יום שלישי, אוקטובר 05, 2004

עס גייט אָן דעם כּבֿיכול פֿאַר וועמען מע שטימט?

אַ דיאַלאָג
[כ´האָב דאָס צו ערשט אַרויסגעגעבן אויף מײַן ענגליש־בלאָג, און אַבֿישי האָט געבעטן כ´זאָל עס איבערזעצן אויף מאַמע־לשון. ס´איז באַזונדערש פּאַסיק ערבֿ די ערשטע וויצע־פּרעזידענט־דעבאַטע און די צווייטע פּרעזידענט־דעבאַטע, כאָטש יענע קומט פֿאָר יום־טובֿ.]
מענטש 1: אַוודאי ניט!
מענטש 2: מיינסט אפֿשר, אַז דער אייבערשטער איז אַזאַ קאַלטער מלאך, ס´זאָל אים גאָר ניט אָנגיין פֿאַר וועמען מע שטימט?
אַזאַ גאָט וואָלט געווען אַן אָפּגעפֿרעמדטער, אַ פֿאַרטראַכטער, ניט שײַך אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן!
מ1: אפֿשר גייט אים יאָ אָן, נאָר ער הייסט אונדז אַוודאי ניט פֿאַר וועמען צו שטימען.
מ2: אַוודאי הייסט אונדז דער אייבערשטער פֿאַר וועמען מיר זאָלן שטימען, נאָר ניט בפֿירוש. די נבֿואה איז כּידוע הײַנט צו טאָג מער ניט אַקטיוו, נאָר פֿאַראַן נאָך אַ סך אַנדערע אופֿנים זיך צו פֿאַרבינדן מיטן אייבערשטן: פֿון שׂכלדיקע באַטראַכטונגען ביז הלכהשע דיסקוסיעס און מאָראַלישע אינספּיראַציע.
מ1: דאָס הייסט, אַז איר פֿאַרגלײַכט אײַערע פּאָליטישע באַשלוסן מיט רצון השם? זאָג כאָטש להבֿדיל!
מ2: ניט איך פֿאַרגלײַך די צוויי – כ´זאָג נאָר אַז דער פּראָצעס פֿון מאַכן אַ פּאָליטישן באַשלוס, פֿאַר אַ רעליגיעזן ייִד, ווערט געטריבן פֿון די זעלבע שטרעבונגען און צוגאַנגען וואָס זײַנען משפּיע אויף אונדזער באַציִונג מיטן אייבערשטן.
מ1: האַ?
מ2: גיט אַ טראַכט. אויב דו ביסט אַ מאמין בשם, און דו ווילסט אַדורכפֿירן דעם „מה הוא, אַף אַתּה“, קען מען דאָך ניט אַלע מאָל זײַן זיכער אַז מע טוט וואָס דער אייבערשטער וויל, איבער צוויי סיבות: אַלף, ווײַל ס´איז שווער צו זאָגן אַז גאָט האָט פֿאַרלאַנגען בכלל (דאָס איז דאָך אַ טבֿע בײַ מענטשן, לאַוו־דווקא בײַ השם־יתברך), און בית, ווײַל אַפֿילו מע נעמט אָן אַז גאָט האָט פֿאַרלאַנגען, ווערט ניט געדרונגען אַז אַ בשׂר־ודם קען אַפֿילו אויספֿירן זיי אויף אַ לפֿי־ערכדיקן אופֿן.
מ1: וואָס איז אָבער די שײַכות מיטן שטימען?
מ2: גאַנץ פּשוט – ס´איז ניט שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דעם אייבערשטן וואָלט ליבער געווען איין קאַנדידאַט אַנשטאָט אַ צווייטן. אַפֿילו אָבער דאָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, איז אפֿשר ניט משמעות אַז גאָט פֿירט טאַקע אַזוי אויס די געשיכטע. (קען זײַן, למשל, אַז ער איז יאָ שטאַרק אַײַנגעטאָן אין דער היסטאָריע פֿון דער וועלט, נאָר ניט אויף די זעלבע דימענסיעס וואָס מיר, אָדער מיט אויפֿמערק צו די זעלבע פּרטים וואָס מיר האַלטן פֿאַר וויכטיק.) דערצו נאָך זײַנען אונדזערע פּאָליטישע באַשלוסן לאַוו־דווקא די זעלבע, וואָס דער אייבערשטער וואָלט געמאַכט.
מ1: אַ גאַנצע חד־גדיא. אפֿשר איז פּשוטער צו שטימען אָן צו טראַכטן אין גאָט?
מ2: קען זײַן. נאָר אַזוי ווי אַ גאָט וואָס ס´גייט אים ניט אָן פֿאַר וועמען מע שטימט וואָלט געווען אַ קאַלטער מלאך, וואָלט אויך געווען אַן אָפּגעפֿרעמדטער ערלעכער ייִד (אָדער, צום ווייניקסטנס, אַ שטאַרק סתּירותדיקער) וואָס וואָלט ניט אַרײַנגענומען דעם כּבֿיכול אין זײַנע פּאָליטישע באַטראַכטונגען.
מ1: איז פֿאַר וועמען וויל דער אייבערשטער כ´זאָל שטימען?
מ2: [דעם ענטפֿער האַלט מען בסוד כּדי אויפֿצוהיטן די נייטראַלקייט פֿון בלאָג.]

3 תגובות:

  1. אנונימי7:41 אחה״צ

    מען קען זיך מער נישט אבאנירן דא?
    און זאג מיר וואו איך קען זיך איינהאנדלן די שטריכן און פינטלעך אויף מיין קי בארד צו שרייבן די סארט אידיש וואס דו און קטלא שרייבן
    דרך אגב די צוויי סארטן אידיש זענען טיטולירט?
    אויב יא ווי הייסן זיי?
    איז פארהאן א פראגראם וואס לערנט אויס צו שרייבן דיין אידיש וואס די פרומע קענען נוצן?

    השבמחק
  2. כ´ווייס נאָך ניט ווי צו מאַכן, אַז מע זאָל קענען אַבאָנירן אויף מײַן בלאָגער־זײַט. דערווײַלע אַבאָנירט זיך אויף ישׂראבלאָג און כ´וועל דאָרט מודיע זײַן מײַנע נײַע פּאָסטס.

    דער אופֿן שרײַבן ייִדיש וואָס ווערט גענוצט אין דער (ס´רובֿ וועלטלעכער) ליטעראַטור הייסט בײַ די מערסטע „ייִוואָ־ייִדיש“, כאָטש דאָס איז אַ פֿאַלשער נאָמען. די סיסטעם איז אויסגעקלערט געוואָרן פֿון דער צענטראַלער ייִדישער שול־אָרגאַניזאַציע (ציש"אָ) אין פּוילן, דאַכט זיך אין 1935 (כאָטש ס´קען זײַן אַז כ´האָב אַ טעות).

    כ´ווייס ניט וועגן וואָסער־ניט־איז פּראָגראַם וואָס איז געצילעוועט אויף חרדים. נאָר אַ קלאַוויאַטור (קי־באָרג) קען מען אָפּלאָדן פֿון דאַנען:

    http://www.shoshke.net/uyip/blitspost.htm

    ס´איז זייער אַ גרינגע פּראָגראַם וואָס מע קען לײַכט און גיך אינסטאַלירן אויף ס´רובֿ קאָמפּיוטערס.

    וועגן לערנען זיך אויסלייג (ספּעלינג) איז אַן אַנדער ענין. יעדער האָט זײַנע צרות דערמיט.

    שרײַבט געזונטערהייט!

    השבמחק