יום חמישי, ינואר 12, 2006

ניט טבֿיהדיק, ניט אַריסטאָיִש

הײַנט בײַ מעריבֿ (צווישן „אלוקי נצור“ און „עושׂה שלום“) איז מיר אײַנגעפֿאַלן, ניט צום ערשטן מאָל, אַז עס האָט אַ קנאַפּן שׂכל צו זאָגן אַז דער אייבערשטער וויל עפּעס. איז ער/זי דען אַ מענטש, ער זאָל עפּעס וועלן? (לשם באַקוועמלעכקייט וועל איך האַלטן בײַם אָנגענומענעם נוסח און רופֿן גאָט אַ לשון־זכר.)

מע קען אפֿשר זאָגן, פֿאַרצווייפֿלטערהייט, אַז דאָס וועלן דעם אייבערשטנס איז גיכער אַ מין פּרעפֿערענץ פֿאַר אַ געוויסן מצבֿ. בײַם אייבערשטן איז ליבער מע זאָל היטן מיצוות (דאָס איז אַוודאי נאָר חל אויף די וואָס גלייבן אין מיצוות), זאָגן מיר אַז ער „וויל“ אַזוי.

דאָס אָבער שטופּט נאָר אַוועק די פּראָבלעם מיט איין טריט ווײַטער. ווײַל ליב האָבן איין מצבֿ מער ווי אַ צווייטער איז דאָך אַוודאי אַ מענטשן־טבֿע. גאָט קען דאָך זען אַלע אַלטערנאַטיוון מיט אַ מאָל. ווי קען זײַן נוצלעך צו זאָגן וואָס ס´איז בײַ אים נושׂא־חן?

די שאלה איז אַן אַלטע. כ´האָב מער ניט וואָס צו זאָגן.

12 תגובות:

  1. אנונימי1:29 אחה״צ

    א גריס פון דיר אליינס

    http://tinyurl.com/dw7fg

    השבמחק
  2. אנונימי1:10 אחה״צ

    א שווערע טעאלגישע פראגע, וואס מיינט דאס א געטליכער רצון?
    מיר מוטשעט אן ענליכע שאלה, נעמליך, וואס וויל ער? און פארוואס וויל ער דאס
    בכלל?
    דורכאויס תנך איז שטארק בולט גאט'ס ענדלגילטיגע ציל. ער זאל זיין בארומט.
    אברהם רייזט ארום און בויעט מזבחות, ויקרא בשם השם... גאט אנטוויקלט א פריינטשאפט מיט אברהם'ן.
    פרעה פרעגט, "מי השם אשר אשמע בקולו?"... דערלאנגט ער אים קלעפ. "וידעו מצרים כי אני השם."
    משה ווארנט, אין נאמען פון גאט זעבסטפארשטענדיך, "ועשיתם לכם פסל תמונת כל"... "כי אבד תאבדון מהר."
    "צור ילדך תשי, ותשכח אל מחוללך" ... "כי אש קדחה באפי."
    די בלוטיגע נביאות'ער איבער מלחמת גוג אין אחרית הימים, די פאראויסגעזעענע אש און פארעך, עק וועלט, איז אויך נאר בכדי צוקומען צום אויספיר "והתגדלתי והתקדשתי ונועדתי."
    מילא א בשר ודם זיכט פובליציטעט באווייל ער האפט דאדורך צו עררייכן כבוד, געלט, אדער גליק אין לעבן. וואס אבער, אין גאט'ס באראט, האט דערפון א גאט?

    השבמחק
  3. ר´ אַנאָנימוס: אַ דאַנק פֿאַרן קאָמפּלימענט, נאָר דאָס אַרטיקל איז ניט אָן גרײַזן. למשל כ´בין ניט קיין קינדער־דאָקטער. כ´וועל זיך ספּעציאַליזירן אין „ערשטיקער מעדיצין“ (פּרימיירי קייר), וואָס איז אַזאַ מין מעדיצין וואָס לייגט דעם טראָפּ אויף קליניק, אויף גרונטיקער מעדיצין.

    און קען איך עפּעס פֿרעגן וועגן אײַער איבערמאַכן ייִדיש־וויקיפּעדיע אין אײַער געשטאַלט? וואָלט איר אַ מאָל געקענט אַרײַנקוקן אין אַ בוך (אָדער אַ ספֿר) איידער איר זײַט מחבר די אַרטיקלען? ווען ס´איז אַן אייגענער בלאָג ס´איז איין זאַך, נאָר דער נאָמען „וויקיפּעידע“ האָט עפּעס אַ שם פֿאַר – כ´וואָלט ניט געזאָגט „פֿאַרלאָזלעכקייט“, נאָר לפּחות אינפֿאָרמאַטיווקייט.

    וועגן דעם, אַז דער אייבערשטער זוכט רום: דאָס איז זייער אַ שײַכדיקע פֿראַגע לגבי תּנך. מײַן פֿראַגע איז מער אין דער טראַדיציע פֿון מיטל־עלטער, וואָס וויל וויסן, ווי אַזוי מע קען זאָגן געוויסע זאַכן וועגן גאָט. (פֿאַרגלײַכן דעם מורה־נבֿוכים.)

    כ´האָב ערשט געלייענט אַן אינטערעסאַנטן פֿירלייג אויף אַן אָרטאָדאָקסישער בליצפּאָסט־רשימה פֿון ר´ מיכה בערגער (קיין קרובֿ ניט פֿון אַני־הקטן). ער וויל טענהן, אַז דעם אייבערשטנס רצון איז נאָר דאָס, וואָס גאָט ברוך־הוא וויל דעפֿינירן רע און טובֿ. גוט, נאָר דאָס דעקט זיך ניט שטאַרק מיטן פֿאַרשפּרייטן טײַטש פֿון „ווילן“ („רצון“).

    השבמחק
  4. אנונימי6:01 אחה״צ

    מיר האבן ארויפגעלייגט אייערע שרעקליכע טענות אז דער שרייבער פון וויקפידיע קוקט נישט אריין אין קיין ספר בעפאר ער שרייבט. אויפן וויקפידיע בלאט רעדן פון אייער ערך. מיר האפן אז אלע שרייבער דארטן אין וויקיפידיע וועלן אנעמען אייערע מוסר רייד און נישט שרייבן ווילאנג זיי וועלן זיך זעצען לערנען וועגן אייץ.

    השבמחק
  5. אנונימי6:16 אחה״צ

    שלום אייך ר' שלום,

    איך געליינט אייערע טענות קעגן וויקיפעדיע, אז די שרייבער קוקען נישט אריין אין קיין ספר בעפאר זיי שרייבן.

    וויל איך אייך פרעגן אויף א דוגמא וואס איר האט געטראפן דארטן א טעות, און מיר וועלן דאס פארעכטן,

    עס איז נישט שיין און מענטשליך סתם צו קריטיקירן יענעם ווען איר פילט אייך נישט די מינדעסטע אנשטרענגונג נישט נאר צו פארעכטן דארטן נאר אויך נישט אנווייזן ווי מ'איז באגאנגען א טעות.

    און נאכמער וויאזוי ווייסט איר אז דער שרייבער האט נישט אריינגעקוקט אין קיין ספר?

    און נאכדעם דארפט איר פארשטיין אז איר האט א יסודות'דיגער טעות אין וויקיפעדיע, אנדערשט ווי אן אנציקלעפעדיע וואס ס'קאסט געלט און מ'צאלט פאר שרייבער צו שרייבן דארטן איז וויקיפעדעיע א פרייער אפענער אינפארמאציע אויסטויש, אויב עס זעהט אייך אויס עפעס נישט ריכטיק, איז דאס אין אייערע הענט צו פארעכטן.

    אין אנדערע ווערטער מיר קוקט אויס אז איר האט סתם געשאסן קריטיק אין די וועלט אריין, צו זיך שפירן הויך און געלערנט ווען איר האט ניטאמאל אונטרגעשטיצט אייערע קריטיק אויף די מינדעסטע באזיס.

    דאס איז נישט קריטיק דאס גארביטש.

    השבמחק
  6. אנונימי6:33 אחה״צ

    ר' שלון אז טאמער עס געפעלט אייך נישט דעם וויקפידיע קריטיקריט דאס נישט קומט אריין און פארעכט דאס.

    אויב וועט איר סתם קריטיקירן וועט קיינער נישט גארנישט שרייבן.

    און מיר וועלן בלייבן נאר מיט אייער בלאג.

    צעווארפן איז גרינג, בויען איז שווער. - און ווארפן שטיינער איז די גרינגסטע א שאד איר האט אויסגעוועלט צו ווארפן שטיינער אנשטאט בויען.

    השבמחק
  7. איבערגעלייענט וואָס כ´האָב אָנגעשריבן און ס´איז צו היציק. זײַט מיר מוחל. כ´האָב ניט געוואָלט זאָגן אַז אַלע אַרטיקלען אויף ייִדיש־וויקיפּעדיע זײַנען ניט אויף אַ ניוואָ, ווײַל (דעם אמת זאָגנדיק) האָב איך ניט איבערגעלייענט אַלע ייִ"וו־אַרטיקלען.

    און געוויינטלעך בין איך ניט אַ ייִד וואָס וויל זיך צעקריגן מיט יענעם. כ´בין אַ מזג־טובֿ. מסתּמא זײַנען די ייִ"וו־שרײַבערס קליגער, פֿרימער, און איידעלער ווי איך. נאָר שרײַבן – שרײַבן איז אַנדערש. אַז מע שרײַבט פֿאַרן ציבור, און דערצו נאָך אַז מע שרײַבט פֿאַקט־פּראָזע (עיון), ניט בעלעטריסטיק (דערציילונגען, פּאָעזיע, אָדער להבֿדיל דבֿרי תּורה, וואָס קומען נאָך סוביעקטיווע תּנאָים) האָט מען אַן אַחריות צו שרײַבן אויף אַ פֿאָרזיכטיקן אופֿן.

    איך דערמאָן זיך איצט אין לפּחות דרײַ אַרטיקלן וואָס בעסער וואָלט געווען ווען מע שרײַבט זיי ניט אָן לכתּחילה. דאָס אַרטיקל וועגן „ייִדישקייט“ הייבט זיך אָן „ייִדישקייט איז אַ רעליגיע“. דאָס איז ניט ריכטיק! אַפֿילו מ´איז חרדיש איז דאָס ניט אמת. ייִדישקייט איז אַ געמיש, אַ צימעס, אַ הייליקער טשאָלנט, אַ פּאַזל פֿאַר סאָציאָלאָגן, אָבער ניט בלויז און פּשוט אַ „רעליגיע“.

    ווײַטער, אין אַרטיקל „מדינת ישׂראל“, שטייט אַז „ישׂראל איז אין פֿולקאָמען קעגנזאַץ צו דער אידישער רעליגיע [כּך!]“. איך קען ניט זאָגן אַז ישׂראל איז אָן חיסרונות, נאָר אַזאַ באַצייכענונג איז – איר זאָלט מיר מוחל זײַן – אַ חוזק. ווער קען האָבן דרך־אַרץ פֿאַר דער אינפֿאָרמאַציע אין ייִ"וו ווען מע קען אָנשרײַבן אַזאַ אַרטיקל?

    דאָס זײַנען ייִדישע טעמעס. קען זײַן אַז, ווי אַ ליבעראַלער ייִד אין אַ וועלט וווּ העכער 60 (75?) פּראָצענט ייִדיש־רעדערס זײַנען חרדים, בין איך פּשוט צו לינק אָפּצושאַצן יענע איינסן. נאָר אַ מעדיצין־סטודענט בין איך אויך, און אַזאַ אַרטיקל ווי „הערץ־אינפֿאַרקט“ איז סײַ אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין וואָס שײַך ייִדיש, סײַ מאָדנע וואָס שײַך מעדיצין.

    שטעלט זיך די פֿראַגע (מיט רעכט): פֿאַר וואָס נעם איך זיך ניט צו דער אַרבעט און פֿאַרריכטן די אַרטיקלען? ווײַל כ´דאַרף טאָן אַנדערע זאַכן. כ´שאַץ אָפּ די באַמיִונגען פֿון יענע וואָס אַרבעטן יאָ איבער וויקיפּעדיע, און כ´מאַך ניט אַוועק ווי שווער ס´איז אָנצושרײַבן אַזוינע אַרטיקלען אויף ייִדיש. נאָר די טעותן וואָס כ´האָב דאָ אויבן דערמאָנט, האָבן ניט צו טאָן מיט לשון. עס שטעקט אין דער אידעאָלאָגיע גופֿא. אויב מ´איז ניט גרייט צו האָבן אַן אָנפּניותדיקע אַרטיקל וועגן, למשל, מדינת־ישׂראל, טאָר מען ניט אָנשרײַבן אַזאַ אַרטיקל.

    כ´וויל קיינען ניט באַליידיקן. זײַט מיר מוחל אויב כ´האָב דאָס געטאָן. מײַן מיינונג אָבער בלײַבט דאָס זעלבע. אויף ענגליש איז דאָ אַ ווערטל: אויב מע קען ניט אויסהאַלטן די היץ, גייט אַרויס פֿון דער קיך. דאָס זעלבע איז אויך חל אויף דער אינטערנעץ. וויקיפּעדיע איז אַנדערש פֿון אַ בלאָג.

    השבמחק
  8. אנונימי5:43 לפנה״צ

    קודם כל מוז איך אייך באדאנקען אז איר האט ענדליך זיך גענומען די מוה און ארויפגעלייגט די ארטיקלן וואס איר האלט אז עס אין טעות אדער פאלטש.


    לויט ווי איך זעה ליגט דאס שוין אויפן וויקיפידיע, און סוועט נישט נעמען א לאנגע צייט וואס איינער וואס האלט ווי אייך וועט פארעכטן.

    אבער דא ליגט די יסוד אויך אין אייער גרונטליכער פאלטשער אפטייטש פון דעם באגריף וויקיפידיע.

    נאכאמאל און צום הונדערטעסטן מאל, ניין וויקיפידיע איז נישט קיין אנציקליפידיע.

    אין אן אנציקיליפידיע, זיצן זיך צאם אפאר אלטישע פראפעסערן און מען מאכט אפ וואס איז אמת און וואס נישט. און דער עולם גולם ליינער צאלן פאר דעם געלט אז מען זאל זיי פירן ביי די נאז.

    וויקיפידיע, איז אויפגעשטעלט געווארן דירעקט אפצושלאגן דעם סיסטעם, אין א וויקי, קען זיך ר' שלום זאגן אז מדינת ישראל איז תורה'דיג און דער סאטמארער איז בכוח און פרייע דאס אפצושלאגן.

    און דער זעלבער זאך ביי אידישקייט איר אלס ליבעראלער זעהט דערין א טשולענט פון קאלטור און סתם נאהך הונדערטע זאכן, און דער חסיד זעהט דערין נאר רעליגיע ווי ער גייט און ווי ער שטייט, ביי אים איז קאלטור אמונה, ביי אים איז טשולענט א הייליגקייט. א.א.ו..

    ר' שלום נעמט אייך אריין אין קאפ אריין וויקיפידיע איז דעמאקראטיע, איינעם'ס דעה נעמט נישט קיין שום פאראויסדיגע חשיבות ווי דעם צווייטענס.

    אנשטאט שטיין אין קריטיקירן דעמעקראטיע, און דורכדעם אפרעדן אנדערע פון זאגן און נעמען אנטייל דערין, וואלט איר ווען געקענט האבן א חלק אין דעם אויפבוי פון דעמעקראטיע און הלעפן פארעכטן ווי איר זעהט א פראבלעם.

    איר קומט מיר פאר ווי די נארישע ליבעראלע דעמאקראטן וואס טוען נישט גארנישט אגאנצען טאג אין איראק נאר צו קריטיקירן בוש אז ער ברענגט נישט גוט די דעמעקראטיע דארטן.

    אייער נאמען אין היסטאריע פון בויען ידיש און אידישקייט וועט זיך אויספארעמען לויט דעם.

    השבמחק
  9. אנונימי8:39 לפנה״צ

    אוי יוי יוא

    ר' שלום איר זענט שוין אויפן שער בלאט פון וויקיפידיע.

    קודם זענט איר פויל אדער צו פארנומען צו פאריכטן א טעות אין וויקיפעדיע, אבער צייט צו קריטיקירן האט איר יא. זעהט אויס אז אייער קריטיק איז בעסער ווי הילף.

    http://yi.wikipedia.org/wiki/

    השבמחק
  10. ס´איז טרויעריק אָבער אמת. צײַט צו העלפֿן האָב איך ניט. צײַט צו קריטיקירן האָב איך יאָ.

    אויב איר ווילט, קען איך אײַך צוריקצאָלן דאָס גאַנצע געלט וואָס איר צאָלט פֿאַרן לייענען דעם בלאָג.

    השבמחק
  11. אנונימי1:14 אחה״צ

    שרייבערישע, און גראמאטישע גרייזן, שלום, מאכן זיך נישט נאר ביי חסידים.
    אט האב איך ערהאלטן א בליץ פאסט פון די וועלטס גרעסטע ביזנעס סאפטוועיר קאמפאני, וואו עס שטייט
    Principle
    אנשטאט
    Principal
    לעניות דעתי איז דאס א טעות. ליינט אט דא
    http://recp.info.quickbooks.com/servlet/MailView?ms=MTUxMDEyS0&r=MTIxMzc4ODM4NgS2&j=NTI3NzcwOTYS1&mt=1

    השבמחק
  12. אנונימי9:26 לפנה״צ

    ווען דיין קריטיק וואלט געווען צו דער זאך, מילא. אבער דו שיסט דאך סתם אין די וועלט אריין, אפשר באציסטו דיך צו די זייער גוטע טענות אז דו האסט נישט ארויס וואס דער באגריף פון וויקיפידיע, דו מיינסט אז דאס איז א אנציקלאפידיע, ווען אין אמת'ן איז עס דאס פארקערטע, א בשותפות'דיגער פראיעקט פון אלע וואס קענען אידיש צו באשרייבן וואס זיי ווייסן.

    קענסט קריטיקירן און איך וועל נישט צוריקבעטן מיין געלט וואס איך האב געצאלט פארן ליינען דיין בלאג, אדרבה שרייב נאר ווען דו שרייבסט פאס אויף נישט צו זיין א מחריב און אונטערברענגער ווייל דעמאלטס מאכסטו שאדן פארן רבים.

    השבמחק