש האָט זיך מיר געלייגט אויפֿן שכל פֿון אָנהייבן אָן. איך האָב זיך באַקענט מיט אים אין זומער 1993 ווען איך האָב זיך געלערנט בײַ אים אויף דער ווײַנרײַך-פּראָגראַם. דעמאַלט האָב איך זייער ווייניק געוווסט וועגן דער ייִדיש-קולטור, און דער געדאַנק אַז ס'איז ניט נייטיק אָדער כדאַי צו רעדן ייִדיש ווײַל "ייִדיש שטאַרבט" איז מיר פּשוט ניט אײַנגעפֿאַלן. איך האָב הנאָה געהאַט פֿון רעדן ייִדיש, אַזוי ווי איך האָב הנאָה געהאַט פֿון אַנדערע שפּראַכן וואָס כ'האָב זיך געלערנט, נאַר אינעם פֿאַל ייִדיש איז אויך געווען עפּעס טיפֿערס. איך האָב דערשפּירט די ייִדישקייט וואָס ליגט אינעם ייִדישן לשון און איך האָב אונטערבאַוווסטזיניק געוווסט אַז ייִדיש דאַרף זײַן אַ טייל פֿון מײַן ייִדישן לעבן, אַז ייִדיש קען פֿאַרייִדישן אַפֿילו די ניט ייִדישע אַספּעקטן פֿון מײַן לעבן. דערפֿאַר האָט זיך ד"ר שעכטערס צוגאַנג צו ייִדיש מיר גלײַך געלייגט אויפֿן שכל.

אַזוי האַט ד"ר שעכטער -- דורכן משל פֿון זײַן אייגענער משפּחה און דורך זײַן אַקטיוויזם אין יוגנטרוף -- מיך געלערנט אַז ייִדיש קען זײַן די שפּראַך פֿון טאָג טעגלעכן לעבן אין אַ ניט חסידישער סביבה אין איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. אָבער דאָס איז נאָך ווייניק. ער האָט מיך אויך געלערנט אַ שטאַרקן דרך-ארץ צו דער שפּראַך, אי וואָס שייך דער וויכטיקייט פֿון אויסגעהאַלטענע סטאַנדאַרדן, אי וואָס שייך דער רײַכער פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון די דיאַלעקטן.

אַן אַנעקדאָט: נאָך עטלעכע יאָר פֿון אונדזערע באַקאַנטשפֿט האָט ד"ר שעכטער מיר געזאָגט, ער מיינט אַז ער זאָל רעדן מיט מיר זײַן היימישן דיאַלעקט, און ווען ער פֿאַרגעסט, זאָל איך ווײַזן מיטן פֿינגער אַראָפּ, אים צו דערמאָנען ער זאָל רעדן דרום-ייִדיש. עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿן: ער איז געוווען אַזוי צוגעוווינט צו רעדן כלל-ייִדיש מיט די תלמידים אַז ער האָט קיין מאָל ניט געדענקט צו רעדן מיט מיר אויפֿן טשערנעוויצער לשון!

בין איך צוליב מײַן טיפֿער הסכמה מיט ד"ר שעכטערס צוגאַנג צו ייִדיש געוואָרן זײַנע אַ חסידה. אַבער ס'איז געווען נאָך עפּעס: די וואַרעמקייט פֿון זײַן באַציִונג צו מיר און די געדולד מיט וועלכער ער האָט מיר געהאָלפֿן אויסבעסערן מײַן ייִדיש דורך ענטפֿערן אויף אָנצאָליקע שפּראַך-שאלות. ספּעציעל ווען איך בין ערשט געוואָרן אַ ייִדיש-לערערין האָב איך געדאַרפֿט קלאָר מאַכן פֿאַר זיך אַ סך גראַמאַטישע ענינים, און איך האָב אָפֿט געקלונגען ד"ר שעכטערן מיט די פֿראַגעס. ער איז געוואָרן זייער ברייטהאַרציק מיט זײַן צײַט, איך האָב קיין מאָל ניט געשפּירט אַז איך טשעפּע אים. ער האָט אַ פּאָר מאָל אַפֿילו מיר געקלונגען, ווען איך האָב אַ צײַט ניט געפֿרעגט קיין שאלה, כדי מיך צו מוטיקן איך זאָל ווײַטער פֿרעגן.

ווי ד"ר שעכטערס אַ חסידה רעד איך הײַנט ייִדיש מיט מײַן מאַן און מיט דער טאָכטער (און זי, צוויי מיט אַ דריטל, ענטפֿערט שוין אויף זייער אַ חנעוודיקן ייִדיש) און איך פּרווו דורך מײַן לערנען ווײַטער איבערגעבן ד"ר שעכטערס דרך-ארץ פֿאַר דער שפּראַך.

יענעם זומער האָב איך צום ערשטן מאָל געלערנט דעם העכערן מיטנדיקן קלאַס אויף דער ווײַנרײַך-פּראָגראַם, און צום ערשטן מאָל געניצט ד"ר שעכטערס "ייִדיש צוויי" ווי דאָס הויפּטלערנבוך פֿון קורס. ס'איז געווען אַ מחיה -- מער ווי איך האָב זיך געריכט. ניט נאָר ווײַל דאָס בוך איז געשריבן מיט הומאָר און פֿול געפּאַקט מיט אינטערעסאַנטע ידיעות וועגן דער שפּראַך, נאָר אויך ווײַל ד"ר שעכטערס גײַסט אַנפּלעקט זיך אויף יעדן זײַטל. [. . .]

איך האָב דערשפּירט אַז ער איז אין קלאַסצימער מיט מיר, און זיכער וועט זײַן גײַסט מיך ווײַטער אינספּירירן אַ גאַנץ לעבן.

ברוכה לאַנג קאַפּלאַן
דעם 15טן פֿעברואַר 2007
27 טעג אין שבט תשסז