יום שישי, מאי 02, 2008

דער ייִד וואָס קען אַלע ווערטער

אינטערעסאַנט, וואָס איינער אַ קאָמענטירער שרײַבט:
איז אזוי די 2 ווערטערביכער אנליין זענען פון וויינרייך און פון הארקאווי.

הארקאווי'ס איז צו אלט דערפאר האט דאס נישט די 'נייע' מעדעצינישע טערמינען פון וואס דו שרייבסט.

די וויינרייך איז דאך אן אידישיסטישער באצווינגער וואס די חסידים זענען ביי אים נישט געווען עקזעסטירענד. - און איר אנליין פארעם איז אויך זייער ארים.

צום לעצט דארף איך נישט קיין ווערטערבוך ווייל מיר באנוצען אויף כמעט אלע מעדעצינישע טערמינען דאס ענגלישע ווערטער דערפאר.

די ווערטער וואס דו שרייבסט איז אייגן'ס-געמאכטע און קיינער פון די היינטיגע אידיש רעדענדיגע וואס זיי זענען אלע חסידים נוצן דאס נישט.
א גוטן מועד (האט דען דיין אידישיסטישער אויסגעשפילטער ווערטערבוך א טייטש אויף דעם אידישן וואונטש?)

אפֿשר מיינט דער ייִד, אַז די ליטעראַרישע ייִדישע שפּראַך איז אַ מאָנדע גערעדעניש באַנוצט נאָר פֿון אַ מאָנדעם שבֿט "אידישיסטן" וואָס זיי איז געגאַנגען איז לעבן צו איגנאָרירן די חסידים.

אפֿשר ווייסט ניט דער ייִד, אַז מע שרײַבט שוין אויף ייִדיש כּמעט טויזנט יאָר, און ניט אַלע ווערטער זײַנען אים שוין באַקאַנט. פֿרומע ייִדן האָבן אַפֿילו (!) געשריבן אַ מאָל אויף ייִדיש וועגן דבֿרי-קודש! אפֿשר וואָלט דער ייִד עפּעס אָפּגעלערנט פֿון די זאַכן!

אפֿשר ווייסט דער ייִד וואָס עס טוט אַ לייענער פֿון (צום בײַשפּיל) ענגליש, ווען ער קען ניט אַ וואָרט? ער קוקט אַרײַן אין אַ ווערטערבוך.

גיט אַ קוק אַרײַן אין אַ בוך וואָס מע האָט אָנגעשריבן מער ווי מיט אַ וואָך צוריק. אַפֿילו איר קענט ניט אַ וואָרט אָדער צוויי. איך טו די זעלבע מיט חסידישע ביכער!

3 תגובות:

  1. אנונימי10:41 לפנה״צ

    ערעב שלום קודם א לחיים איר זאלט זעהן פילע נחת פון אייער קינד.

    [וואס מיינט נחת ביי די אידישיסטן? זענען אייערע הויכבאשפריצטבער ביכער דן אין דעם?]

    עניוועיס.

    אידיש ליגט היינט ביי די רעדנער פון די שפראך.

    די אלע שונאי ישראלים די פרייע געשמדטע וויינרייך משפחה האבן פיינט געהאט א חרדי און זיי האבן געוואלט אידיש זאל זיין א שפראך ווי אלע טמא'נע גוים.

    איך האב מיט אייך מיטלייד אז אייער וויינרייך און זיין גאנצער ייוו"א אינסטעטוט איז אין דער ערד און קיין אידיש רעדער קימערט זיך נישט מיט זיי. זייער וועב-סייט אליין'ס איז שוין אויף ענגליש...

    אצינד אפשר הערט איר שוין אויף צו וויינען ווי א ביבער און זאגט וואסארא ביך איר ווילט מיר זאלן ליינען?

    השבמחק
  2. אנונימי1:20 אחה״צ

    רעב שלום נ"י,

    מיטן גרעסטן מאס דרך ארץ וויל איך אייך באמת פרעגן.

    האלט איר דען איז איר ליינט מער ביכער ווי א דורכשניטליכער חרדישער איד אייער יאר-גאנג?

    אחוץ אויב איר פארעכענט די גמרא און שלחן ערוך נישט אזוי חשוב ווי אייער בוכער דאן זענט איר גערעכט.

    אבער איר מעגט האבן אביסל דרך ארץ פאר אידן וואס באנוצען זיך מיט שפראך מער ווי אייך.

    למעשה זענט איר נישט פון א ''געזעלשאפט'' וואס נוצט אידיש טאג-טעגליך.

    דעריבער איז גאר ווינדערליך ווי איר נעמט אזא מין חוצפה'דיגער שחצנות צו מבטל זיין די חרדישע אידיש קעגן אייער אידיש.

    היתכן? דאס לערנט אייך די ביכער צו מבזה זיין א רבים אלס יחיד?!

    אייער גרויסהאלטערישע נאכדערצו קעמפערישע עזות שטינקט פון קאפ ביז פוס. - דאס זעה איך זענט איר יא א 'פרומער' איד צו מקיין זיין דעם מסורה 'ישראל עזין הן' וואס טוט זיך אבער מיטן 'ישראל ביישנים' דאן ווערט איר א פרייער איד?

    אזוי קוקן טאקע אויס אלע ליבעראלע קאנסערוועטיוו שטרעמונג אסימילירטע אידן?

    דאס לערנט אייך די 'פרויען עליות'?

    דאס לערנט אייך די 'פרויען ראבייס'?

    דאס לערנט אייך די 'מה יפית'דגער לעבן פון אן א קאפל און פיאות זיך צו געפעלן פאר די שווארצע און ספאנישע גוים'?

    שעמט אייך ר' שלום!!!!


    איך שריי אויס ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת!

    נאך איין מזל איר זאגט נישט וועלכע ביכער אייערע ליינער זאלן אריינקוקן קונה זיין אזאלכע פארדארבענע מידות....

    שוין פארזעצונג וועט קומן '''אי"ה'''!

    השבמחק
  3. אנונימי2:49 לפנה״צ

    כבוד הרבני הקדוש והמהולל ר' אנונימי ב"ר אלמוני נ"י

    ס'איז מיר זייער קשה הלמאי שרייבט איר מיט אזוי פיל ברוגז, רוגזא און אפילו האס. וועדליק אייער לשון קענט איר אפנים ניט שלעכט קלאפן אויף אידיש בעל-פה, אבער ווען עס קומט צום שרייבן זענט איר, ניט פאר קיין תינוקת געדאכט, גאנץ שטומפיק מיט דער פען. הייסן הייסט עס אז איר האט פונקט אזא דרך ארץ צו אייער אייגן אידיש לשון ווי צו אייער בר פלוגתא. איר רעדט דאך כלומרשט בשם תורתנו הקדושה, טא וואו איז אייער "דרכיה דרכי נעם וכל נתיבותיה שלום"? ר' איד, ס'איז בפירוש: פ"א-סגל: פע!

    השבמחק