יום ראשון, דצמבר 25, 2005

אומדערוויילט

איך קען רעקאָמענדירן אַ רעצענזיע פֿון לייזער בורקאָ (אין פֿאָרווערטס) אויפֿן נײַעם בוך „אָנטשאָוזען“, וועגן חסידים וואָס גייען אַראָפּ פֿון דרך. (עס האָט אַגבֿ גאָרניט צו טאָן מיט „אַנטשאָוסן“, וואָס זײַנען אַ פֿיש אַזאַ וואָס גייט גוט אויף פּיצע.)
אין מײַנע יונגע יאָרן האָב איך אָנגעשריבן אַן עסייעלע וועגן די זעלבע פּאַרשוינען וואָס מ´איז „מגלה“ אין דעם בוך. דאָס שטיקעלע איז אַרויס אין זשורנאַל „רעספּאָנס“ עליו־השלום, דאַרף איך אַרײַנסקאַנירן דאָס אַרטיקל, סײַדן איינער וויל מיר טאָן אַ טובֿה.

מרת שאָקאָלאַד לייגט אַראָפּ אַ חריפֿותדיק שטיקעלע וועגן בעש"ט און בייגל.

עד היום הזה: אַ געוויסער ריטלעך־שנײַדער דערמאָנט מיר אַז אין אַן אַלטן נומער דער באַוועבטער ייִד האָב איך אַרויסגעגעבן אַ ייִדיש־טײַטש פֿון מײַן אַרטיקל וועגן פֿאַרפֿאָרענע חסידים.

2 תגובות:

  1. אנונימי1:17 אחה״צ

    דאָס איז אָבער אַזױ טיפּיש בײַ אונדז ייִדן. עס איז אונדז נישט גענוג מיר זאָלן בעסער װיסן װי די גױים װי אַזױ צו זײַן ייִדן. מוזן מיר אױך װיסן בעסער װי אַזױ צו זײַן גױים נאָך דערצו!
    איך גלייך שטארק די געדאנק!
    שטעלט אייך פאר די קריסטן האבן שבע מצוות בני אינפידעלס

    השבמחק
  2. איך האָב שױן געלײענט דאָס מעשׂהלע אין רעספּאָנס - גאַנץ אינטערעסאַנט. פֿון אים האָב איך זיך געלערנט דאָס װאָרט "קטורת" מיט אַן אַנדער באַטײַט. אױב איך האָב נישט קײן טעות געפֿינט זיך אינעם זעלביקן נומער אַ דראַמעלע פֿונעם רעדאַקטאָר, װאָס אײן אַקט פֿון אים דערמאָנט מיך גאָר שטאַרק אין "אײַנשטײן װײַנשטײן". ?אמת

    השבמחק