איך האָב פֿאַרלייגט מײַן תּשובֿה צו „מעלות“ס ערשטן בריוו. נאָר מער־ווייניקער האָב איך געמאַכט די דאָזיקע טענות: (א) ס´איז אַ פֿאַרשימלטער און פֿאַלשער סטערעאָטיפּ צו זאָגן אַז ייִדישיסטן זײַנען אַפּיקורסים, אָדער אַז פֿרומע ייִדישיסטן זײַנען ניטאָ. (ב) אין ערשטן בריוו האָט מען געטענהט, אַז חרדישע ייִדישקייט איז „אָריגינאַלע ייִדישקייט“. האָב איך באַמערקט, אַז ייִדישקייטן זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשידן־מיניקע, אין אַלע תּקופֿות. וווּ זשע שטייט געשריבן, אַז סאַטמער איז דער איינציקער דרך־התּורה? (ג) כ´האָב זיך אויך געפֿילט באַעוולט, וואָס מע האָט באַשולדיקט ייִדישיסטן אין חורבן־אייראָפּע.
ווײַטער ברענג איך זייער צווייטן בריוו, וועט איר זען וואָס מעלות האָט צו זאָגן בתּשובֿה.
לכבוד מר. בערגער:
א דאנק פאר אייער בריוו. ס'איז אונז געווען אן אנגענעמע איבעראשונג צו הערן אז איר און רוב פון אייערע פריינד זענען שומרי מצוות. מיר זענען דאנקבאר פאר אייער אויפקלערונג און מיר האבן לויט דעם פארראכטן אונזער ערשטן בריוו.
בנוגע אונזער זאג "אריגינעלער אידישקייט", זענען מיר אפשר מחולק אויף אייך. די פראגע איז: וואס מיינט איר מיט "שומרי מצוות"? רעפארמער און קאנסערוואטיוון קענען זיך אויך באטיטלען אלס "שומרי מצוות". (זיי פארן אין טעמפל שבת, געבן "טשאריטי", זיצן שבעה...) אפילו מאדערן-ארטאדאקסן זענען נישט גאר נאנט צו אריגינעלער אידישקייט.
אבער אין אייער ענטפער צום "בליק" שילדערט איר זיך אלס "וועלטלעכע יידישיסטן" (ווי אויך "יידישיסטן פון אפיקורסישן סארט", אבער מיר זענען נישט זיכער צו דאס איז אייער הגדרה אדער דעם בליק'ס). "וועלטלעך", לויט וויינרייך'ס ווערטערבוך, איז "סעקולער", וואס מיינט "נישט רעליגיעז". דער רמב"ם, דער רמב"ן, דער ווילנער גאון, און אלע גדולים אשר מפיהם אנו חיים, זענען נישט געווען "וועלטלעך" אין דעם זין. זיי זענען געווען "חרדים לויט אונזער שטייגער" – נישט אז מיר האבן די חוצפה זיך צוצושטעלן צו זיי, נאר מיר שטרעבן צו גיין אין זייערע וועגן. און אז דער רמב"ם איז געווען א דאקטאר און דער ווילנער גאון א מתנגד? דאס מאכט קנאפ אויס. אן אריגינעלער איד מיינט איינער וואס פירט זיך לויט'ן שולחן ערוך אן פשרות – מעג ער זיין א ליטוואק, א ספרדי, א תימני, א שווארצער גר.
איי, פרעגט איר, ווער זאגט אז דאס הייסט אריגינעלער אידישקייט? אפשר איז אידישיזם, רעפארם, אדער קאנסערוואטיזם אויך אידישקייט? דאס איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז ביי אים איז דער מלך אויפ'ן שאך-ברעטל א פויערל און דער פויערל איז די מלכה. שפיל ווי אזוי דו ווילסט אבער רוף עס נישט שאך! די אריגינעלע תורה האט תרי"ג (613) מצוות (און רעדן אידיש איז, אגב, נישט איינע פון זיי, כאטש ס'איז א שטארקער גדר – ועשו סיג לתורה). אויב איינער וויל נישט היטן אלע פון זיי, קען ער עס נישט אנרופן אריגינעלער אידישקייט.
א קולטור פון ביכלעך וואס בריקעווען אין תורה ומצוות און טרייבן לצנות פון ערליכע אידן איז נישט קיין אידישער קולטור. דאס איז אן אנטי-אידישער קולטור. די תורה איז אונזער קולטור. קולטור אן תורה איז גארנישט. זעט נאר וואו די דייטשן זענען אנגעקומען מיט זייער קולטור. די תורה האט אונז געמאכט פאר א פאלק. יעדע זאך וואס איז קעגן תורה, ווי שיין און קינסטליך ס'זאל נאר זיין, איז אויטאמאטיש קעגן אידן. איר וואלט זיכער נישט אנגערופן די נאצי פראפאגאנדע "אידישער קולטור" ווייל זיי שרייבן א סך וועגן אידן און אידישקייט. "גדול המחטיאו יותר מהורגו". די נאציס ימ"ש האבן אונז שיער אומגעברענגט פיזיש און די אפיקורסישע שרייבערס (אינאיינעם מיט די ציוניסטן) האבן אונז שיער אומגעברענגט גייסטיג.
דאס ברענגט אונז צו אייער הארבסטער טענה. מיר האבן באשולדיגט די אידישיסטן אין חורבן פון אידישקייט אין אייראפע, נישט ח"ו אין חורבן אייראפע. דאס מיינען מיר די גיפטיגע משכילישע ביכלעך פול מיט שקרים און בלבולים וואס האבן אנגעפילט די ריינע מוחות פון אידישע קינדער מיט תאוות און אפיקורסות און אראפגעפירט טויזנטער פון אידישן וועג. מיר מיינען די נידערטרעכטיגע יום כיפור באלן און מיאוס'ע טעאטער שפילן. מיר מיינען די רשעות'דיגע יעווסעקעס וואס האבן געשלאסן ישיבות און חדרים און פארשיקט זייערע אייגענע עלטערן און רביים קיין סיביר.
צו דאס האט גורם געווען חורבן אייראפע איז שוין א השקפה'דיגע שאלה (אויף וואס א בליק אין דער תוכחה פון ספר דברים קען ווארפן א שטיקל ליכט), אבער נישט דאס האבן מיר געמיינט מיט אונזערע ווערטער אין "מאמע לשון" און אין אונזער בריוו. מיר האבן געמיינט דעם גייסטיגן חורבן, נישט דעם פיזישן.
דער הויפט גורם פון די מיספארשטענדענישן צווישן אונזער לאגער און אייערער איז וואס מיר זענען ביידע געבליבן שטעקן אין מזרח אייראפע פון די אנהויב 1900'ער יארן. די היינטיגע אידישיסטן זענען נישט די אנטירעליגיעזע רשעים, מומרים להכעיס און חוטאים ומחטיאים את הרבים וואס אונזערע אור-עלטערן געדענקען פון זייערע יארן; חרדישער אידישקייט איז ווייט כרחוק מזרח ממערב פונ'ם "שטירמער סטייל" קאריקאטור וואס די משכילישע שרייבערלעך האבן אויסגעמאלן אין זייערע ביכלעך. שוין צייט פאר אונז אלעמען פטור צו ווערן פון די פארשימלטע "סטיריאטייפס"!
אבער בנוגע אייער רוף זיך צו פאראייניגן, האבן מיר ערנסטע צווייפלענישן. מיט דעם איצטיגן בריוו-אויסטויש האבן מיר נישט קיין פראבלעם, אבער צו רעקאמענדירן "אחדות" צווישן דעם המון עם איז אן איינשטעלעניש. "א געשלאגענעם הונט זאל מען קיין שטעקן נישט ווייזן". כאטש דער היינטיגער אידישיזם איז פארהעלטניסמעסיג אומשעדליך, וואלטן מיר באטראכט אלס סכנה פאר אונזערע קינדער צו האבן שייכות מיט קינדער וואס קוקן טעלעוויזיע. ביי אייך וואלט (האפנטליך!) נישט געווען קיין גרויסער אומגליק ווען ביילע נחמה'לע זאל ווערן פרומער פון אייך, אבער ביי אונז, טאמער איין קינד גייט ח"ו אראפ א דרגה אין אידישקייט, איז עס א טראגעדיע. אפילו דערוואקסענע ביים אידיש-רעדנדיגן, חסידישן עולם זענען ס'רוב נישט געאייגנט דערצו, סיי פון אינטעלעקטואלן שטאנדפונקט, סיי פון נאטור און כאראקטער, סיי פון דערציאונג און געוואוינהייט, סיי פון שיטה און השקפה.
אויך פון אייער זייט איז מען לפע"ד נאכנישט גרייט אויף אזא פאראייניגונג. א ביישפיל: דער "ארבייטער רינג" ברענגט צומאל א "ווען" מיט אידישע ביכלעך צו פארקויפן אין וויליאמסבורג. זיי מיינען אפשר נישט קיין שלעכטס, אבער זיי וואלטן געמעגט וויסן נישט צו פאראומרייניגן אונזערע איידעלע, תמימות'דיגע בחורימ'לעך מיט שמוציגע ביכלעך.
אונזער עצה פאר אייך, די עצה פון א גוטן פריינד: לייגט אויף א וויילע דאס מאמע לשון אין א זייט, און דערנענטערט זיך צום ענגליש-רעדנדיגן ליטוויש-ישיבה'שן עולם. זיי זענען פון נאטור און דערציאונג אפענער און פריינדליכער ווי דער חסידישער עולם, און בכלל מער געאייגנט און געוואוינט צו האנדלען מיט אידן פון אנדערע שטרעמונגען. מאכט א באזוך אין איינעם פון די גרויסע ספרים געשעפטן אין בארא פארק וואו איר וועט טרעפן א שלל פון אויסגעצייכנטע ענגלישע ביכער אויף אלע טעמעס פון אידישקייט, אדער נעמט אנטייל אין אן "ערכים" סעמינאר, ספעציעל געצילט צו ענטפערן קשיות אויף תורה און אמונה פאר אינטעלעקטואלן וואס זענען אינטערעסירט אין אידישקייט. (אינפארמאציע וועט איר מסתמא טרעפן אויפ'ן אינטערנעט.) ווען איר וועט זיין גענוג באקאנט אין זייער לעבנסשטייגער, וואס איז כמעט נישט אנדערש פון אונזערן, וועלן מיר זיך קענען צונויפזעצן און "רעדן מאמע לשון".
ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם!
הצלחה און כל טוב,
די רעדאקציע
נ. ב. איבריג צו זאגן, אייער חוב איז נמחל במחילה גמורה.
נ. ב. ב. אויב אנדערע חלקים פון אונזער בריוו זעען אייך אויס ווי הימל-שרייענדיגע עוולות, זייט אזוי גוט און פרעגט אונז איבער דערוועגן איידער איר שטעלט אריין אייער ענטפער אין אינטערנעט [טעל. און פאקס נומ.: 1831-352-845]. לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז עס א מיספארשטענדעניש, און מיר ווילן נישט אז אונזער בריוו זאל חלילה ברענגען א חילול השם.
נאך א קליין באמערקונג: אין ארץ ישראל, וואו מ'רעדט א ליטווישער אידיש, זאגט מען "איד", "אינגל", נישט "ייד" אדער "יינגל".
נאך א קאפיטשקע געדולד: מיר כאפן זיך איצט אז איר האט מעגליך נישט ריכטיג פארשטאנען פארוואס אונזערע ליינער האבן נישט געוואלט הערן די מיינונג פון א מעדיציניש שטודירטן. דאס איז נישט צוליב רעליגיעזע טעמים (זיי גייען צו דאקטוירים אויך), נאר טאקע ווייל זיי גייען שוין צו מעדיצינישע דאקטוירים און ווילן אראפגיין פון מעדיצין, ווי די ערשטע ליינערין וואס האט אנגעהויבן דעם שטראם בריוו האט קלאר געשריבן. "היימישע עצות" האבן מיר געמיינט "באבסקע רפואות". (מיר רעדן איין שפראך אבער מיר לעבן אין צוויי וועלטן... א שאד, א שאד...) מיר האבן פארראכטן דעם בריוו אז אנדערע זאלן עס נישט שלעכט פארשטיין.
א שאד, שלום. כ'האב געהאפט אז דו וועסט צושטעלן דיין איינדרוק פון דעם בריוו. ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט וואס דו זאגסט צו דעם ענטפער.
השבמחקבן עמי
כ´האָב טאַקע געהאַט בדעה אָנצושרײַבן אַן אָפּרוף. נאָר בקיצור נמרץ:
השבמחקלכתּחילה בין איך אַ ייִד וואָס גלייבט אין קאָ־עקזיסטענץ צווישן פֿאַרשיידענע שיטות. אַן אלו־ואלו־ייִד. נאָר וואָדען, אַ מאָל דערוויס איך זיך אַז כ´בין פּשוט נאַיִוו, כ´פֿאַרשטיי ניט ווי גרויס ס´איז דער תּהום וואָס ליגט צווישן „מיר“ („אונדז“) און „זי“.
למשל: זיי זאָגן אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר „אָריגינעלע ייִדישקייט“. זאָג איך, אַז ס´איז ניט געשויגן. זאָגן זיי, אַז דער רמבם איז געווען אַ שולחן־ערוך־ייִד! ניט צום גלייבן!
און סוף־כּל־סוף (דאָס איז ממש אַ געלעכטער) איז זייער עצה: כ´זאָל גיין לערנען, כ´זאָל ווערן מער ווי „זיי“.
ניט געקומען אויפֿן זינען, דאַכט זיך, אַז כ´קען *שוין* לערנען, נאָר וואָס, כ´טראַכט אַנדערש פֿון זיי!
ווי זיי האָבן געזאָגט: איין לשון, צוויי פּלאַנעטן.
עס איז זייער אינטערסאנט צו לייענען דעם שקלא וטריא, פון צוויי באזונדערע פלאנעטן וואס באזיצען גוט אידיש, און דאך פארשטייען זיי זיך נישט.
השבמחקרבי שלום שליט"א, לאמיר הערן אייער תשובה. אויף אייער שפראך "גיב לשון". (דרך אגב ביי חסידים איז נישט דא היינט אזא אויסדרוק).
בכל אופן, איך האב זייער הנאה פון אייער טיפן שכל.