יום שישי, פברואר 25, 2011

יום חמישי, פברואר 24, 2011

זיסער פֿרימאָרגן, אַ ליד פֿון מערי רופֿל (פֿאַרטײַטשט פֿון שלום בערגער)

מע האָט אַוועקגעשטעלט אין אַ ריי אַלע הונדערט פֿופֿציק
קאַפּיטלעך תּהילים
און זיי איינציקווײַז אויסגעשאָסן.

אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַ שאַנץ
געצילעוועט אויף באַגראָבן קאַפּיטלעך תּהילים.

צי זײַנען די תּהילים אויפֿגעשטאַנען,
אויפֿגעשטאַנען מיט געזאַנג?

זײַנען די תּהילים געבליבן צוזאַמען,
זײַנען זיך די תּהילים צעגאַנגען?

צי האָט געמאַכט פּליטה דער דרײַ און צוואַנציקסטער קאַפּיטל
געקומען צו דיר אין דער היים
און געבעטן אַ פֿאָר?

שטעל זיך פֿאָר דו ביסט דער פֿאַרשפּעטיקטער פּאַסאַזשיר.
זאָג וואָס מיט דיר איז געשען און וואָס דו האָסט געזען.

כ´האָב געזען ווי הונדערט פֿופֿציק באָדערס
קומען צו אַ ברייטער, רויִקער אָזערע
בײַם סוף פֿון אַ לאַנגן, הייסן טאָג.

כ´האָב געזען ווי הונדערט פֿופֿציק באָדערס
טוען זיך אויס און שווימען פּאַמעלעך איבער
צו דער צווייטער זײַט, מיט אַ לאַנגער קילער פֿרייד
ווי די פֿון שוואַנען און הינט.

ווי דערקלערסטו דאָס?

דורכן אײַנגעחזרטן.
דורך טרויערס וואָרצל.
דורך דעם הוידענדיקן לאַמטערן.
און דורך די שטערן-פּנימער
פֿאַרפֿלייצט פֿון פֿרימאָרגן-ליכט.

יום ראשון, פברואר 20, 2011

מי כּעמך ישׂראל - מזל-טובֿ! ייִדן קענען אויך זײַן אידיִאָטן

אין מיטן אַן אויסטערליש מאָדנעם אַרטיקל וואָס פֿאַרגלײַכט אינאַ גראַדע (עליו-השנאָבל) מיט (וואַרט צו...) יאָקאָ אָנאָ, שרײַבט מרים שמולעוויטש-האָפֿמאַן טאַקע באמת בזה לשון, בלי חרטה ובלי דריי:
מען מוז אָבער זײַן אַזוי געניט און ראַפֿינירט ווי יאָקאָ־אָנאָ, אַזוי ציל־באַוווּסטזיניק ווי יאָקאָ־אָנאָ, אַזוי מאַניפּולירנדיק ווי יאָקאָ־אָנאָ צו פֿאַרכאַפּן דעם פֿאַרהייראַטן דזשאַן לענאָן, און אויף אַזוי פֿיל אים פֿאַרדרייען דעם קאָפּ, ביז יענער האָט באַוויליקט אונטער איר כּישוף אונטערצוגעבן זיך און איר "געשטעלט אַ חופּה." איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון אַ וועלכער גזע אָט די יאָקאָ־אָנאָ ציט איר ייִחוס, צי זי איז אַ יאַפּאַנעזערקע, צי אַ קאָרעאַנקע; אַ וויעטנאַמקע צי אַ לאַאָסיאַנקע. מיט איין וואָרט — זי איז אַן אַזיאַטקע און זי האָט אים זאַטאַשטשעט.
פֿאַראַן, פּראָפֿעסאָר, אַזאַ זאַך וואָס הייסט אינטערנעט, און אויף דעם אַזאַ וויקיפּעדיע (אַן ענציקלאָפּעדיע אַזאַ), און, אַז מע באַמיט זיך און פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און קלאַפּט אַרײַן מיט ניכטערע פֿינגער דעם נאָמען יאָקאָ אָנאָ, וועט מען געפֿינען אַז זי איז געבוירן געוואָרן אין סאַן-פֿראַנציסקאָ בײַ אַ מאַמע אַ יאַפּאַנערקע. 

איז דאָס געווען אַזוי שווער?

אַ ברכה וואָס זי האָט ניט דערמאָנט אין דעם "געלן געפֿאַר." 

אפֿשר זאָל זי בלײַבן בײַ איר באַליבטער סוגיא, די וווּנדיירים וואָס זײַנען די ייִדיש-סטודענטן בײַ קאָלומביע.

הרבֿ ליפּאַ

איך אַרבעט אויף אַן אַרטיקל וועגן ליפּאַס שול, און כ'וואָלט געוואָלט הערן אײַער מיינונג וועגן דעם, בפֿרט אויב איר זײַט אַ מתפּלל אין זײַן שול, אַ חסיד פֿון זײַן מוזיק, אָדער סתּם אַ ליפּאַיִסט. צי לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַ מוזיק-סטאַר זאָל זײַן מרא-דאתרא? איז זײַן "אומפּאַרטיייִשער" צוגאַנג צו דער שול סתּם אַ בלאָף? איז דאָס אַלץ אַן ערנצטע שטרעבונג נאָך אַ נײַער קהילה, אָדער גלאַט אַזוי אַ פּאָבליסיטי-קונץ?

ק"ק, כ'ווייס וואָס דו האָסט צו זאָגן!

יום חמישי, פברואר 17, 2011

מרדכי הצדיק האט געקענט ענגליש

גיט א קוועטש אהער, און דערנאך א קליק אויף "פלעי" , וועט איר הערן .... עפעס. כ'זאג דיר צו, ס'איז כדאי.

דערנאך איז דיין היימארבעט, איבערצולאזן א קאמענטאר וועגן דעם.

א דאנק חבר ק"ק וואס האט דאס מיר איבערגעשיקט.

יום שני, פברואר 14, 2011

אדר מזל דגים


אַלע
טעכטאָנישע
ימען
ראַנגלענישן
מיינען
צווישן צדדים
זיי כאַפּן
קאָנטינענטאַלע
יעדע פֿיש
אַ טענה
נאָר מזל דגים
לענגער ווי
איז לעולם
לשון
ריבע
אַן אויסגעצויגן-
אױפֿן טיש
אוניווערסאַלע



יום ראשון, פברואר 13, 2011

צי לעבן די רייכערערס לענגער מיט יערלעכע סי-טי-באַקוקן?

אויב איר רייכערט, אָדער קענט עמעצן וואָס רייכערט, האָט איר זיכער געהערט גענוג מוסר-רייד פֿון אײַער דאָקטער, אַז איר מוזט אויפֿהערן. ניט וועגן דעם רעדט זיך אין דעם אַרטיקל. יעדער רייכערער (אָדער זײַן קרובֿ) האָט מורא פֿאַר אַ קאָנקרעטער געזונט-פּראָבלעם, פֿאַרבונדן מיטן רייכערן: מע פֿלעג עס רופֿן — "יענע מחלה"; דער ראַק, ובפֿרט לונגען-ראַק. איז דאָ אַן אופֿן נאָכצוזוכן אַזאַ ראַק פֿון פֿריִער, און צו פֿאַרהיטן דערמיט די קרענק נאָך איידער זי אַנטוויקלט זיך? 

לייענט ווײַטער אין פֿאָרווערטס.

יום שלישי, פברואר 08, 2011

אַמאָליקע יום-טובֿים: ספּרינג ברייק, 1994

מיר זײַנען געווען אין דריטן יאָר קאַלעדזש. אַ וויסנשאַפֿט-שול, וווּ די מיידלעך, קליין אין צאָל, האָבן אײַזן-שטאַרקע קעפּ און ווייניקע געדולד פֿאַר מײַן גלײַכנס, אַ בויטשיק וואָס ווייסט אַפֿילו ניט ווי צו פֿאַרפֿיִרן אַ שמועס מיט אַ מויד. אַ מאָל האָב איך בײַ איינער, אַ בלאָנדינקע אַ שפּאַניערקע, געגעבן אַ כאַפּ דאָס זײַדענע יד´עלע, האָט זי מיר אָנגעקוקט מיט אַזאַ תּמעוואַטע טרײַשאַפֿט און התפּעלות, האָב איך גענומען די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַנטלאָפֿן צו אַ בוך אָדער אַ קאָמפּיוטער, כ´געדענק ניט וועלכע, נאָר יענער חפֿץ האָט מיר אָנגעקוקט מיט אַ פּשוטער קאַלטקייט וואָס דער נעב וועט באַלד פֿאַרשטיין.

אונדז איז אײַנגעפֿאַלן, אַז מע דאַרף פּלאַנירן אַ ספּרינג-ברייק, ס´איז דאַך באַלד צווישן די טרײַמעסטערס, מוז מען זיך לאָזן וווילגיין, הוליען, אַ לעב טאָן, אפֿשר דערפֿאַר ווײַל מע האַט אײַנגעזאַפּט אַזאַ באַגריף פֿון פֿילמען געצילעועט אויף צענערלינגען.

“מעקסיקע!” האָבן מיר אַלע אויסגערופֿן כּמעט אין איינעם, זײַענדיק אין דורם-קאַליפֿאָרניע, האָבן מיר פֿאַרשטאַנען אַז אַהין מוז מען פֿאָרן כּדי מקיים צו זײַן די מיצווה ספּרינג ברייק למהדרין. וווּאַהין אָבער, און ווי אַזוי? האָבן מיר זיך אויסגעצויגן אויפֿן דיל פֿון אונדזער ביבליאָטעק, אויפֿגעלייגט מאַפּעס, אויסגעפֿאָרשט, געחשבונט, געבראַכט ראַיות, אָפּגעשלאָגן יענעמס געדאַנקען. אַ פֿײַערדיקע דעבאַטע.

סוף כּל סוף איז געווען שלום - מע האָט זיך דערשלאָגן צו אַ קאָנסענסוס.

פֿאַראַן אַזאַ שטעטל, זיהואַטענעהאָ, אויפֿן פּאַציפֿישן ים-ברעג. מע קען אַהינפֿאָרן מיט אַ ביליקן בוס. האָט מען געקויפֿט בילעטן און געשיקט מיר נאָך צידה-לדרך, צו אַ היגן סופּערמאַרק.

קיין אויטאָ האָב איך ניט, בין איך געגאַנגען צו פֿוס. מע האָט מיר געבעטן, איך זאָל קויפֿן מאַראַנצן און באַנאַנעס. מיטגעבראַכט האָב איך די צען פֿינגער, ניט מער. קיין קויש, קיין רוקזאַק.


כ´האָב אָנגעקויפֿט אַ באַרג מיט מאַראַנצן און פּלענטי באַנאַנאַס. אַרײַנגעלייגט האַט מען זיי אין פּלאַסטישע זעקעלעך, וואָס -- וואָס ווײַטער איך בין געגאַנגען מיט אָנגעלאָדענע טריט -- אַלץ מער לעכער האָבן זיך אין זיי אויפֿגעריסן. מאַראַנצן און באַנאַנעס זײַנען אַרויסגעפֿאַלן ווי אין אַ סוררעאַלער לאַס-וועגאַס.


סוף-כּל-סוף האָב איך מער ניט געקענט. האָב איך אויסגעשטרעקט די הענט צום הימל און אויסגעשריגן, כ´קען ניט האַלטן די פֿרוכט! זאָל עמעצער מיר העלפֿן!


אַן אויטאָ האָט זיך אָפּגעשטעלט און אַ חנעוודיק פּנים האָט געגעבן זיך אַ שטעק אַרויס פֿון אַ שויב.

“ווילסטו הילף מיט דײַן פֿרוכט?”


“ניין, כ´בין אָקיי,” האָב איך געזאָגט אין אַ פֿאַרלעגנהייט.


ווײַטער געגאַנגען, ביז כ´בין געקומען צו גיין אויף קאַמפּוס, אין דער מיטאָג-היץ, מיט ליידיקע זעקלעך.

האָבן מיר געקויפֿט האַמבורגערס צו פֿרעסן אויפֿן בוס, און אַרײַנגעפֿאָרן אין מעקסיקאַנער שטעטל שוין הונגעריק ווי צען הינט און וואַלד, פֿאַרבענקט נאָך קנאָבל, פֿיש און פֿאַרפֿומירטע פֿרויען.


די רײַזע איז אָפּגעהאַקט געוואָרן ווײַל איינער פֿון אונדז חבֿרה, אַ לאַנגע לאָקש וואָס אַרבעט הײַנט ווי אַן אַסטראָנאָם, האָט זיך פֿאַרדרייט דאָס קנעכל בײַם סאָרפֿן, ממש צעבראָכן. האָב איך -- מיט מײַן כּוח-השפּאַניש -- אים באַגלייט אַהיימוועגס.


אויפֿן בוס צום פֿליפֿעלד בין איך געווען מלא-באַגײַסטערונג וואָס איך פֿאַרשטיי דעם קאַרטון אויף דער טעלעוויזיע, האַלט איך כּסדר אין איין פֿאַרטײַטשן, ביז ער גיט מיר איידל אַ זאָג:

“איך פּרוּוו שלאָפֿן”.

יום רביעי, ינואר 26, 2011

נידער מיט דער דערװאַקסנשאַפֿט

נידער מיט דער דערװאַקסנשאַפֿט, האָט געשריגן דאָס ייִנגל מיטן ציכטיק-רײנעם פּענעמל. נידער! זײַן לשון איז געװען פּערפֿעקט. קײן פֿעלער נישט, קײן פּגם. װי פֿריש פֿון ביכל אַרױס. כ'האָב אים קױם קױם פֿאַרשטאַנען.

האָט אַ צװײטע ייִנגל אים גיך צורעכט געמאַכט און אָפּגעראַמט פֿון װעג. אַ דערשטיקט געשרײ האָט זיך פּלוצעם דערהערט, אַ כיק פֿון אַ דורכחלפֿטן העלדזל. איז אױסגעװאַקסן דאָס ייִנגל פֿאַר מיר אין װעג, און אַרױסגעשטרעקט אַ האַנט. אַ גוטן רב ייִד!

אַזױ כּסדר. אַ ייִנגל זיך פּאָיאַװעט, אַ ייִנגל אָפּגעראַמט. אַ ייִנגלשע באַגריסונג, אַ ייִנגלשע געװײן. און באַלד אַ גאַנצע רײ קערפּערלעך אױפֿן װעג, עלעהײ ברוקשטײנער, סאָװעטישע, איבערגעניצעװעטע מצבֿות.

װען איר זאָגט: מעלאָדראַמאַטיש, װאָלט איך צוגעשאָקלט. װען איר זאָגט: סענטימענטאַל, װאָלט איך צוגעבאָמקעט און אונטערגעברומט אַ ניגון דערצו. װען איר זאָגט: פֿאַלש װאָלט איך אָבער אופֿגעהױבן אַ האַנט און געזאָגט בפֿני נכתּבֿ, בפֿני נחתּם. מיט מײַן פּנים געזען, אױף מײַן לײַב אָנגעשריבן. אױף דעם װעג גײ איך. אױף דעם װעג טאַנץ איך. אױף דעם װעג צי איך זיך אױס װי אױפֿן צדיקס קבֿר און שלאָף זיך אױס - אַ מחיה - בשעת די װעלט שרײַט און װײנט מיט בערישע קלאַנגען.

יום שני, ינואר 17, 2011

אַ קליינער אויסצוג פֿון מאַרטין לוטער קינגס "איך האָב אַ טרוים"-רעדע

פֿון זײַן באַוווּסטער רעדע אָפּגעהאַלטן דעם 28סטן אויגוסט 1963 אין וואַשינגטאָן.

אייביק מוזן מיר פֿירן אונדזער קאַמף אויפֿן הויכן פּליין פֿון ערלעכקייט און דיסציפּלין. מיר טאָרן ניט דערלאָזן אַז אונדזער שעפֿערישער פּראָטעסט זאָל זיך דעגענערירן אין פֿיזישער רציחה. אָבער און ווידער מוזן מיר שטײַגן צו די דערהויבענע הייכן פֿון טרעפֿן פֿיזישן כּוח מיט נשמה-כּוח. דער וווּנדערלעכער נײַער מיליטאַנטישקייט וואָס האָט אײַנגעשלונגען די נעגער-גאַס טאָר ניט דערפֿירן צו אַן אומצוטרוי פֿון אַלע ווײַסע מענטשן, וואָרן אַ סך פֿון אונדזערע ווײַסע ברידער, ווי עס ווײַזט זיך אַרויס פֿון זייער הײַנטיקן בײַזײַן, זעען שוין אײַן אַז זייער גורל איז געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער גורל. זיי זעען שוין אײַן אַז זייער פֿרײַהייט איז ניט אָפּצובינדן פֿון אונדזער פֿרײַהייט. מיר קענען ניט גיין אַליין....

...

און וועס דאָס פּאסירט, ווען מיר לאָזן פֿרײַהייט קלינגען, ווען מיר לאָזן זי קלינגען פֿון יעדן דערפֿל און שטעטל, פֿון יעדן שטאַט און יעדער שטאָט, וועלן מיר קענען פֿאַרגיכערן דעם טאָג ווען אַלע קינדער פֿון אייבערשטן, שוואַרצע און ווײַסע, ייִדן און גוייִם, פּראָטעסטאַנטן און קאַטויליקער, וועלן קענען געבן זיך די הענט און זינגען מיט די ווערטער פֿון יענעם אַלטן נעגער-זמר, דערלעבט די פֿרײַהייט, דערלעבט די פֿרײַהייט, אַ לויב זײַן ליבן נאָמען, דערלעבט די פֿרײַהייט!

יום שישי, ינואר 07, 2011

א פריילעכן ערב מארטין לוטער קינג טאג

טייערע חברים,

ניט יעדער איז דאכט זיך באקאנט מיט עלעמענטארע מאדערנע באגריפן פון ראסן-טאלעראנץ. איז אט - מיר זיינען אלע, "שווארצע, ווייסע, ברוינע, געלע" באשאפן געווארן בצלם אלוקים (אדער, אויב איר גלייבט ניט, גלייכע מענטשן מיט גלייכע רעכט). קיינער וויל ניט באשריבן ווערן ווי א שקלאף אויף די שפאלן פון א וויכטיקן יידישן בלאט.

איך ווייס אז קיינעם פון מיינע לייענערס קען מען ניט באצייכענען ווי א ראסיסט, נאר טאמער האט איר חברים אזעלכע, לערנט מיט זיי קמץ-אלף-א פון דער מענטשלעכקייט און יידישקייט. 

א גוטן שבת!

יום חמישי, ינואר 06, 2011

"וואָס קאָן מען טאָן איז תמיד גרינג צו זאָגן"

קוואַזי מוסר

ס'איז היינט אַ שוואַרצער טאָג
פון פעסט פאַרקלאַפּטע טירן
אַיעדערער פאַרשפּאַרט זיך
אין זיין שטאַל
און טאָמער וועט אין דרויסן
עמיץ טאָן אַ פאַל
וועט זעלטן ווער די הענט צעפירן
כאָטש מוסר־זאָגערס, עצה־געבער
האָט מען גאָר א שלל

נאָר קומען וועט דער טאָג
ווען הערצער ווערן אָפן
אי אינעווייניק
אי פון דרויסן
פון גרויסער ליכט באַשטראַלט
און טאָמער וועט דאַן עמיצער
די וואונדער־ליכט פאַרשלאָפן
פאַרפעלט ער ביידע וועלטן
איבעראַל

און דו, מיין ליבער פריינד, הער אויף
צו קלאָגן
אַ שיינע וועלט, אַ מיאוסע וועלט –
ס'איז אַלץ עגאַל
וואָס קאָן מען טאָן
איז תמיד גרינג צו זאָגן
נאָר ווייטער טאָן און זאָגן
בלייבט נאָך אַלץ
דער כלל 

יום רביעי, דצמבר 29, 2010

בלײַביק ווי בראָנדז


שאַפֿן שאַפֿן שאַפֿן שטאַרבן
שטאַרבן שטאַרבן ווײַטער גאָרניט
און פֿון שאַפֿונגען געטאָקטע
בלײַבן וועט אונדז מער קיין האָר ניט

פֿאַרצײַטיש-בראָנזענע מאָנומענטן
קרישלעך זיך ווי אַלטע טייגלעך
נאָך אַלעמען איז אונדז דאָס שטאַרבן
אַ שאַפֿונג וואָס בלײַבט פֿעסט אויף אייביק

יעדער קען אַ קינסטלער ווערן
הכנות מאַכן נאָך בײַם לעבן
אייביק וועט מען שטאַרבן שטאַרבן
מער וועל איך ניט איבערגעבן

יום ראשון, דצמבר 26, 2010

נישט שײן, אַרעלע

איציקס אַרטיקל/עדיטאָריִאַל/װאָס עס זאָל נישט זײַן װעגן די אַנומלטיקע נישט-אָנגענעמע געשעענישן בײַ דער ביכער-צענטראַלע אין אַמהערסט איז אַ ביסל צו אײדל. צװײ פּונקטן.

1. לאַנסקיס טועכטס פּאַסט גיכער פֿאַר אַ מולטינאַציִאָנאַלן קאָרפּאָרײשן װי פֿאַר אַ נישט-פֿאַר-פּראָפֿיטן-אָרגאַניזאַציע, שױן אָפּגערעדט װי פֿאַר אַ ייִדישער. און װי אַזױ ער האָט געזאָגט אַז נישט אין פֿינאַנציעלער נײטיקײט גײט עס -- פֿע! אַ פּאַטש אין פּנים די אָפּגעזאָגטע!

2. איך בין אַװדאי זײער צופֿרידן צו הערן װעגן די אַלע פּלענער בײַ אַמהערסט, נאָר כ'בין נאָך אַלץ מסופּק צי דאָס אַלץ װעט נישט זײַן נאָר פּוסטע חלומות. אַז עס גײט די רײד װעגן דערציונג, נאָר דעם זשורנאַל װעט מען מאַכן "װאַרעמער" (קריא: פּױערישער) - פּאַסט עפּעס נישט.

כ'האָב אױך מורא אַז דעם קאַטאַלאָג װעט מען קײן מאָל נישט אױסריכטן מיט אַן אמתדיקן זוכמאַשין. פֿון די מאָנבריװ זעט מען אָן אַ שיִער גוזמאָות װעגן דיגיטאַליזירן די "גאַנצע" ייִדישע ליטעראַטור -- אַ געלעכטער! -- און װער װײסט, צי די אַלע שײנע מעשׂיות װעט מען אױך אָפּטאָן כאַפּ-לאַפּ.

יום ראשון, דצמבר 12, 2010

אמת מארץ תּצמח

אויב איר ווילט היטן די ערד און אויפֿהיטן אײַער שפּראַך איז די־אָ אַסיפֿה אַ וויכטיקע אונטערנעמונג, לאָזט ניט אַדורך! איך שטיץ פֿון דער ווײַטנס ווײַל א. איך קען ניט פֿאָרן און ב. איך האָב ליימענע הענט...

יום שבת, דצמבר 11, 2010

וועט דער ייִדיש-לימוד פֿאַלן אַ קרבן פֿון ניט-דערשאַצטער שפּראַך־לערעריי?

מיט צוואַנציק יאָר צוריק זײַינען געווען נאָר פֿיר אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן מיט ייִדיש-אָפּטיילן: דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, האַרוואַרד, קאָלומביע, און דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנזשעלעס. פֿאַראַן הײַנט מער ווי אַ טוץ אַזעלכע אוניווערסיטעטן — פֿון מישיגען צו מערילענד, פֿון שיקאַגע צו סאַנטאַ קרוז — לערנט מען זיך דאָרט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. דער אינטערעס צו מאַמע-לשון צעוואַקסט זיך, און אין דער זעלבער צײַט ווערן אַלץ שיטערער די ייִדיש-רעדנדיקע (חוץ די חרדים). דער אינטערעס אָבער ווערט קלענער, ווען עס גייט די רייד וועגן אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר דער שפּראַך-לערערײַ. דערפֿאַר זענען מיט רעכט אַ טייל פאָרשערס באַזאָרגט וועגן דעם מאָרגן פֿון דער ייִדיש-פֿאָרשונג. 

לייענט ווײַטער אין פֿאָרווערטס


יום רביעי, נובמבר 24, 2010

אַבֿרהם סוצקעװער רעדט צו גאָט

מע קען אַזױ אַרום זאָגן, אַז דאָס אײנציקע אָרט אין סוצקעװערס געטאָ-לידער, װוּ אַ דירעטקע װענדונג צו "גאָט" איז נישט אָפּגעמעקט געװאָרן אין סוצקעװערס אַ כּחבֿ-יד, קען מען געפֿינען נאָר אין כּחבֿ-יד פֿון ליד "אונטער דײַנע װײַסע שטערן".
(פֿון יחיאל שײנטוך, "אַבֿרהם סוצקעװער און זײַן ליד פֿון װילנער געטאָ", אין נײַעם נומער "צוקונפֿט" װאָס איז נישט אָן-לײַן חלילה.)

ראָסקעס װעגן יוגנטרוף; חוני המעגל האָט אַ װעבזײַטל בײַ "די צוקונפֿט"

דוד-הירש ראָסקעס אין אַ שמועס מיט גענאַדי עסטרײַך װעגן בראשית פֿון יוגנטרוף.
גלײַכצײַטיק איז געבליבן אַ טיפֿער ריס, דער דורות-ריס. אין אַמעריקע האָבן יונגע מענטשן זיך ניט באַנוצט מיט ייִדיש. דער עלטערער דור יאָ, און דער יונגער דור... וואָס ייִנגער — אַלץ מער אָפּגעווײַטערט איז מען געווען. דער געדאַנק וואָס מיר איז אויפֿגעקומען צו פֿופֿצן יאָר, צו גיין קעגן דעם שטראָם, קעגן דער געשיכטע, איז געווען געבויט אויף אָט דעם יסוד: ניט געקוקט דערויף וואָס על-פּי לאָגיק דאַרף מען ניט די שפּראַך — אַלע אין אונדזערע יאָרן האָבן זיך שוין לאַנג, לאַנג אָפּגעטרייסלט פֿון איר — דווקא דערפֿאַר דאַרף זי אונדז ווערן אייגנס. און מיר דאַרפֿן איבערשמעלצן דאָס וואָס מיר האָבן געקראָגן פֿון דעם עלטערן דור, ניט געקוקט דערויף וואָס ער האָט אין אונדז ניט געגלייבט. יאָ, זיי האָבן אונדז געלערנט און געהאָדעוועט, אָבער גלייבן אין אונדז האָבן זיי ניט געקענט, ווײַל מיר זײַנען געווען הי־געבוירענע. וואָס קענען מיר, נעבעך, אויפֿטאָן?
געטראָפֿן האָב איך דאָס נאָכן גײן צום װעבזײַטל פֿון צוקונפֿט זוכנדיק דעם איציקן נומער, װאָס איז אָנגעפּיקעװעט מיט כּל-טובֿ. דאַכט זיך אָבער, אַז דערהײַנטיקט האָט מען דאָס זײַטל אין . . . 2009. שכנא, װאָס לױפֿסטו? דאַרף מען בגװאַלד אַרײַנשלעפּן די ייִדישע גאַס כאָטש אין יאָר 2000?

יום רביעי, נובמבר 17, 2010

גוט געזאָגט, שלום אַש

פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש איז מײַן שפּראַך. איך ווייס ניט, צי עס איז מיר נאָענט אָדער ווײַט, צי האָב איך עס ליב אָדער פֿײַנט — איך דענק ייִדיש, איך רעד ייִדיש, איך שרײַב ייִדיש; ווײַל אַלע מײַנע געדאַנקען און בילדער, אַלץ וואָס איך טראַכט און זע, טראַכט איך און זע דורך ייִדישע ווערטער. ווען איך גיי אויף דער גאַס און הער וועמען רעדן ייִדיש, ווייס איך, אַז איך האָב אין דער גאַס אַ ברידערלעכן מיטמענטש. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז איך בין אַ פּאַטריאָט פֿון ייִדיש. איך בין, וואַרשײַנדלעך, אַ פּאַטריאָט פֿון מענטשן, וואָס דורך זײַן לשון גיט ער זיך מיר צו דערקענען, אַז מיר געהערן צו איין גורל. אָבער דאָס הייסט בשום-אופֿן ניט, אַז נאָר די מענטשן, וואָס רעדן ייִדיש, זײַנען מיר אַזוי נאָענט. אָפֿט מאָל איז מיר פֿיל נעענטער אַ מענטש, וואָס רעדט ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש אָדער העברעיִש, וואָס איך פֿאַרשטיי מער אָדער ווייניקער, און איך פֿיל זיך מיט אים פֿיל ברידערלעכער, ווי צו מאַנכע, וואָס רעדן ייִדיש.
 פֿון אַן אַרטיקל אַשעס אין פֿאָרװערטס די װאָך פֿאָרגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך.

יום חמישי, נובמבר 04, 2010

אז מע רעדט מיט א געוויסן טיפ....

אויב אייער יידישקייט שטעקט אין פיינט האבן גויים, איז אך-און-וויי.