יום שלישי, פברואר 12, 2008

איבערוואָג: סײַ גענעטיש סײַ סבֿיבֿהדיק

כ'בין גליקלעך איבערראַשט ווי אַקוראַט ס'קלינגט דאָס אַרטיקל בײַ די אידישע וועלט. כ'זאָג "קלינגט" ווײַל כ'האָב ניט געלייענט די אָריגינעלע שטודיע. פֿאַראַן איין גרויסע קאָמפּליקאַציע מיטן אויספֿיר וואָס מ'איז מודיע, דהיינו אַז איבערוואָג איז "גענעטיש."

גאָרניט אויף דער וועלט איז נאָר "גענעטיש" אָדער "סבֿיבֿהדיק." פּראָסט גערעדט, אַפֿילו די גענעס פֿאַר אויגן-קאָליר (זייער משפּחהדיק, ווי די וועלט ווייסט) זײַנען אָפּהענגיק אין . . . אַן אויג וואָס איז אַ גאַנצס. קיין אויג, קיין אויגקאָליר.

דאָס איז נאָר סתּם גערעדט. וואָס איז אָבער ווען מע האָט צו טאָן מיט די אַלע מעדיצינישע פּראָבלעמען, וואָס מע האַלט אין "אויסגעפֿינען" פֿאַר זיי די אַחריותדיקע גענעס? ס'איז פּשוט ניט אַזוי פּשוט. יעדע אייגנשאַפֿט איז אונטער דער השפּעה סײַ פֿוּן גענעס, סײַ פֿון דער סבֿיבֿה (און דעם מענטש אויך). איבערוואָג איז אַזאַ בײַשפּיל. די וואָג איז אונטערן קאָנטראָל פֿונעם מענטש, און עס קען זײַן אַז די גרענעצן, אָדער די פּרטים פֿון קאָנטראָל ווערט אויסגעשטעלט פֿון גענעטיק. ס'איז אָבער איין-דימענסיעדיק און אַפֿילו געפֿערלעך צו זאָגן אַז איבערוואָג איז אַלע מאָל פֿאַרפֿאַלן און לאָזט זיך ניט איבערקומען.

4 תגובות:

  1. אנונימי1:23 לפנה״צ

    איך וואלט אייך מציע געווען צו נוצן א טעכנאלאגיע וואס רופט זיך "גוגל" איידער איר פירקלט ארום אין די וועלט אריין.

    http://news.bbc.co.uk/2/hi/health/7230065.stm

    השבמחק
  2. אַ דאַנק פֿאַרן לינק. איך פֿאַרשטיי ניט אָבער אײַער טענה. קענט איר זאָגן וואָס איר מיינט דערמיט? אַז כ'האָב גאָרניט ניט מחדש געווען? אָדער גאָר פּלאַגירט? אָדער אָז מײַנע טענות זײַנען אָפּגעשלאָגן פֿון אַרטיקל? צי וואָס?

    ביטע דערקלערט די הצעה.

    השבמחק
  3. אנונימי3:06 לפנה״צ

    איך מיין אז די שטודיע ווייסט נאך אזוי פיל ווי עפעס א פארווארפענער דאקטאר ערגעצוואו.

    וואס מיינט איר מיסטער בערגער?

    השבמחק
  4. איז אַ שטודיע אַ מענטש וואָס "ווייסט" עפּעס? ניין, ס'איז אַ מענטשן-שאַפֿונג וואָס האָט חסרונות און מעלות ווי יעדע. מע דאַרף לייענען אַזעלכע שטודיעס מיט קאָפּ און אַ ביסל יאַנדעס און ניט אָננעמען זיי ווי תּורת-משה, אַניט איז זייער גרינג פֿאַרפֿירט צו ווערן פֿוּן די "לעצטע און בעסטע" וויסנשאַפֿטלעכע נײַעס.

    השבמחק