יום רביעי, אפריל 26, 2006

אַ שמועס אין שפּיטאָל -- אונטערגעהערט

מיטאָג מיט די רעזידענט־דאָקטוירים פֿון פֿודזשיאַנער אָנוווּקס [קאַנסער]־שפּיטאָל.

א: יענער אַמעריקאַנער איז אַ וועגעטאַריער.

ב: וואָס הייסט?

א: ער עסט נאָר גרינסן.

ב: נאָר גרינסן? וואָס איז מיט פֿלייש?

א: ער עסט ניט קיין פֿלייש. דאָס איז דאָך דער טײַטש פֿון „וועגעטאַריער“.

ב: וואָס האָט ער צו עסן?

א: זעסט? ער עסט גרינסן מיט רײַז.

[דײַן נאַראַטאָר דערלאַנגט זיך נאָר אַ פּאָרציע געפּרעגלטע קרויט מיט קנאָבל.]
א: און צוויי פאָרציעס גרינסן! אַ וווּנדער!

ב: נאָר גרינסן. גיי ווייס!

א: און מיט עסן־שטעקעלעך אויך.

ב: אַן אַמעריקאַנער, האָסט געזאָגט?

2 תגובות:

  1. אנונימי4:58 אחה״צ

    איר פארשטייט שוין כינעזיש? א בייז וואונדער
    פארוואס עסט איר געפרעגלט? א וועגעטאריער היט אויפן געזונט, ניין?

    השבמחק
  2. אַלץ קען מען אײן מאָל פּרעגלען

    השבמחק