מיר זײַנען געווען אין דריטן יאָר קאַלעדזש. אַ וויסנשאַפֿט-שול, וווּ די מיידלעך, קליין אין צאָל, האָבן אײַזן-שטאַרקע קעפּ און ווייניקע געדולד פֿאַר מײַן גלײַכנס, אַ בויטשיק וואָס ווייסט אַפֿילו ניט ווי צו פֿאַרפֿיִרן אַ שמועס מיט אַ מויד. אַ מאָל האָב איך בײַ איינער, אַ בלאָנדינקע אַ שפּאַניערקע, געגעבן אַ כאַפּ דאָס זײַדענע יד´עלע, האָט זי מיר אָנגעקוקט מיט אַזאַ תּמעוואַטע טרײַשאַפֿט און התפּעלות, האָב איך גענומען די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַנטלאָפֿן צו אַ בוך אָדער אַ קאָמפּיוטער, כ´געדענק ניט וועלכע, נאָר יענער חפֿץ האָט מיר אָנגעקוקט מיט אַ פּשוטער קאַלטקייט וואָס דער נעב וועט באַלד פֿאַרשטיין.
אונדז איז אײַנגעפֿאַלן, אַז מע דאַרף פּלאַנירן אַ ספּרינג-ברייק, ס´איז דאַך באַלד צווישן די טרײַמעסטערס, מוז מען זיך לאָזן וווילגיין, הוליען, אַ לעב טאָן, אפֿשר דערפֿאַר ווײַל מע האַט אײַנגעזאַפּט אַזאַ באַגריף פֿון פֿילמען געצילעועט אויף צענערלינגען.
“מעקסיקע!” האָבן מיר אַלע אויסגערופֿן כּמעט אין איינעם, זײַענדיק אין דורם-קאַליפֿאָרניע, האָבן מיר פֿאַרשטאַנען אַז אַהין מוז מען פֿאָרן כּדי מקיים צו זײַן די מיצווה ספּרינג ברייק למהדרין. וווּאַהין אָבער, און ווי אַזוי? האָבן מיר זיך אויסגעצויגן אויפֿן דיל פֿון אונדזער ביבליאָטעק, אויפֿגעלייגט מאַפּעס, אויסגעפֿאָרשט, געחשבונט, געבראַכט ראַיות, אָפּגעשלאָגן יענעמס געדאַנקען. אַ פֿײַערדיקע דעבאַטע.
סוף כּל סוף איז געווען שלום - מע האָט זיך דערשלאָגן צו אַ קאָנסענסוס.
פֿאַראַן אַזאַ שטעטל, זיהואַטענעהאָ, אויפֿן פּאַציפֿישן ים-ברעג. מע קען אַהינפֿאָרן מיט אַ ביליקן בוס. האָט מען געקויפֿט בילעטן און געשיקט מיר נאָך צידה-לדרך, צו אַ היגן סופּערמאַרק.
קיין אויטאָ האָב איך ניט, בין איך געגאַנגען צו פֿוס. מע האָט מיר געבעטן, איך זאָל קויפֿן מאַראַנצן און באַנאַנעס. מיטגעבראַכט האָב איך די צען פֿינגער, ניט מער. קיין קויש, קיין רוקזאַק.
כ´האָב אָנגעקויפֿט אַ באַרג מיט מאַראַנצן און פּלענטי באַנאַנאַס. אַרײַנגעלייגט האַט מען זיי אין פּלאַסטישע זעקעלעך, וואָס -- וואָס ווײַטער איך בין געגאַנגען מיט אָנגעלאָדענע טריט -- אַלץ מער לעכער האָבן זיך אין זיי אויפֿגעריסן. מאַראַנצן און באַנאַנעס זײַנען אַרויסגעפֿאַלן ווי אין אַ סוררעאַלער לאַס-וועגאַס.
סוף-כּל-סוף האָב איך מער ניט געקענט. האָב איך אויסגעשטרעקט די הענט צום הימל און אויסגעשריגן, כ´קען ניט האַלטן די פֿרוכט! זאָל עמעצער מיר העלפֿן!
אַן אויטאָ האָט זיך אָפּגעשטעלט און אַ חנעוודיק פּנים האָט געגעבן זיך אַ שטעק אַרויס פֿון אַ שויב.
“ווילסטו הילף מיט דײַן פֿרוכט?”
“ניין, כ´בין אָקיי,” האָב איך געזאָגט אין אַ פֿאַרלעגנהייט.
ווײַטער געגאַנגען, ביז כ´בין געקומען צו גיין אויף קאַמפּוס, אין דער מיטאָג-היץ, מיט ליידיקע זעקלעך.
האָבן מיר געקויפֿט האַמבורגערס צו פֿרעסן אויפֿן בוס, און אַרײַנגעפֿאָרן אין מעקסיקאַנער שטעטל שוין הונגעריק ווי צען הינט און וואַלד, פֿאַרבענקט נאָך קנאָבל, פֿיש און פֿאַרפֿומירטע פֿרויען.
די רײַזע איז אָפּגעהאַקט געוואָרן ווײַל איינער פֿון אונדז חבֿרה, אַ לאַנגע לאָקש וואָס אַרבעט הײַנט ווי אַן אַסטראָנאָם, האָט זיך פֿאַרדרייט דאָס קנעכל בײַם סאָרפֿן, ממש צעבראָכן. האָב איך -- מיט מײַן כּוח-השפּאַניש -- אים באַגלייט אַהיימוועגס.
אויפֿן בוס צום פֿליפֿעלד בין איך געווען מלא-באַגײַסטערונג וואָס איך פֿאַרשטיי דעם קאַרטון אויף דער טעלעוויזיע, האַלט איך כּסדר אין איין פֿאַרטײַטשן, ביז ער גיט מיר איידל אַ זאָג:
“איך פּרוּוו שלאָפֿן”.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה