יום שלישי, ינואר 03, 2006

די זון איז עפּעס נײַס

זע, עס הענגט דאָרט אויבן
און פֿאַלט אויף קיינעם ניט.

אײַ, ס´איז צו וואַרעם?
די פֿלאַנצן גיבן זיך אַן עצה,
זיי זײַנען נאַקעט.
צו וואַקסן דאַרף מען

דערשטאָכן ווערן
מיט רויען ליכט.
די ערד אָבער
ליגט אונטן אייביק.

ווען די ערד שטאַרבט
וועט מען זי ברענגען צו קבֿורה
מיט אַ זעקל ערד.

3 תגובות:

  1. אנונימי10:26 AM

    זייער שיין!
    זאגט מיר ביטע, וואס באשליסט דער בראך אינעם סטאנזא?
    איר האקט אפ באהאפטענע געדאנקן און קלעפט צוזאם לויזע. די סטאנזאס זענען אויך נישט אייניג אין פסוקים, אזער מיט אן אנדער מערקבארע מוסטער?

    השבמחק
  2. אַ דאַנק פֿאַר די וואַרעמע ווערטער. אײַער פֿראַגע איז זייער אַ גוטע. אַזוי ווי כ´ווייס ניט ווער איר זײַט, מוז זיך אָננעמען אַז איר זײַט אַ נײַ־געקומענער צו פּאָעזיע און פּרוּוון אָנהייבן פֿון קמץ־אַלף אָ.

    פֿאַראַן פֿאַרשיידענע טיפּן פּאָעזיע (דיכטונג, שיר). פֿאַראַן, פֿאַרשטייט זיך, „פֿאָרמעלע“ פּאָעזיע, און דאָס איז אפֿשר דאָס באַוווּסטע בײַ ס´רובֿ לייענערס. כּשמו כּן הוא. עס קומט נאָך פֿאָרמעלע כּללים וואָס באַשטימען די צאָל טראַפֿן אין אַ שורה, די צאָל שורות אין אַ סטראָפֿע, און אַפֿילו די צאָל סטראָפֿעס אין אַ ליד (פּאָעם).

    כ´בין אַוודאי (נאָך) ניט קיין פֿאַרקטיער פּאָעט. (מע קען זאָגן אַז דאָס זײַן אַ פּאָעט איז דער עצם פּראָצעס פֿון ווערן אַ פּאָעט. המחדש בכל יום תּמיד מעשׂה משורר.) נאָר כ´קען שוין זאָגן, אַז דאָס שרײַבן לויט פּאָעטישע פֿאָרמעס איז ניט פּשוט. סײַ עס ציט צו דעם, סײַ עס שטויסט אַוועק. כ´האָב שוין אָנגעשריבן אַ צאָל סאָנעטן און אַנדערע בײַשפּילן פֿון פּאָעטישע פֿאָרמעס, און ס´איז געווען כּדאַי. איצט אָבער איז מײַן פּאָעזיע אַנדערש. ווער ווייסט, אפֿשר וועט אַ מאָל זײַן השבֿינו נאַזאַד און כ´וועל זיך ווידער נעמען צו פֿאָרמעס.

    דאָס דאָזיקע ליד קען מען באַצייכענען ווי „פֿרײַע פֿערזן“ (פֿרי ווערס). מע מעג ברעכן די שורות ווי עס גלוסט זיך, ווי עס ווערט געפֿאָדערט דורכן געבוי פֿון די געדאַנקען.

    ס´איז ניט אַלע מאָל נייטיק צו גרופּירן אַלע שורות וואָס האָבן צו טאָן מיט איין געדאַנק. אַדרבא. אַ מאָל ווערט דערמיט טאַקע אָפּגעוואַכט דער כּוח פֿון געדאַנק וואָס מע וויל אַפֿערברענגען.

    כ´האָב ניט קיין חשק צו דערקלערן פֿאַר וואָס כ´האָב געבראָכן די שורות אין דעם דאָזיקן ליד אַזוי און ניט אַנדערש. ס´איז אַזוי ווי מסביר זײַן אַ וויץ – ער פֿאַרלירט דאָך דעם טעם. כ´האָף אָדער אַז דאָס אויבנדיקס האָט עפּעס געהאָלפֿן.

    און כ´דאַרף אײַך זאָגן – ס´איז באמת אַ מחיה ווען מע זעט אַ פֿראַגע וועגן פּאָעזיע אויפֿן בלאָג. ס´איז אַ חלום געוואָרן וואָר.

    השבמחק