אין די קומעדיקע טעג וועל איך אי"ה מודיע זײַן וועגן די פּרטים פֿאַר אונדזער קליינעם פּאָעזיע־וואַרשטאַט: ווי אַזוי מיר וועלן אַרומרעדן די לידער וואָס איר (די תּלמידים) שרײַבט אָן, ווי אַזוי איר וועט צאָלן שׂכר־לימוד, אאַז"וו. דערווײַלע וויל איך אײַך געבן אַ געלעגנהייט איבערצולייענען דאָס ערשטע ליד. כ´האָב בדעה, ווי געזאָגט, מיר זאָלן צוזאַמען לייענען און פּרוּוון פֿאַרשטיין איין ליד אַ וואָך.
בשעת איר לייענט אַ ליד דאַרפֿט איר האָבן אין זינען די דאָזיקע שאלות. מע קען האָבן אַ צוגאַנג וואָס איז מער־ווייניקער ווי פּרד"ס.
1. פּשט: צי פֿאַרשטיי איך די אַלע ווערטער? ווער רעדט אין דעם ליד (ווער איז דער נאַראַטאָר, ד"ה ווער „דערציילט„?) וואָס זײַנען די געשעענישן פֿון ליד? וואָס קומט פֿאָר בײַם אָנהייב? בײַם סוף?
וואָס איז דער פֿאָרעם פֿון ליד? זײַנען דאָ גראַמען? פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס ניט? צי איז דאָס ליד מער ווי מענטשלעך לשון (כּלשון אָדם), אָדער גיכער ווי־ניט־איז "געהויבן"?
2. רמז: וואָס איז אויסן דער פּאָעט מיט דעם ליד? וואָס פֿאַרשטייען מיר וועגן נאַראַטאָר/מחבר וואָס מיר האָבן ניט געוווּסט, איידער מיר האָבן איבערגעלייענט ס´ליד? וואָס פֿאַר אַ רמזים זײַנען אַרײַנגעפֿלאָכטן אין ליד, כּדי צו פֿאַרבינדן די שאַפֿונג צו אַנדערע (ספֿרי־קודש צי ספֿרי־חול)?
3. דרש: ווי אַזוי פֿאַרשטייען מיר (די לייענער) דאָס ליד? ד:"ה וואָס פֿאַר אַ אָפּקלאַנג שאַפֿט זיך בײַ אונדז פֿון איבערלייענען דאָס ליד? ס´רופֿט זיך אָפּ עפּעס אין אונדזע שׂכל? אין אונדזער לעבן? צי געפֿעלט אונדז דאָס ליד? פֿאַר וואָס (ניט)?
4. סוד (כ´האָב נאָך ניט קיין „סודיקע“ פֿראַגעס. כ´קלער נאָך אַלץ.
פֿאַרשרײַב אײַערע שאלות און תּשובֿות אין די קאָמענטאַרן.
* * *
ניו־יאָרק דורך ייִדישן געמיט
יהודה לייב טעלער
די גרויסשטאָטישע גאַסן
פֿײַערלעך פֿאַרגאַפֿט,
ווי שטיבער וואָס וואַרטן
אויף מאַנסבילשן
צוריקקער
פֿון יום־טובֿדיקן מעריבֿ.
ווינטן נאָגן
ווי חזנישער ציקל.
וואָלקן־קראַצערס פֿלאַקערן
ווי עבֿודה־זרהס
אַנטקעגן אַ זון
פֿון אויסגעשײַערט ייִדיש מעש.
פֿאַרנאַכטיקע פֿאָרכט
פֿאַלט אויף מיר
ווי אַ טלית
און כ´באַנעם דעם מיין פֿון מײַנע טעג
פֿירקאַנטיק קלאָר
ווי אונטערן יד
פֿון בעל־קורא.
יום שלישי, נובמבר 09, 2004
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
וואָלקן־קראַצערס פֿלאַקערן"
השבמחקווי עבֿודה־זרהס"
9.11
ווי הלל אויפן דאך פון בית-מדרש ליג איך דא, אפשר וועל איך קענען אויפכאפן א ווארט.
השבמחקלאמיך געבן א פרואוו...
השבמחקדער נאראטאר איז דער פאעט, וועלכער שילדערט זיין איינדרוק פון א זון-פארגאנג אין דער "גרויסער שטאט."
דער פאעט איז אויפגעוואקסן אין א פרימער שטוב - ווי עס איז צו דערקענען פון זיין שילדערונג ווי א איד שפירט זיך אין שול ביי ספעציעלע מאמענטן.
איך וואלט געפרואווט זאגן, אז פון דעם ליד דערקענט זיך א נאסטאלגיע צום אמאל, וואס קומט פון אן אומצופרידנהייט מיט'ן יעצט. אזוי קוקט עס אויס פון דער מסקנא, אז "כ´באַנעם דעם מיין פֿון מײַנע טעג
פֿירקאַנטיק קלאָר," און דאס נאכ'ן פארגלייכן דעם שפיר אין דער "גרויסער שטאט" צו דעם געפיל פון אן ערנסט דאווענען אין שולעכל.
ביי מיר האט דאס ליד איבערגעלאזט א פעסימיסטישן איינדרוק. די שטאטישע גאסן וואלטן דאך פונקט אזוי געקענט "ברענען מיט שמחת-תורה'דיגער פייערליכקייט." די ווינטן וואלטן געקענט "איידל גלעטן "א גוטע נאכט." וואלקנקראצערס וואלטן געקענט "אנטפאנגען די לבנה מיט ברענענדיגע הבדלות." און פארנאכט וואלט געקענט "שטיל אריינטרעטן מיט צויבער-שיך."
... פארגעסן זיך אונטערצושרייבן. דאס בין איך געווען - בן עמי
השבמחקגוט. דאָס זײַנען אַלע פֿראַגעס אין פּשט.
השבמחק„חזנישער ציקל“: „ציקל“ איז טײַטש בלעז „סײַקל“, דאָס הייסט „מחזור“ אויף לשון־קודש. עפּעס קײַלעכיקס. מסתּמא מיינט דער פּאָעט דערמיט, אַז די ווינטן נאָגן אַזוי ווי דער חזן גאָרגלט זיך מיט קרײַזלעך טענער (נאָטס) אָדער ניגונים.
אַז מע לייענט זאָרגעוודיק איבער דאָס ליד, איז קלאָר אַז די זון איז מעשענע, ניט די בנינים. „מאַנצבילשן צוריקקער“ מיינט פּשוט צו זאָגן, אַז דער נאַראַטאָר געפֿינט זיך אין שטאָט צו דער צײַט, ווען מענער קומען זיך (קערן זיך צוריק) פֿון מעריבֿ. גאַנץ פּשוט.
אַ גוטע טענה וועגן דעם, אַז די „פֿאַרנאַכטיקע פֿאָרכט“, וואָס איז געגליכן צו אַ טלית, אויף אים אַראָפּ דווקא צו מעריבֿ. כ´מיין אָבער אַז דאָס איז ניט אַזוי וויכטיק אויף צו פֿאַרשטיין דאָס ליד אין אַלגעמיין.
עד כּאן וועגן פּשט. (דערווײַלע. אַז מע האָט נאָך פֿראַגעס וועגן ווערטער־טײַטשן בין איך מוכן־ומזומן ווײַטער אויפֿצוקלערן.)
אין מײַן ווײַטערדיקן קאָמענטאַר וועל איך אַ ביסל אַרומרעדן בן־עמיס מיינונג.
ס'קומט נישט עכט אריין דא, נאר איך וואונדער מיך שוין א שטיק צייט וואס דאס מיינט "פאיאץ". איך געפין זי נישט אין די אידישע ווערטערבוך אנליין.
השבמחקנאָך אַ סימן־דלות פֿון די אָן־לײַן־ווערטערביכער. לאָז זיך וווילגיין און קויף אַן אמתע: האַרקאַווי, ווײַנרײַך, די פֿיר פֿאַראַנענע בענד פֿון „גרויסן ווערטערבוך“ –אַפֿילו די אַלטע ווערטער־אוצרס זײַנען בעסער ווי די אָן־לײַן־ווערסיעס אויב מע וויל נאָכקוקן אַ וואָרט וואָס מע ווייסט ניט און איז ניט אַ גאָלער אָנהייבער וואָס וויל וויסן למשל ווי צו זאָגן „בענקל.“
השבמחקפּאַיאַץ איז טײַטש „קלאַון“, „לץ“.
א דאנק
השבמחק