צי האָב איך לייענערס אין די „וואַקל־שטאַטן“, דאָס הייסט אין די שטאַטן, וואָס זײַנען מער־ווייניקער גלײַך צעטיילט צווישן קער־ און בוש־שטיצערס? (דאָס זײַנען אַריזאָנאַ, קאָלאָראַדאָ, פֿלאָרידע, האַוואַיִ, אײַאָווע, מיין, מינעסאָטע, מישיגען, מיסורי, נעוואַדע, ניו־העמפּשיר, ניו־דזשוירזי, ניו־מעקסיקע, אָהײַאָ, אָרעגען, פּענסילווייניע, וועסט־ווירדזשיניע און וויסקאָנסין.)
טאָמער יאָ, און איר האָט נאָך ניט באַשלאָסן פֿאַר וועמען איר גייט שטימען, לאָמיר אײַך פּרוּוון איבערצײַגן.
אויב איר ווילט מיך איבעררעדן צו בוש, איז מסתּמא אויך העכסטע צײַט. כאָטש ניו־יאָרק איז דורכויס דעמאָקראַטיש.)
יום שני, אוקטובר 25, 2004
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
אויב וואלט איר געווען אין ישראל פאר וועם וואלט איר געשטימט?
השבמחקליכוד אדער מערך?
אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע. כ´ווייס ניט ווי מע באַשליסט פֿאַר וועלכער פּאַרטיי צו שטימען, און כ´בין בלויז אַ חוצניק נעבעך. נאָר דאָס געזאָגט, שטיץ איך שרונס אָפּשיידונג־פּלאַן, כ´שטיץ ניט די קאָלאָניעס (התנחלויות), און כ´מיין אַז יהדות לײַדט נאָר דערפֿון, אַז די מלוכה און די רבנות זײַנען ניט צעטיילט. צוריקגערעדט אָבער מיין איך אַז ישׂראל מוז אַוודאי האָבן אַ ייִדישן כאַראַקטער, און לפּיד איז אַ היצקאָפּ.
השבמחקסך־הכּל: אפֿשר עבֿודה, מימד (ס´עקזיסטירט נאָך?), אָבער ניט מרץ.