יום שלישי, נובמבר 02, 2004

הנעור בלילה

אוי, דאָס וואַרטעניש.

כ´בין ניט קיין מומחה אין הילכות וואַלן־נבֿיאות, קען איך זאָגן וואָס איך וויל. לפֿי עניות דעתּי (און לויט די אויספֿרעגן וואָס רינען אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט) דאַכט זיך אַז קערי וועט געווינען אָהײַאָ, און בוש – פֿלאָרידע. אין דעם פֿאַל וועט די מעשׂה זײַן נאָך אַ לענגערע און אַ פֿאַרוויקלטערע ווי מע האָט געמיינט.

אינטערעסאַנט וועט זײַן צו זען, צי זי פֿרומע ייִדן (די מאָדערן־אָרטאָדאָקסן) האָבן „מיטגעטראָגן“ פֿלאָרידע פֿאַר בושן.

לייענט דאָ ווײַטער. סטיי טיונד.

די פֿרוי שלאָפֿט, דאָס עופֿעלע אויך, און נאָר איך אַליין בלײַב אויף, הגליטשט באינטערנעץ יחידי. קיין שטיק געזונט וועט מיר דערפֿון ניט אויסקומען.

דערהײַנטיקונג [12:30 פֿאַר טאָג]: קער האַלט אין פֿאַרשפּילן (פֿאַרלירן) אָהײַאָ. טאָמער יאָ איז אים שוין אַראָפּ פֿון מאַרק.

דערהײַנטיקונג [1:15 פֿאַר טאָג]: אוי. שיט, שיט, שיט. סאַראַ ריס אין האַרצן. נאָר וואָס קען מען טאָן? אַז דאָס פֿאָלק וויל נאָך פֿיר יאָר, וועט מען אים געבן נאָך פֿיר יאָר.

ברוך דין אמת.

9 תגובות:

  1. You can say that again... ‎

    השבמחק
  2. אנונימי2:49 AM

    not yet!
    eqj

    השבמחק
  3. אנונימי12:13 PM

    "א ריס אין הארצן"? טו מיר א טובה! איך דאנק - צוערשט ג-ט און דערנאך דעם אמעריקאנישן פאלק דערפאר.

    דעם "ברוך דיין האמת" נעם איך אויף ווי א ווינטש אויף קערי'ס פאליטישער קאריערע - און כ'זאג דערויף א פרימען אמן.

    דער ריס, שלום, וועט זיך אי"ה פארהיילן. וועסט דאך אליין זען אז בוש איז געווען דער בעסערער אויסוואל. די וועלט וועט זיין זיכערער מיט בוש'ן ווי מיט'ן מה-יפית'ניק קערי.

    "אחר", און די אנדערע אנטי-גלאבאליסטן און אנארכיסטן זיינס גלייכן, זאל אינדערצווישן ווייטער אויסארבעטן שיינע בילדער אויף "פאוטאשאפ", אפמאלענדיג בוש ווי א מלחמה פארברעכער. כ'גלייב אז די היסטאריע וועט שטעלן בוש'ן אויף איין פארברעכער-ליסטע מיט רוזוועלט, טשוירטשיל, און אנדערע העלדן וואס זענען געגאנגען קעגן שטראם לטובת זייער לאנד און דער וועלט.

    דיין פריינט, בן עמי

    השבמחק
  4. אנונימי1:12 PM

    אגב, שלום. וואס טוט זיך מיט'ן פאעזיע-קורס? כ'קוק ארויס אויף אים.

    השבמחק
  5. ווי אזוי דאנקסטו גאט פאר אן עלעקשאן? די האלסט אז גאט האט אוועקגענומען די בחירה און געמאכט מער מענטשן שטימען פאר בוש, אדער האט גאט געפאטשקעט מיט די מאשינען?

    ביידע וועגן איז אינטרעסאנט פארוואס ער האט נישט אויסגעארבעט א לאנד-סלייד.

    השבמחק
  6. אנונימי3:42 PM

    אחר ווען די רעדסט צו דער זאך איז איין זאך, אבער ווען די רעדסט בלויז שטותים איז בעסער זאלסט עס האלטן אין מאגן. דעם בורא דארפסטו געבן עיצות ווי ער זאל מאכן דעם אויספיר פון די וואלן? ער קען נישט אריינגעבן אין די מענטשן דעם שכל צו ערוועלן בוש? און .. ווי נעם איך צייט צו פארענפערן דיינע נארישקייטן?

    השבמחק
  7. אנונימי3:59 PM

    ווען נישט דיין בלאג, וואו די שענקסט דעם עולם א געלעגנהייט צו באקענען זיך מיט דיין פארקרימטן מהלך המחשבה, וואלט איך דיין קשיא אויפגענומען "נארמאל" (פירוש: פארקערט ווי דו האסט זי געשטעלט), און געענטפערט אז דאס דאנקען ג-ט קען קומען פון פשוט "שיגרא דלישנא". דו מוזט דאך אבער רעדן ווי אן איבערגעקליגלטער אינטעליגענט (וועלן מיר, הייסט עס, בייטן די דעפיניציע פון אינטעליגענץ?); וואלט מסתמא געווען פאסיג דיר צו ענטפערן אויף דיין מהלך - והוא, אז אין ברען פון דיין עוואלוציע פראצעס האט זיך עפעס פארהאנקערט און איין קוים-מערקבארע גענע איז געבליבן נישט רעכט-אנטוויקלט. די דאזיגע מאלפע-גענע האט זיך אריבערגעטראגן פון דור-צו-דור, און איז אין אונזערע צייטן געקומען צום אויסדרוק...

    נעבעך.

    השבמחק
  8. אנונימי6:16 PM

    צו אחר:
    איך פארשטיי אז די ביסט בייז אויף בן עמי, אבער דאס מיינט נישט אז יעדער וואס שרייבט אנאנים איז ער. איך האב נישט קיין בלאג און נישט צייט דערצו. איך פארשטיי אבער נישט וואס דיין חשבון איז, ווער פירט דעם ווינדערליכן וועלט, צו גלויבסטו טאקע אין די נארישע טעאריע פון עוואלוציע, וואס איז אויסגעשפילט דורך פילע סייענטיסטן צוליב די פילע לעכער וואס דאס פארמאגט? אדער נוצטו דאס בלויז אבי נישט צו גלייבן אין איין איינציגן ג-ט, און קענען טון וואס דיין הארץ באגערט? אפילו אחר אויב וואלט ער שטארק געוואלט וואלט מען אים געעפנט די שערי תשובה!
    מיט הצלחה.

    השבמחק
  9. הלוואַי וואָלט איך געווען גענוג אַ גוטער־ייִד צו פֿאַרשטיין וואָס השם־יתברך האָט געוואָלט בפֿירוש זאָגן מיט די וואַל־רעזולטאַטן! נאָר כ´בין אַ קטן־שׂכל און אַ קטן־אמונה, קען איך זיך נאָר פֿאַרלאָזן אויף די ראַיות וואָס דער שׂכל קען באַנעמען.

    און די דאָזיקע ראַיות באַווײַזן מיר גאַנץ קלאָר, אַז בוש טויג ניט ווי דער פּרעזידענט. כ´פֿאַרשטיי אָבער די סיבות, פֿאַר וואָס דאָס פֿאָלק האָט אים ווידער אויסגעקליבן. עס גייט, דאַכט זיך, אין זײַן פּשטות, אין זײַן „פּינטעלע קריסט“ וואָס שײַנט אַרויס, יעדער פּויער זאָל זען.

    כ´בעט בײַם אייבערשטן הצלחה בשעת זײַן צווייטן קאַדענץ, הצלחה אין איראַק, הצלחה מיט דער עקאָנאָמיע. אַלץ זאָט אונדז גיין גוט. נאָר כ´ספֿק אין דעם. (אין איין פּרט ווינטש איך אים גאָלע דורכפֿאַלן: זײַן פֿונדאַמענטאַליסטיש־קריסטלעכער סדר. כ´בין ניט קיין האָמאָפֿאָב און ניט קיין ליבהאָבער פֿון העצן יענעם קעגן גייס.)

    בקיצור: יאָ, דער ריס וועט זיך היילן, נאָר מײַן מיינונג אַז בוש איז אַ לא־יוצלח איז אַ פֿעסטע. כ´האָב געהאָפֿט אַז ער וועט אַרויסווײַזן אַ היפּש ביסל עניוות בשעת זײַן הײַנטיקער רעדע, נאָר חוץ אַ פּאָר זאַצן אויף יוצא צו זײַן איז אַלץ געווען דער זעלבער פּיזמון.

    וועגן פּאָעזיע־קלאַס: כ´אַרבעט איבער דעם. אי"ה באַלד. אַ דאַנק פֿאַרן געדולד.

    השבמחק