יום שלישי, אוקטובר 26, 2004

אַ פּײַנלעכע מחלוקת

מסתּמא איז דער שפּאַלט אין סאַטמער שוין גאָר אַ טיפֿער. נאָר ווי טיף פּינקטלעך? עס זײַנען דאָ למשל אַזוינע, וואָס

* עסן ניט פֿון „יענעמס“ שחיטה/טרינקען ניט „יענעמס“ יין?

* האַלטן אַז „יענע“ זײַנען פּסול לעדות?

* האָבן ניט חתונה (אָדער מאַכן ניט חתונה זייערע קינדער) מיט „יענע“?

כ´פֿרעג ניט חלילה ווײַל כ´האָב הנאָה פֿון דער גאַנצער מעשׂה. ס´איז אַ ריס אין האַרצן. נאָר כ´וויל מיטהאַלטן און דעם דאָזיקן ענין באַשרײַבט מען ניט אין די בלעטער.

2 תגובות:

  1. אנונימי1:45 PM

    ווער זאגט עס דען אז מען באשרייבט עס נישט אין די בלעטער
    check out the Times herald record
    נישט איעדען טאג באריכטן זיי אבער מיט א שטיקל זוך קען מען תמיד אלץ געפונען

    השבמחק
  2. כ´לייען יאָ דעם טײַמס־הערלד־רעקאָרד, נאָר געמיינט האָב איך, אַז אין יענער צײַטונג גייט ניט די רייד וועגן די סאָציאַלע ענינים וואָס כ´דערמאָן דאָ אויבן. סײַדן כ´האָב אַ טעות (עס מאַכט זיך אַ מאָל).

    השבמחק