יום רביעי, ינואר 26, 2011

נידער מיט דער דערװאַקסנשאַפֿט

נידער מיט דער דערװאַקסנשאַפֿט, האָט געשריגן דאָס ייִנגל מיטן ציכטיק-רײנעם פּענעמל. נידער! זײַן לשון איז געװען פּערפֿעקט. קײן פֿעלער נישט, קײן פּגם. װי פֿריש פֿון ביכל אַרױס. כ'האָב אים קױם קױם פֿאַרשטאַנען.

האָט אַ צװײטע ייִנגל אים גיך צורעכט געמאַכט און אָפּגעראַמט פֿון װעג. אַ דערשטיקט געשרײ האָט זיך פּלוצעם דערהערט, אַ כיק פֿון אַ דורכחלפֿטן העלדזל. איז אױסגעװאַקסן דאָס ייִנגל פֿאַר מיר אין װעג, און אַרױסגעשטרעקט אַ האַנט. אַ גוטן רב ייִד!

אַזױ כּסדר. אַ ייִנגל זיך פּאָיאַװעט, אַ ייִנגל אָפּגעראַמט. אַ ייִנגלשע באַגריסונג, אַ ייִנגלשע געװײן. און באַלד אַ גאַנצע רײ קערפּערלעך אױפֿן װעג, עלעהײ ברוקשטײנער, סאָװעטישע, איבערגעניצעװעטע מצבֿות.

װען איר זאָגט: מעלאָדראַמאַטיש, װאָלט איך צוגעשאָקלט. װען איר זאָגט: סענטימענטאַל, װאָלט איך צוגעבאָמקעט און אונטערגעברומט אַ ניגון דערצו. װען איר זאָגט: פֿאַלש װאָלט איך אָבער אופֿגעהױבן אַ האַנט און געזאָגט בפֿני נכתּבֿ, בפֿני נחתּם. מיט מײַן פּנים געזען, אױף מײַן לײַב אָנגעשריבן. אױף דעם װעג גײ איך. אױף דעם װעג טאַנץ איך. אױף דעם װעג צי איך זיך אױס װי אױפֿן צדיקס קבֿר און שלאָף זיך אױס - אַ מחיה - בשעת די װעלט שרײַט און װײנט מיט בערישע קלאַנגען.

2 תגובות:

  1. יאנקל10:52 AM

    ווי קומט דאס אז קיינער האט אויף דעם נישט קאמענטירט? איך האב דאס שוין א פאר מאל איבערגעליינט און דאס באנעמט מיך יעדעס מאל פונדאסניי. אזא הארציג שטיקל

    השבמחק
  2. א דאנק! אגב, זעט דעם פאסט אין נייעם לאקאל:
    http://bit.ly/miKKVA

    השבמחק