ווי איז געווען אײַער וועג צום קלפּי?
ווען כ´בין געקומען צום וואַלפּלאַץ אָפּצוגעבן מײַן שטים, איז געווען אַ לאַנגע ריי, אַן אַלגעמיינער אַטמאָספֿער פֿון בילבול־המוחות, און ניט־טויגיקע וואַל־אַרבעטער. איינער האָט געזאָגט, אַז אַזאַ ריי איז אויפֿגעקומען העט אין אָנהייב טאָג, זעקס אַ זייגער אד"פֿ.
שיקט מיר אײַערע איבערלעבענישן בײַם מקיים זײַן די מיצווה. און אויב כ´האָב כּוח און חשק, און איר האָט דעם באַגער, קען איך עפּעס פּאָסטן בשעת מ´איז מודיע די רעזולטאַטן.
אין אַן אינטערוויו אין פֿאָרווערטס האָט אַ חסיד געזאָגט, אַז די וואַלן גייען זיי קנאַפּ אָן. כ´האָף אַז מע זעט אײַן, וואָס פֿאַר אַ טעות דאָס איז.
יום שלישי, נובמבר 02, 2004
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
כ'האב דעם אינטערוויו געלייענט. כ'ווייס נישט ווער דאזיגער "ר' לייזער" - וועלכער "שמעקט טאבאק בעת'ן זיצן ביי דער גמרא (א באגריף וואס כ'האב ס'לעצטע מאל געזען אין א מעשה-ביכל) - איז און אין וועלכער וועלט ער לעבט. פאקט איז אז רוב עולם אינטערעסירט זיך דווקא יא מיט די וואלן.
השבמחקדיין פריינט - בן עמי
כ'האב דעם אינטערוויו געלייענט. כ'ווייס נישט ווער דאזיגער "ר' לייזער" - וועלכער "שמעקט טאבאק בעת'ן זיצן ביי דער גמרא" (א באגריף וואס כ'האב ס'לעצטע מאל געזען אין א מעשה-ביכל) - איז און אין וועלכער וועלט ער לעבט. פאקט איז אז רוב עולם אינטערעסירט זיך דווקא יא מיט די וואלן.
השבמחקדיין פריינט - בן עמי
פּרעה נכּה:
השבמחקאיר שרײַבט גוט. פֿאַר וואָס האָט איר ניט אַן אייגענע קרעטשמע?
און וווּ האָט איר געשטימט? ווילי? ב"פּ?
שלום