יום שני, נובמבר 15, 2004

פּאָעזיע־וואַרשטאַט: תּכלית

לערנט זיך שוין שרײַבן ייִדישע לידער!

אָט זײַנען די פּרטים.

1. יעדע צוויי וואָכן וועלן מיר איבערלייענען און אַרומרעדן אַ ליד. די דיסקוסיע און דאָס ליד וועל איך אַרויסגעבן אויף מײַן בלאָג, און זיי וועלן זײַן אָפֿן פֿאַרן גאַנצן ציבור. דער עיקר פֿון דעם טריט איז צו פֿאַרשטיין דאָס ליד און קענען אויסדריקן די אייגענע מיינונג וועגן דעם.

2. באַלד דערנאָך וועל איך (מיט דער בליצפּאָסט, ד"ה נאָר צו די וואָס האָבן אַבאָנירט – זעט אונטן) צעשיקן די אויפֿגאַבע, ד"ה די היימאַרבעט פֿאַר די צוויי וואָכן.

3. דערנאָך וועלן די תּלמידים זיך טיילן מיט די לידער מיט דער בליצפּאָסט, און יעדער וועט האָבן אַ געלעגנהייט צו קאָמענטירן יענעמס ליד. לסוף וועל איך זיך טיילן מיט מײַן מיינונג און געבן אַ פּאָר עצות (כאָטש קיין פּוסק בין איך ניט, עצות האָב איך יאָ).

4. איך וויל מע זאָל שרײַבן לידער מיט געוויסע גרענעצן.

א. קיין גראַמען.

ב. קיין מישקול (מעטער, רעגולערער ריטעם)

ג. איך פֿאָדער ניט קיין „ייִדישיסטיש" לשון, נאָר איינס פֿאָדער איך יאָ – דאָס ליד זאָל זײַן אויף ייִדיש. און אויף די כּ"ב אותיות, ניט אויף קיין גלחות. אַז איר ווילט עצות ווי אַזוי צו שרײַבן מיט ייִדישע אותיות, בכּבֿוד־גדול.

ד. ניט מער ווי איין בלאַט פּאַפּיר.

5. מע דאַרף צאָלן 25 דאָלאַר פֿאַר 5 קלאַסן במשך 10 וואָכן.

6. צאָלן קען מען אַזוי:
גייט צום דאָזיקן וועבזײַט:
http://tinyurl.com/6gt8b
מע וועט בעטן אײַערע קרעדיט־קאַרטל־פּרטים. אַז איר ווילט בלײַבן אַנאָנים, אָדער איר ווילט ניט ניצן קיין פּייפּעל, שרײַבט מיר פּריוואַט.

7. אַז עס רופֿט זיך ניט אָפּ קיין פֿינף בעלנים, וועל איך ניט פֿירן דעם וואַרשטאַט.

כ´האָף צו הערן פֿון אײַך! שרײַבט מיר מיט קשיות.

תגובה 1:

  1. דאַכט זיך ס´איז אַזאַ מין ווערטערשפּיל. די ייִדן שרײַבן דאָך מיט ייִדישע אותיות. בײַ גוייִם פֿלעג זײַן אַנדערש: נאָך דער גלח פֿלעג קענען שרײַבן. און די ייִדן, ווידער, האָבן זיך ניט אויסגעקענט אין די גוייִשע אותיות, אָדער, מיט אַנדערע ווערטער, די אותיות וואָס די גלחים האָבן גענוצט בײַם שרײַבן. האָט מען געשאַפֿן אַ וואָרט אויפֿן מאָדעל פֿון לשון־קודש־ווערטער (חזנות, רחמנות אד"גל) – גלחות.

    השבמחק