יום שבת, אוקטובר 13, 2007

משה טאַוב בײַ זײַן חופּה

. . . וועט ער אָבער ממש חתונה האָבן?

לייענט דעם המשך פֿון אַ פּשוטער מעשׂה.

יום שני, אוקטובר 08, 2007

יום שלישי, אוקטובר 02, 2007

איך וויל אײַך דערציילן אַ מאַנסע

ווי איר ווייסט אפֿשר אַרבעט איך אויף אַ ראָמאַן (בלעז נאָוועל). אויב פֿינף לייענערס רופֿן זיך אָפּ און זאָגן, זיי וועלן עס לייענען, וועל איך אָנהייבן ב"נ אַרויסגעבן די זאַך דאָ-הי.

אַן אידעאַלער בלאָג, ב

מײַן חבֿר בן-עמי האָט געענטפֿערט מײַן רוף אָנטייל צו נעמען אין אַ בשותּפֿותדיקן בלאָג - אַ פֿרומער מיט אַ (רעלאַטיוו) פֿרײַען. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווען מיר הייבן שוין אָן, נאָך יום-טובֿ, וואָס זאָל זײַן אונדזער ערשטע טעמע? אַלע פֿאָרשלאָגן אָנגעלייגט.

יום ראשון, ספטמבר 30, 2007

עולה-לגדולה געווען

מזל-טובֿ די פֿריש אויסדערוויילטער עקזעקוטיווע יוגנטרוף. צווישן אַנדערע, די קאָ-פֿאָרזיצערס מנחם-יאַנקל איידעלמאַן און אַבֿיגיל האָוועל, דעם סעקרעטאַר לייזער בורקאָ, און דעם קאַסירער יעקבֿ-פּרץ בלום.

יום רביעי, ספטמבר 19, 2007

חדש כּקדם

די לינקס (לינקס) אַרבעטן שוין ווידער.

חרדיפּעדיע בפּועל-ממש

אין פֿאַרגלײַך צו דעם פּלאַץ איז ייִדיש-וויקיפּעדיע אַ חבֿרה כּופֿרים.

יום שלישי, ספטמבר 18, 2007

ראָש-השנה-בקיצורס

כ'האָב הײַיאָר געהאַט דאָס געפֿיל אַז אַלץ וועט זײַן גוט. דאָס איז עפּעס ווייניקער ווי בטחון נאָר מע מאַכט שוין אַ פּעולה.

*

צוויי מנינים אין אונדזער שול: פֿון אויבן, דער גרויסער זאַל (וואָס מע וואָלט אפֿשר גערופֿן אין דער אַלטער היים "די קאַלטע שול"), מיט דער חזנטע, דעם כאָר, דעם שול-רבֿ, די פֿאַרוואַלטערס מיט זייערע "פּאָר ווערטער". דעם ערשטן טאָג האָב איך געדאַוונט דאָרט און געווען צופֿרידן מיטן דאַוונען. די חזנטע האָט אַ קול-נגינה נאָר דרייט זיך אַרויס פֿון זיך-פֿאַרגינערישן חזנות. זי באַרימט זיך ניט מיט איר קול. דאַכט זיך, אַז זי דאַוונט -- ווי אַ ייִד דאַוונט, לא-על-מנת-לקבל-אַפּלאָדיסמענטן -- און קהל איז פֿאַרבעטן מיטצודאַוונען.

דעם צווייטן טאָג האָב איך געדאַוונט אונטן, אין דעם אַזוי גערופֿענעם "קאָמיוניטי-מנין", בראָש מיט אַ רבֿה (אַ פֿרוי אַ רבֿ) וואָס איז פֿריִער געווען אַ געהילף-רבֿ בײַם שול און לערנט איצט בײַ אַ שעכטער-שול
אָפּטאַון. זי האָט געהאַלטן אַ פֿרײַנדלעכע און צוגענגלעכע דרשה וועגן דעם באַגריף "שבת". נאָר ניט על-פּי-הלכה, נאָר שבת פֿאַרן פּראָסטן ייִד, וואָס ווייסט ניט - און גלייבט מסתּמא ניט -- אין אַזעלכע זאַכן.
געגאַנגען איז די רייד, צוו"א, וועגן דעם איצטיקן געזעץ-פּראָיעקט אין כּנסת וואָס וואָלט רעוואָלוציאָניזירט די איצטיקע ישׂראלדיקע פֿרום-כּנגד-פֿרײַ קאָנצעפּטן פֿון שבת. דער געדאַנק איז אַזאַ: זונטיק וועט מען מאַכן פֿאַרן (צווייטן) רו-טאָג. שבת וועלן זײַן אָפֿן געוויסע אַנשטלטן און געשעפֿטן וואָס קענען זינען "שבתדיקע" (קריא: ניט-מיסחרדיקע) צילן, דהײַנו עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט, קינאָען, רעסטאָראַנען, וכ'. דאָס איז לפֿי-עניות-דעתּי אַ געלונגענע פּשרה.

*

שבת-שובֿה בײַטאָג האָב איך ווונדערלעך פֿאַרבראַכט מיט יונתן באָיאַרין, און בשעת-מעשׂה געבלעטערט זײַנס אַ באַנד "פּוילישע ייִדן אין פּאַריז." דאָרט (אָנגעשריבן אין יאָר 1982) האָט ער צוו"א אויסגעדריקט דעם זאָרג, אַז די יונגע ייִדישיסטן אין פּאַריז (געמיינט אין חסידים פֿון אַזוי-גערופֿענע "געפֿי"ל" אָרגאַניזאַציע, בראָש מיט יצחק ניבאָרסקי, וועלן ניט מצליח זײַן באשר עס פֿעלן עלטערע ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, וואָס זאָלן זיך אינטערעסירן מיט זיי. נאָר דווקא די פֿראַנצייזישע ייִדישיסטן זײַנען גלענציק דערפֿאָלגרײַך (געמיינט אינסטיטוציאָנעל) בשעת מיר ניו-יאָרקער, געבענטשט מיט אַ סך אַרומיקע ייִדן וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, זײַנען נאָך אין מידבר שוין מער ווי פֿערציק יאָר. צי האָט עס צו טאָן מיט די חיסרונות פֿון יוגנטרוף צי מיט דעם, וואָס יוגנטרוף האָט זיך געשטעלט צו הויכע צילן אין דער היפּער-קאָנקורירערישן ייִדישער גאַס?

יום רביעי, ספטמבר 12, 2007

יום שני, ספטמבר 10, 2007

אָבֿינו-מלכּנו

ווער נתגלה
ווער זשע נעלם
באַווײַז זיך אין ניו-יאָרק
אין ירושלים
אין כעלם

גיב אונדז עצות
מיש זיך ניט
זײַ אונדז מציל
שטיי ניט אין דער מיט

לאָז פֿון זיך הערן
אויב ניט הײַנט איז מאָרגן
זאָלסט פֿאַר דײַן מציאות
אַליין זיך זאָרגן

אַפֿילו מלאכים מאַכן טעותן

פֿאַראַן דורכויס אמתדיקע "מגידים", וואָס ווערן געמאַכט פֿון תּורה און מיצוות געטאָן בשלמותדיק. פֿאַראַן אויך "מגידים" וואָס זײַנען אַ ביסל פֿאַלש, וואָס אַפֿילו זיי זײַנען געטאָן פֿון דער זײַט פֿון הייליקייט, ניט געקוקט דעראויף קען אַ מענטש אים אַזוי גורם זײַן מיט אַזאַ שלעכטע צוגאַנג אָדער פֿאַלשע זאַך פֿון דער תּורה אָדער מיצווה וואָס מע האָט געטאָן - יענער מלאך וואָס איז געמאַכט דערפֿון נעמט אַרײַן סײַ גוטס סײַ שלעכטס, און דאָס גוטס וואָס אין אים רעדט אמתדיקס, און דאָס שלעכטס אין אים רעדט פֿאַלש . . .אַזוי ווי געזאָגט טאָר מע ניט טענהן אויפֿן "מגיד" פֿאַר וואָס ער זאָגט אַ מאָל זאַכן וואָס זײַנען להיפּוך צום שולחן-ערוך אָדער דעם זוהר . . . און דאָס איז גענוג פֿאַר דעם וואָס פֿאַרשטייט דעם אמת.
--ר' חיים וואָלאָזשינער, וועגן דעם, פֿאַר וואָס דער "מגיד" פֿון ר' יוסף קאַרו האָט געהאַלטן אַז ס'איז אָסור צו עסן פֿלייש ראָש-השנה

יום רביעי, ספטמבר 05, 2007

אַ פֿאַרמאַכטע "קרעטשמע"

ווי אַן עקספּערימענט (באַמערקט אַז דאָס וואָרט פֿאַר עקספּערימענט אויף עברית איז נסיון!), האָב איך אַרויפֿגעלייגט אויף היימישע קרעטשמע אַ שטיקל פֿון מײַן ראָמאַן, צו זען צי מע וועט כאַפּן אַ קוק.

אָדער, בעסער געזאָגט, געפּרוווט אַרויפֿגלייגן. די פֿאַרוואַלטונג האָט מיר קודם-כּל געשיקט אַ העפֿלעך בריוול אַז מע דאַרף גוטהייסן דעם אינהאַלט ווײַל כ'בין אַ נײַער אָנטיילנעמער. מהיכא-תיתי!

דערנאָך אָבער האָב איך באַקומען אַן ענטפֿער: מע וועט ניט לאַזן אַרויפֿלייגן מײַן זאַך ווײַל (א) איך בין ניט פֿון זייער קאָמוניטי, און (ב) היימישע ייִדן רעדן און שרײַבן ניט אַזוי (ניט קלאָר ווי געמיינט "אַזוי") וועגן אַזוינע זאַכן, געמיינט סעקס אד"גל מסתמא, כאָטש סעקס איז דאָ זייער ווייניק אין דעם ראָמאַן.

בקיצור, מע האָט מיר ניט געגעבן רשות איבערצוגעבן זייער בריוול, נאָר ס'איז זייער אינטערעסאַנט. איך קען עס אײַך שיקן אויב אויר ווילט.

דאַרף איך געפֿינען אַן אַנדער בינע.

יום שלישי, ספטמבר 04, 2007

ווי אַזוי מע ווייסט

דער פֿילאַסאַפֿישער לימוד הייסט עפּיסטעמאַלאַגיע (פֿון גריכישן שורש "עפּיסטעמע" = וויסן). די וויסנשפֿט פֿון וויסן. ווי אַזוי מע ווייסט, מיט וועלכן צוגאַנג, וועלכע אַננעמענישן און קריטעריעס. ווען דערקלערט מען, אַז עפּעס וואַס האַט מען זיך שוין דערוווסט?

די פֿראַגע קומט צו רייד אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון לעבן. נאָר באַזונדערש שײַכדיק איז זי אין מעדיצין. ווי אָפֿט קומט צו מיר אין קליניק אַרײַן אַ מענטש, וואָסס איז זיכער אַז ער איז קראַנק, ער ווייסט, האָט קיין ספֿקות ניט, און אין ביך פּונקט אַזוי זיכער אַז כ'ווייס דאָס ניט!

עס גייט ניט אין דעם, וואָס דער פּאַציענט איז אַ הוילער נאַר וואָס איז דאַרף איבעררעדן מיט חכמת-הדאָקטאָריִע. מע טאָר אויך ניט זאָגן, אַז כ'בין פּשוט "איינער פֿון יענע" געזונט-געבערס וואָס הערט זיך ניט צו צו די טענות פֿון זײַנע קונים. עס שטעקט גיכער אין דעם (כאַטש צום טייל) אַז כ'בין דערגאַנגען צו מײַן אויספֿיר, זיך דערוווסט, אויף אַן אַנדער אופֿן ווי ער/זי. איך מיטן "ביִאָ-מעדיצישינער" שיטה, ער מיטן "נאַראַטיווןץ" זי מיט דער מעשׂה וואָס זי דערציילט וועגן איר גוף, איך מיט די טעסטן און ציפֿערן וואָס מײַן מאָדערנע מלאָכה האָט אָנגענומען.

איין מאָל דערקענט דעם חילוק, דעם בילבול-המוחות (אין ערגסטן פֿאַל) - אָדער אפֿשר מחיצת-הברזל - איז די אויפֿגאַבע אויפֿצובויען אַן עפּיסטעמאָלאָגיע, אַן אופֿן וויסן, וואָס אָנערקענט סײַ דאָס וויסנשאַפֿטלעכע סײַ דאָס "עמך"דיקע.

אַן אלולדיקע אויפֿגאַבע? אַ ניט-רעאַליסטישע? מיר וועלן נאָך ב"נ רעדן.

דער אידעאַלער ייִדיש-בלאָג

. . . וואָלט געווען, אויב אַ חרדי און אַ וועלטלעכער זאָלן אין איינעם אָנפֿירן דערמיט. געטיילט מיט זייערע פֿאַרשיידענע מיינונגען אויף כּלערליי טעמעס.

פֿאַראַן אַ בעלן?

יום שישי, אוגוסט 31, 2007

יום שני, אוגוסט 13, 2007

אָנשטעל של אלול

איך בין ניט גאָרניט, כאָטש כ'האָב דאָס געפֿיל אַז כ'וואָלט געדאַרפֿט פֿילן זיך ווי גאָרניט. איך דאַרף האָבן דעם חשש אַז מײַן לעבן איז מלא-חטא, ניט ווערט אַן אויסגעבלאָזענער שופֿר. איך דאַרף זען פֿאַר די אויגן ווי מײַן נשמה העגט אויפֿן וואָגשאָל, אין כּף-הקלע. איך דאַרף פֿישיק ציטערן, אין דער צײַט פֿון יאָר. איך דאַרף פֿורכטן.

און פֿורכט פֿעלט. איך האַלט ניט אַז יעדער באַשלוס איז מיצווה אַעגן עבירה. ס'רוב באַשלוסן אין מײַן לעבן זײַנען (לטובה צי לרעה) מאָראַליש נייטראַל. ס'איז פּרעטענציעז און פֿייק מאַכן זיך אַנדערש. אײַ, מע מאַכט דאָס לעבן פֿאַר אַ דראַמע כּדי אַליין צו שטײַגן? אוממעגלעך איז צו געווינען אָן אַ שפּיל? איך ווייס דאָס אַלץ און איך שטיי אַ ניט גערירטער.

ריר מיך. איך קען נאָך אַלץ נתפּעל ווערן, אפֿשר.

יום חמישי, אוגוסט 09, 2007

אויף יענעם באַרג

ווי לאַנג נאָך האָט מען דאָס געפֿיל אַז אויף יענעם באַרג וועט מקוים ווערן דאָס געגאַרטע? און ווי גיט מען זיך אַן עצה, ווען מקוים ווערט דאָס האַלב-געגאַרטע?

יום ראשון, אוגוסט 05, 2007

און איצט, אַ הפֿסקה פֿאַר כינעזישן פּאָפּ-סוררעאַליזם

איך ווייס אַז דער ווידעאָ איז צו מאָדנע צו גלייבן (גיט אַ קוק אויפֿן שילערין-אָנטועכץ און דעם פּאַנדאַ), נאָר דאָס ליד זינגט זיך גרינג. און ס'איז גוט פֿאַר וועמען (ווי איך) וואָס לערנט זיך כלל-כינעזיש.ֿ

טעיתי. הינט, ניט פּאַנדאַס.

יום חמישי, אוגוסט 02, 2007

דערקענען פֿאַרצײַטישע פּנימער

אַן אָפּשאַצונג אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס (אָן-לײַן) פֿון דעם באַנד.

פֿון אָנהייב דאַרף איך מודה-ומתוודה זײַן, אַז קיין עקספּערט אין דער ייִדישער ליאטעראַטור בין איך אַוודאי ניט, און וועגן דער אַלטער ליטעראַטור (קל-וחומר די גאָר אַלטע טעקסטן וואָס ווערן פֿאָרגעשטעלט אין דעם באַנד) בין איך אַ גאָלער עם-הארץ. וועל איך שרײַבן וועגן דעם אימפּאָזאַנטן בוך ניט ווי אַ קריטיקער אָדער אַ פּוסק מיט שטרענגע קריטעריעס און צוגעשליפֿענעם חלף, נאָר ווי אַ בחור וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי וואָס ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען מיט איר גאַנצער פּראַכט: די ייִדישער ליטעראַטר.

ווײַל איך האַב אַנגעהויבן לייענען דעם באַנד (אָדער, בעסער געזאָגט, שווימען ממש דערינען, ס'איז ניט קיין מאָגער ראָמאַן וואָס מע קען איבערלייענען אין ווייניקער פֿון הונדערט צוואַנציק יאָר) ניט מיטן צוגאַנג פֿונעם מחברס פּריאַיעקטירטן עולם, עקספּערטן אין די פֿעלדער פֿון ייִדישע לימודים: לינגוויסטיק, ליטעראַור, געשיכטע, אד"גל. איך האָב גיכער געוואָלט זען צי איך קען דערקענען עפּעס אַ פֿאָרבינדונג מיט ווײַטע מוחות און הערצער, מיט פֿאַרצײַטישע ייִדן פֿאָרגעשטעלט מיט פֿאַרצײַטישע טעקסטן. ווײַל -- אויב זייערע טעקסטן, ווי וואָכעדיק און ניט-עסטעטיש זייי זאָלן ניט האָבן געווען, וואַרפֿן איבער אַ בריק איבער די פֿאַרלאָפֿענע יאָרטויזנטער, איז דאָס (לויט מײַן אָרעמער מיינונג) אַ הצלחהדיקע ליעראַטור.

דאָס הייסט אַז כדי צו זײַן אַ מבין דאַרף מען פֿאַרברייטערן די אָנגענומענע דעפֿיניציע פֿון וואָס ס'הייסט ליטעראַטור. די ליטעראַטר כאַפּט אַרום ווײַט מערער ווי דאָס, וואָס מע קויפֿט אין אַ ביכערקראָם אָדער ווערט פּרעמירט פֿון די-וואָס-ווייסן. עס דאַרף דערגיין אַפֿילו צו די פּיצימאָניקסטע זכרס פֿון טאָג טעגלעכן לעבן, אײַנגעקריצט מיט ווערטער אויף די ווענט פֿון דער אײַזנבאַן פֿון אונדזער געשיכטע. אַ סוחר דערמאָנט אַ קונה אַז דעם פֿיש האָט ער ניט געשיקט בחינם, און ער וואַרט אויף אַן ענטפֿער: דאָס איז ליטעראַטור. אַ צעטל נעמען אויף אַ שיימע: ליטעראַטור.

דאָס איז צו זאָגן, ראשית-כל, אַז כאָטש די דאָזיקע טעקסטן זײַנען אַנדערש, פֿרעמד, און אַפילו (אין פֿיל פֿאַלן) מאָדנע, זײַנען זיי צו דערקענען. צי מיר קענען זיי אָפּשאַצן מיט אַ קריטישן קוק איז אַ גרויסער ספֿק (ווער קען וואַגן זיך צו זאָגן, אַז איינער אַ שרײַבער פֿוּן 12טן י"ה איז בעסער פֿון אַ צווייטן?). נאָר ניט אין דעם גייט עס הײַנט. מיר ווילן אַ איבערפֿירן די אויגן איבערן עולם, צי מיר דערזעען עפּעס אַ באַקאַנט פּנים אַפֿילו פֿון ווײַטן אַמאָל.

איז: וואָס לייענט זיך דאָ? ווי געזאָגט: אַלץ. מעדיצן, מעשיות, ליבע-געשיכטעס און תרגומים. האָסטו געוווסט, אַז אין דער זאַמלונג פֿון דער מעטראָפּאָלטאַנער קונסטמוזיי (אין ניו-יאָרק) געפֿינט זיך אַ בויגן פֿון מיטלעלטער - פּינקלעכער געזאָגט, פֿון יאָר 1460 פֿון דער קריסטלעכער צײַט-רעכענונג - מיט אַ ייִדישן אויפֿשריפֿט? דער בויגן האָט דאַכט זיך געהערט אולריך דעם פֿילגעליבטן הירש פֿון ווירטענבערג, און פֿיל ווערטלעך אויף פֿאַרשיידענע לשונות האָט ער געלאָזט אײַנגעקריצט ווערן אין זײַן כלי-זיין. צווישן אַנדערע די קומעדיקע צפֿנת-פּנעחדיקע ווערטער : :

האב גות ליעב הוב הערצע

שטעלט זיך די פֿראַגע: מע זאָגט אַז דאָס איז דער עלטער-עלטער-זיידע פֿון מאַמע-לשון? טערקיש איז דאָס! און דאָס איז איין רעזולטאַט פֿונעם רעדאַקטאָרס באַשלוס אויפֿצוהיטן דעם גענויעם אויסלייג מיטן וועלכן די עלטערע טעקסטן זײַנען פֿאַרשריבן געוואָרן. די שפּראַך קוקט אויס משונה-מאָדנע און אין פֿיל פֿאַלן - מיט אַ סך מעגלעכע טײַטשן. וואָס למשל מיינט דער אויבנדיקער אויפֿשריפֿ? איז דאָס "האָב גאָט ליב, האָב האַרץ"? אָדער גאָר "האָב גוט ליב, האַב האַרץ"?

אַפֿילו כדי אונטערצושיידן צווישן די מעגלעכע טײַטשן פֿון די מסטעריעזע ווערטער דאַרף מען מאַכן געוויסע אָננעמענישן אין פֿאָרויס. און דאָס איז די יסודותדיקע שוועריקייט וואָס שווימט אויף בײַם לייענען די דאָזיקע פֿאַרצײַטישע טעקסטן: דער תהום איז אַזוי גרויס, אַז כדי אַריבערצווואַרפֿן אַ בריק דאַרף מען שוין האָבן אַ ריכטונג אין זינען. מע דאַרף האָבן אַ פּנייה.

טייל טעקסטן אין דער זאַמלונג זײַנען אפֿשר מער פּשוט, צום ווייניקסטנס אין פֿלוג:

וואו זאל איך הין וואו זאל איך הער
וואו זאל איך/מיכש הין קירן:
איך בינש איין צינט
מיין הערץ/דאש ברענט.
איך קוינש ניט פרילך ווערן: /
דא שפֿט דיא הערץ אליר ליבשט מיין/
דיא איך האב אויף דיזר ערדן

ס'איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ ליבע-ליד, פֿון אַ מילאַנער כתב-יד פֿון פּירוש רשי וואָס דאַטירט פֿון 14טן י"ה. מע לייענט דאָס, און די אַלע תהומען וואָס האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט אויבן ווערן פֿאַרשווונדן אין אַ כהרף-עין. דאָס האַרץ בלײַבט דאָס האַרץ, אין צײַט פֿון טעראָריזם אָדער פֿון קרײַצציגלער.

ווי דער רעצענזענט פֿיל איל זיך מחויב אונטערצוציִען אַ סך-הכל אונטער די צונויפֿגעזאַמלטע, פֿיל-זײַטיקע, טויזנט-קעפּיקע, אויסטערליש-יענוועלטישע טעקסטן אין דעם באַנד. נאָר אין תוך גענומען איז דאָס ווײַט פֿון יושרדיק. דאָס איז דאָך אַן אַנטאָלאָגיע, און ווי דער רעדאַקטאָר גיט אַליין צו וויסן אין זײַן הקדמה, איז ער אויסן אַ ברייטער רעפּרעזענטאַציע פֿון אַלץ וואָס מע האָט געשריבן אין יענע צײַטן. איך קען פּשוט זאָגן אַז כ'בין פּריטשמעליעט פֿון דער גאַנצער גאַמע, וויל אַ וועלט (אַ וועלט פֿון אַן אַנדער צײַט) האָט זיך מיר אויפֿגעעפֿנט פֿאַר די אויגן. אפֿשר וועל איך גאָר חלשן, און דאַרפֿן פֿאַר אַ רפֿואה אָנקומען צו אַ רעצעפּט פֿון 15טן-16טן י"ה:

ווער איין וורם אים וינגר היט אודער ווא ער אין הוט מאן זול נעמן הוניק אונ' אורפימינט אונ' מיש עש מיט איין אנדער אונ' ליג עש דרופא

גרייט צו נעמען דעם פֿאָרמל צום אַפּטייקער, כ'דאַרף נאָר פֿאַרשטיין דעם טײַטש. קען מען אַרויסקוקן אויפֿן צווייטן פֿלאַנירטן באַנד פֿרייקסעס, וואָס וועט אַרײַננעמען אָפּטײַטשן פֿון ווערטער. ביז דעמאָלט וועל איך ווײַטער זוכן באַקאַנטע פֿאַרצײַטישע פּנימער.

יום ראשון, יולי 15, 2007

דער וואַרט-קרײַז

אַלע עקן שלאַנגענווײַז
צאַמגעקנאָדערט אין אַ קײַלעכקרײַז.

רונדערהייט אין אַ קרײַזלקנויל
דרייען זיך גווינטן אין רער פֿון פּיסטויל.

מײַן שטענדיקער חותם, אַ גרויסער עיגול
פֿאַרשטערט פֿון וואַרטענישן-פּיגול.

איך וואַרט אַזוי לאַנג עס גלאַנצט זיך דער נײַגער --
פֿון שפּיגל-פּאָרטערטן ווערן נאָר זייגערס.