יום שני, פברואר 18, 2008

מירע: סאָליד אָדער פֿליסיק?

מײַנע באַליבסטע טיילן חומש זײַנען די, וואָס זייער טײַטש איז טונקל, אָדער גאָר אומבאַקאַנט. בין איך יעדעס יאָר מלא-פֿרייד זיך ווידער צו זען מיט מײַנע חבֿרים תּצווה (=משכּן-אָנווײַזונגען) און כּי תשׂא (=זאַלבונג-רעצעפּטן, צווישן אַנדערע זאַכן). צום בײַשפּיל (פֿון שמות פּרק ל):
וְאַתָּה קַח-לְךָ, בְּשָׂמִים רֹאשׁ, מָר-דְּרוֹר חֲמֵשׁ מֵאוֹת, וְקִנְּמָן-בֶּשֶׂם מַחֲצִיתוֹ חֲמִשִּׁים וּמָאתָיִם; וּקְנֵה-בֹשֶׂם, חֲמִשִּׁים וּמָאתָיִם.
וואָס איז "מָר דרור"?

תּרגום אונקלוס: מורָא דֵכיָא ("ריינע מירע")
תּרגום יהואש: פֿליסיקע מירע
JPS: solidified myrrh
JPS (1917): flowing myrrh
וווּלגאַט: zmyrnae electae ("אויסגעקליבענע מירע")
תּרגום שבֿעים: σμύρνης ἐκλεκτῆς ("אויסגעקליבענע מירע")

לפֿי עניות דעתּי פֿוּן די פֿריִערדיקע טעקסטן (דעם תּרגום שבֿעים און אונקלוס) איז קלאָר אַז "מר דרור" איז עפּעס אַ ראַפֿינירטע מירע, דאָס זעלבע וואָס "טריפֿט פֿון די הענט" פֿון דער געליבטער אין שיר-השירים. ווי קען מען אָבער ניט פּאָסמאַקעווען זיך מיט דעם רײַכטום? (איך האָב דאָ אַפֿילו ניט דערמאָנט אבן עזראס פּירוש, אַז מר דרור איז דאָס אַרויסגעשפּיגענע, פֿאַרגליווערטע בלוט פֿוּן הירשן וואָס האָבן אַרײַנגעגריזשעט די דאָזיקע מירע . . . )

נאָך עפּעס: ווי טײַטשט מען "מר דרור" אין חדר? כ'בין ניט אויפֿגעוואַקסן אין אַזאַ סיסטעם און כ'בעט מײַנע פּאָר לייענערס זאָלן מיר אויפֿקלערן ווי אַזוי זיי האָבן זיך אויסגעלערנט דעם טײַטש. אין מײַן ביבליאָטעק אָבער געפֿינט זיך אַ ווווּנדערלעכער קונטרס פֿון די סאַטמערער, אַ חומשל מיט פּאַראַלעלע שפּאַלטן פֿוּן חומש-עבֿרי מיט טײַטש. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי טײַטשט מען דאָרט "מר דרור"? גאַנץ פּשוט. מר דרור.

וועט מען זאָגן: דאָס איז ניט קיין איבערזעצונג! דאָס איז ריכטיק. קיין איבערזעצונג איז עס ניט. אָדער, גיכער, איז דאָס יאָ אַן איבערזעצונג, לויט אַ צוגאַנג וואָס האַלט אַז מע מוז צופּאַסן דעם נוסח צו די באַדערפֿענישן און דערוואַרטונגען פֿון דעם באַקומער (מקבל) פֿון איבערגעזעצטן טעקסטן. מיט איין וואָרט: אַ טײַטש. וואָס פֿאַר אַ שׂכל האָט צו פֿאַרטײַטשן "מר דרור" ווי "פֿליסיקע מירע" ווען ניט דער רבי, ניט די תּלמידים האָבן די קלענסטע השׂגה וואָס איז אַזוינס "מירע"? "מר דרור" איז אָבער גאַנץ פּשוט - ס'איז דאָך איינס פֿון די זאַכן אינעם שמן-המשחה!

שבֿעים פּנים ממש . . .

יום שלישי, פברואר 12, 2008

איבערוואָג: סײַ גענעטיש סײַ סבֿיבֿהדיק

כ'בין גליקלעך איבערראַשט ווי אַקוראַט ס'קלינגט דאָס אַרטיקל בײַ די אידישע וועלט. כ'זאָג "קלינגט" ווײַל כ'האָב ניט געלייענט די אָריגינעלע שטודיע. פֿאַראַן איין גרויסע קאָמפּליקאַציע מיטן אויספֿיר וואָס מ'איז מודיע, דהיינו אַז איבערוואָג איז "גענעטיש."

גאָרניט אויף דער וועלט איז נאָר "גענעטיש" אָדער "סבֿיבֿהדיק." פּראָסט גערעדט, אַפֿילו די גענעס פֿאַר אויגן-קאָליר (זייער משפּחהדיק, ווי די וועלט ווייסט) זײַנען אָפּהענגיק אין . . . אַן אויג וואָס איז אַ גאַנצס. קיין אויג, קיין אויגקאָליר.

דאָס איז נאָר סתּם גערעדט. וואָס איז אָבער ווען מע האָט צו טאָן מיט די אַלע מעדיצינישע פּראָבלעמען, וואָס מע האַלט אין "אויסגעפֿינען" פֿאַר זיי די אַחריותדיקע גענעס? ס'איז פּשוט ניט אַזוי פּשוט. יעדע אייגנשאַפֿט איז אונטער דער השפּעה סײַ פֿוּן גענעס, סײַ פֿון דער סבֿיבֿה (און דעם מענטש אויך). איבערוואָג איז אַזאַ בײַשפּיל. די וואָג איז אונטערן קאָנטראָל פֿונעם מענטש, און עס קען זײַן אַז די גרענעצן, אָדער די פּרטים פֿון קאָנטראָל ווערט אויסגעשטעלט פֿון גענעטיק. ס'איז אָבער איין-דימענסיעדיק און אַפֿילו געפֿערלעך צו זאָגן אַז איבערוואָג איז אַלע מאָל פֿאַרפֿאַלן און לאָזט זיך ניט איבערקומען.

יום ראשון, פברואר 10, 2008

זעלטן אַרויסגערעדטע זאַצן אויף מאַמע-לשון

כּה אָמר ביילע-נחמה:
מײַן האָנג באַאָ איז צעריסן.
מער וועגן יאָר פֿון שטשור (כ'מיין, יאָר פֿון פֿיש).

מאָושע, איר געדענקט משה?

זײַן לעבן איז מער ניט "אַדורכגעדרונגען מיט ייִדישקייט." צום באַדויערן דאַרף ער האָבן אַ שטעלע. זוכט די צעלנומערן פֿון דער ב"פּ-חבֿרה, משה-לעבן...

יום שני, פברואר 04, 2008

אַ פּאָר ווערטער וואָס גראַמען מיט די נעמען פֿוּן די דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן, על-פּי סטוטשקאָוו

דאַמע
דראַמע
טעלעגראַמע
ליאַמע
מאַמע
פּאַנאָראַמע
פּראָגראַמע
רעקלאַמע
בבֿא קמא
געראַמע
מן הסתּמא
נחמה
שליאַמע
שמאי
לבֿן הארמי
מטמא
כּוח המדמה
ברה כּחמה
לקוי-חמה
על אַחת כּמה וכּמה
(אאז"וו)

כּנגד...

באַלקאָן
וואַגאָן
טאָן
טראָן
לעגיאָן
מיליאָן
פּערזאָן
שפּיאָן
פּאַשאָל וואָן!
דן
אויבן אָן
רחמנא לצלן
שבת חזון
(אאז"וו)

יום שבת, פברואר 02, 2008

איר האָט כאָטש אַ באַגריף, וואָס פאַר אַ וואונדערלעך לשון דאָס איז?

צו מרדכי שעכטערס יאָרצײַט:
--איך האָב דורכגעלייענט די גאַנצע יידישע ליטעראטור. איך קען אַלעמען און אַלץ. אָבער וואָס פֿאַרמאָגן זיי אַחוץ לשון? פּרצ'ס חסידישע מעשות זיינען אַנעקדאָטן מיט אַ מאָקראַל. עס איז פון דרויסן אריינגעקוקט דורכן שליסל-לאָך און געטאַנצט קדוש. איך וויל קומען פון אינעווייניק. איך וויל באַנייען דעם גאַנצן יידישן געדאַנק. קודם, דאַרפט איר פאַרשטיין, מוזן מיר אָפּשאַפן די גוי'עשע פאַרמעגן. אונזשערס אַ שאַפונג מוז כולל זיין אַלץ: פּאָעזיע, פּראָזע, פילאָזאָפיע, דראַמע, פּסיכאָלאָגיע, אַסטראָנאָמיע, עפּיגראַם - אַלץ. וואָס דאַרפן מיר די קליינע שאַכטעלעך? מיר דאַרפן ווערן אַ שעפערישע ענציקלאָפּעדיע. איר הערט? אַן ענציקלאָפּעדיע. אָבער אַ שעפערישע. איר כאַפּט דעם גוואַדלאָוונעם רעיון? איר האָט אַ מאָל געלייענט דעם בראַצלאַווערס אַ מעשה'לע? אָט איז מיין העלד פון חסידות. איך בין פארליבט אין אים, איך טראַכט וועגן אים גאַנצע טעג. ער איז געווען אַ מחדש און ער האָט ליב געהאַט יידיש. איר ווייסט וואָס איז אַזוינס יידיש? איר האָט כאָטש אַ באַגריף, וואָס פאַר אַ וואונדערלעך לשון דאָס איז?
יעקבֿ גלאַטשטיין, ווען יאַש איז געקומען, 1940 (אויסלייג אין אָריגינאַל). עס רעדט אַ (פֿיקטיווער) זעכצן-יאָריקער חסידישער בחור וואָס דער נאַראַטאָר טרעפֿט אין פּוילן.

יום שישי, פברואר 01, 2008

סופּער-דופּער-דינסטיק געדאַנקען

ווי געוויינטלעך איז בײַ מיר סײַ דאָס סײַ יענץ. איך גלייב אַז אישוס זײַנען וויכטיק, און אידעאָלאָגיע/פֿילאָסאָפֿיע/צוגאַנג איז ניט מוותּר צו זײַן באַזונדערש ווען עס גייט די רייד וועגן דעם גורל פֿון אַזאַ לאַנד ווי אונדזערס. צוריקגערעדט אָבער ווייסט יעדער מענטש אַז די פּערזענלעכקייט קען פּועלן ווען שיינע רייד (אָדער שיינע געדאַנקען) טוען גאָרניט אויף.

אַ מאָל איז פּשוט שווער צו וויסן ווען דער עיקר איז מידות און ווען ס'איז מעשׂים. סײַ אָבאַמאַ סײַ הילאַרי וואָלטן געווען ערשט-קלאַסיקע פּרעזידענטן. פֿאַראַן קליינע אונטערשיידן אין זייער פּאָליטיק און גרויסע אין זייער פּערזענלעכקייט. כ'הייב ניט אָן צו וויסן וועלכע זײַנען מער וויכטיק. הילאַרי האַלט אַ לאַנגווײַליקע דרשה. איז וואָס? איר מאַן איז אַ מאָל פֿאַרמישט געוואָרן אין ניט-איבער-כּשרע געשעפֿטן. פֿוּן זײַן זײַט איז אָבאַמאַ אויך געווען פּאָני-בראַט מיט עמעצן פֿון שיקאַגעס גרעסטע דלות-פּריצים.

(איין זאַך איז יאָ קלאָר. מק'קיין איז אַ סאָלידער מענטש. אַ שאָד וואָס ער איז אַ רעפּובליקאַנער.)

אפֿשר קענט איר מיר איבערצײַגן פֿאַר וועמען צו שטימען...

יום שני, ינואר 28, 2008

אַן אַקטועלע ציילעניש

והוא רחום יכפּר עוון
זײַנען געקומען ספּינקער גנבֿים*
האָבן געגנבֿעט פֿערד-און-וואָגן
איינס, צוויי, דרײַ
וועמען דער רבי לאָזט אויס
דער - איז - פֿרײַ!

(געבראַכט אין מרדכי שעכטערס טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער-יאָרן)

[כ'מיין, נאַר איין ספּינקער גנבֿ. ניט איך באַשולדיק דאָס גאַנצע חסידות חלילה!]

יום ראשון, ינואר 27, 2008

געבענטשט איז די גאַס און די שערבלעך-ערד דערונטער.

דערפֿאַר זאָגט מײַן האַרץ דעם הימל --
אויגן וואָס דערקענען די גרימאַסע
זײַנען געבונדן צו מיצוות און מיטאָס.

איך האָב געמאָסטן די גאַסן
ווו די אויגן פֿון מוסטערן האָבן זוניק געלויגט.
געפּרעסט מיט די פֿיס
בגדי-לילית.

די גאַס און הײַזער
ראַנגלען זיך
פֿאַרן צענטער פֿוּן דער מאַפּע.
פֿאַרן נאָמען פֿון טרוימען.
איך מיין דעם נומער
פֿון מײַנע תּהומען.

דעם נאָמען
פֿון די רוימען.

אַלטערנאַטיווע מעדיצין

מיר דאַכט אַז ס'ווערט אַלץ פּאָפּולערער בײַ די חרדים נאָר כ'האָב ניט קיין באַגלייבטע מקורים. איז איינער אַ לייענער אַ ליבהאָבער פֿון/מומחה אין אַזוינע קרײַזן?

מיידל בהיכל!

אַ ייִדישע טאָכטער איז אויסגעשטעלט פֿאַר אַ סכּנה: קאַליע ווערן דורך לימוד-התּורה.

יום שני, ינואר 21, 2008

פֿאָרשן די חסידים: העם בדד יושבֿ

לעצטנס האָט אַרויסגערופֿן קאָנטראָווערסיע אַ וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אין דעם אַמעריקען זשורנאַל אָוו סײַקײַעטרי וועגן סעקסועלער באַעוולונג [אַביוס] בײַ פֿרומע ייִדישע טעכטער. די מעלות און חיסרונות פֿון דער שטודיע האָט מען שוין אַרומגערעדט בײַ הירהורים, נאָר איך וויל דאָ אָפּשטעלן זיך אויף אַ פּונקט וואָס די מחברים האָבן אַרויסגעהויבן: דאָס, וואָס ס'איז ניטאָ קיין דעפֿינירטע באַפֿעלקערונג וואָס מע קען אויסניצן כּדי אויסצופֿאָרשן געזונט-ענינים (צי גאָר געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען ווי גוואַלד-מעשׂים) אין דער גאָר פֿרומער קהילה.

ס'איז ניט גרינג גרינדן אַזאַ מין באַפֿעלקערונג אַפֿילו בײַ לײַטן. עס גייט אין זאַמלען דעם כּוח און מוח צו צונויפֿשטעלן אַ געהעריקן קאָהאָרט, ד"ה פּאַסיקע גרופּע פֿאָרשסוביעקטן וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ רעפּרעזענטאַטיוון מוסטער פֿון דער באַפֿעלקערונג וואָס מע וויל פֿאָרשן. פֿאַר אַ פּרעלימינאַרער פּראָבע (ווי די אויבן דערמאָנטע שטודיע) איז גענוג צו קויפֿן אַ רעקלאַמע אין צײַטונג, אָפּקלײַבן פֿוּן צווישן די אָפּרופֿערס מיט אַזאַ קריטעריע (די דאָזיקע מחברים האָבן נאָר אויסגעפֿרעגט די פֿרויען וואָס גייען אין מיקווה), און ניצן זייערע אינפֿאָרמאַציע. אידעאַל אָבער וואָלט מען, צום בײַשפּיל, צונויפֿגעזאַמלט אַ רשימה אַלע בתּי-מדרשות און שולן אין, לאָמיר זאָגן, וויליאַמסבורג, אויסרעכענען די נעמען און אַדרעסן פֿון אַלע בעלי-בתּים, און שיקן יעדן איינעם אַן אויספֿרעג (אַנקעטע) וואָס דערמיט וואָלט מען מייסד געווען אַ פֿאָרש-קאָהאָרט.

חלומען קען מען, בפֿרט אין מאַרטין לוטער קינג-טאָג.

יום רביעי, ינואר 16, 2008

מנהג און אַני-מאמינס, ריטואַל און רעאַקציע

פֿון אַרנאָלד אײַזן.

ווען אַ יחיד פֿירט-דורך אַ ריטואַל, זאָל זײַן מאָדערן צי פּאָסט-מאָדערן, איז אַוודאי אוממעגלעך צו וויסן מיט וואָס פֿאַר אַ כּוונות און מיינונגען (בכּיוונדיקע און ניט) ער איז באַגלייט. דאַכט זיך אָבער אַז די עצם לעבעדיקייט פֿון דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער ייִדישקייט שטעקט דווקא אין די ריטואַלע הנהגות, וואָס דערלויבן פֿיל-טײַטשיקע באַטײַטן, אומדירעקטע אַני-מאמינס, און גרויסע עמאָציאָנעלע געבונדנקייט. ניט דאָס גלייבן אין תּורת-סיני האַלט דאָס רובֿ ייִדן בײַ ייִדישקייט במשך צוויי יאָרהונדערטער, ניט אַמאָל און ניט הײַנט. ניט דאָס פֿעלן פֿון גלויבן אין תּורת-סיני שטויסט זיי אָפּ. אַנדערע פֿאַקטאָרן ווירקן דאָ. אַ ייִדישע קהילה וואָס וויל האָבן אַ קיום טאָר ניט דערפֿאַר פּרווון איבערצײַגן יענעם אין די אמתן וואָס זי שטעלט מיט זיך פֿאָר, און אַוודאי ניט באַשולדיקן אחינו בני ישׂראל אין פֿאַרראַטן יענע אמתן אויב זיי האָבן ניט בדעה זיך אַוועקצושטעלן צווישן די גרענעצן פֿון דער טראַדיציע. וואָס יאָ - זי זאָל אָנבאָטן באַטײַטיקע בציבורדיקע איבערלעבענישן מיט הנהגות וואָס זײַנען מהנה סײַ שׂכלדיק סײַ עמאָציאָנעל, און האָפֿן אַז יענע ייִדן וועלן צוריקקומען צו שעפּן נאָך און נאָך.

אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, קען זײַן ס'רובֿ, וועלן מסתּמא ניט קלײַבן זיך לאָזן אַרײַנפֿירן אין אַזאַ מינאָריטעט-גערעם [פֿון ייִדישקייט] דווקא ווײַל ס'איז דאָך אַ מינאָריטעט-גערעם. אַנדערע, הונגעריקערע נאָך באַטײַט/קהילה, "אַנדערש קוואַליפֿיצירט רעליגיעז" (לויט וועבער), מער געבונדן צו די אָבֿות צי מער אַקטיוו זוכנדיקע אויטאָריטעט, וועלן זײַן אָפֿטמאָליקערע אָפּהיטערס, און אויפֿדעקן דערפֿאַר מער באַטײַט וואָס זיי זוכן לויט די טערמינען וואָס די ייִדישע אָפּגעהיטנקייט [אָבסערוואַנס בלעז] וואַרפֿט אויף זיי אַרויף.

מיר לייגט זיך אויפֿן שׂכל -- אויב מע נעמט אָן אַז אַן אמתדיקער פּלוראַליזם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לאָזט זיך מקיים זײַן, אַן אמתדיקע אַנדערשקייט לאָזט זיך אָפּשאַצן, און אַ שאַרפֿערער מולטי-קולטוריזם לאָזט זיך דערגרייכן -- אַז וואָס מערערע ייִדן וועלן אויסקלײַבן מער אָפּגעהיטנקייט [אַבסערוואַנס] ביז אַ געוויסער מאָס [...]. איך האָב ניט איין מאָל אונטערגעשטראָכן אַז דעם הײַנטצײַטיקן אויפֿלעב פֿון אינטערעס סײַ בײַ רעליגיעזע אַדורכפֿירערס סײַ בײַ געלערנטע פֿון רעליגיע טאָר מען ניט פֿאַרגלײַכן מיטן אויפֿלעב פֿון דער ממשותדיקער רעליגיעזקייט וואָס [גרשון] שלום האָט דערויף געוואַרט און געפּריידיקט. די דאָזיקע באַמיִונגען טאָר מען אָבער ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט, אָדער -- וואָס איז די זעלבע זאַך -- אונטערגראָבן דורכן ראָמאַנטיזירן די פֿרומקייט פֿוּן די אָבֿות. הײַנט ווי אַמאָל איז דער ריטואַל אַ מעגלעכקייט פֿון ייִדישער אָנגעהעריקיייט אומבאַלאָדן פֿון אַני-מאמינס. דאַס פֿילן זיך מצוּווה ווײַזט אַרויס אַ שטאַרקע אומאַפּהענגיקייט פֿון תּרות-סיני, אַ פֿיל-פּנימדיקייט פֿון מקורים, אַ ריי איבערגעקליבענע תּקנות. די באַפֿרידיקונגען פֿון המשך זײַנען צו ממשותדיק מקריבֿ צו זײַן אָדער מוותּר צו זײַן -- ניט געקוקט אויף און צוליב דעם אינדיווידואַליזם אויפֿגעהאָדעוועט פֿון דער באַפֿרײַונג און דער אויטאָנאָמיע געמאָנט פֿון דער אויפֿקלערונג.

די מאָדערנע ייִדישקייט האַלט מען נאָך אַלץ צום גליק אין אויפֿבויען, ווי דאָס מיישבֿ זײַן זיך וועגן איר.

יום חמישי, דצמבר 27, 2007

ברענען און פֿאַרברענען

אינטערעסאַנט, פֿאַר וואָס אויפֿן דאָרן פֿון שמות ווערט געזאָגט אויף חומש-טײַטש אַז ער ברענט און ווערט ניט פֿאַרברענט. באַזונדערש ווען צוויי פֿאַרשיידענע ווערטער ווערן דאָ באַנוצט, ווי אויך אין די תּרגומים: בוער און אוכּל. יהואש, להיפּוך, ווײַכט דאָ אָפּ אַ ביסל און ניצט טאַקע צוויי באַזונדערע ווערטער, "ברענען" און "פֿאַרצערט".

יום שני, דצמבר 17, 2007

אַ שמועס זונטיק אויפֿן וועג אין חדר

טאָכטער: [דערזעט אַ גרויסן סאַנטאַ-באַלאָן לעבן אַ אויסשטעלונג חגא-ביימער] סאַנטאַ!

פֿאָטער: סאַנטאַ שפּילט בײַ אונדז ניט קיין ראָלע. מיר זײַנען ייִדן. [אַ גאַנצע דרשה.]

טאָכטער: [צעקײַט שוין.] מיר פּראַווען ניט קריסמעס?

[פּויזע.]

[אויסגערופֿן מיט התפּעלות:] סאַנטאַ!

איר בחור ווערט אַנדערש

ברוס, מעלעניס בחור, האָט געפֿונען גאָט נאָר איבערגעלאָזט זײַן מיידל אויף דער זײַט שאָסיי.

יום חמישי, דצמבר 13, 2007

דער נאָך-מלחמהדיקער יעקבֿ גלאַטשטיין

אין נײַעם נומער פּאַקן-טרעגער גייט אַ געלונגענע איבערזעצונג פֿון גלאַטשטיינס ווען יאַש איז געקומען, מיט אַן ענגליש-הקדמהלע רותּ ווײַסעס, ווידער מיט דער טענה אַז דער מאָדערניסטישער עקספּערימענטאַליסט פֿוּן פֿאַר דער מלחמה האָט דערנאָכדעם אָפּגעטראָטן דעם וועג אַ מער נבֿיאישן טיפּ, ניכטערער, מער ייִדישלעך און (דערפֿאַר) מער נושׂא-חן בײַ ווײַס. בײַ מיר אָבער איז פֿאַרקערט. כאָטש ביידע גלאַשטיינס (גלאַטשטיינער?) זײַנען כּדאַי צו ליינען און צעקײַען, זײַנען די צוגאַנגען פֿון פֿאַר-מלחמהדיקן פֿריש און פּיִאָנעריש, און להיפּוך איז דער אויסגעשלאָפֿענער מער אַ בעל-דרשן, פֿאַרליבט אין אייגענעם קול. ניט וואָס דאָס איז ניט אַ געשליפֿענע און קלוגע צונג. פּשוט אַז ייִדישלעך איז ניט אַלע מאָל דורכדרינגענדיק פֿאַסצינירנדיק...

יום ראשון, דצמבר 02, 2007

געשטאָכן פֿון נאָדל

ר' דוד, דער סיגעטער עילוי, באַקענט זיך מיט אַ בחור ספֿק עילוי ספֿק מאָדנער פֿויגל.

יום שבת, נובמבר 17, 2007

יום שישי, נובמבר 16, 2007

פֿון וואַנען שטאַמט דאָס וואָרט "הלכה"?

אין ספֿר עזרא, דעם אַראַמעישן טייל, געפֿינט זיך אַ וואָרט "הֲלָךְ" טײַטש "אָפּצאָל". געסעניוס פֿאַרבינט דאָס וואָרט מיטן בבֿלישן "אילקו", טײַטש "שטײַער." דערצו נאָך איז אַ באָדן-שטײַער אויף אַראַמעיש אַ "הלכתא".

בקיצור קען זײַן אַז דאָס וואָרט הלכה געפֿינט זײַן שורש אין דעם זינען פֿון אַ באַשטימטן געזעץ. פֿוּן אַ באַשטימטן באָדן-שטײַער
.

פֿון ר' שאול ליבערמאַן, דרך די געלערנטע בעלי-בלאָג "אָן דע מיין לײַן."