איך הייס שלום בערגער און איך בין אַדיקטירט צו די נײַעס וועגן די קומעדיקע וואַלן. כ´בין אַ יוצא־וניכנס בײַ די אַלע וועבזײַטן וואָס שאַצן אָפּ דעם רעזולטאַט פֿון עלעקטאָרן־קאַלעדזש לויט די הײַנטיקע אויספֿרעגן (פּאָלס, אַנקעטעס). כ´לייען די פּאָליטישע בלאָגס.
און עס שאַפֿט מיר קיין הנאָה ניט. פֿאַרקערט: יסורים און עגמת־נפֿש. כ´האַלט מיט (כ´לעב מיט) מיט די עליות און ירידות פֿון מײַן קאַנדידאַט אין די אַנקעטעס און די רייטינגס. (ווער איז מײַן קאַנדידאַט? אַז איר פֿרעגט שוין, האָט איר ביז אַהער ניט געלייענט מיט קאָפּ.)
כ´קען קוים דערוואַרטן, ס´זאָל שוין נעמען אַ סוף. זאָל אַפֿילו זײַן דער „ניט־ריכטיקער“ רעזולטאַט, אַבי אַ סוף.
(און דערפֿאַר, פּאָעזיע־חסידים, האָב איך דערווײַלע אָפּגעלייגט מײַן קלאַס ביז דער ערשטער וואָך נאָוועמבער. כ´קען פּשוט ניט.)
אוי, איז דאָס ביטול־תּורה, ביטול־עסק, און ביטול־שׂכל.
*
אַגבֿ, אויב איר ווילט וויסן ווען כ´שרײַב אָן עפּעס נײַעס, קענט איר אַבאָנירן אויף מײַן גוגל־גרופּע.
יום שני, אוקטובר 18, 2004
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
איך מאטער זיך נאך צו פארשטיין די העראישע בטחון און די קשה עורףדיגע אנטשלאסנקייט וואס פעלט זיך אויס בכדי אונטערצונעמען א געפארפולע באן רייזע איבער די ווילדע ראיאנען פון א לאנד ווואס האלט שוין א דריי יובלן יארן נאך די בירגער קריג, און דאס אלעס אן קיין ברעקל נערוועזיטעט אדער שרעק וואס קריכט ארויס פון די אויגען לעכער פאר אלע מיטרייזענדע, פשששי! מי כעמך היספאניאלא און פארוואס גיבסטו איר אחיתופלס עצות ארויס צוקריכן פון וואקזאל כאפן די באס, אמטרעק איז נישט גורס צפון קאראליינע אדער דו פאטראנאזירסט מיט גרעיהאונד
השבמחקאידישע פלאפלעריי דרשנים זענען גארנישט קיין גרעסערע פלוידערזעק ווי די גויאישע זייערע רעדעס זענען אויך נישט אנגעשטאפט מיט ווייסעך וויפיל תוכן
בטלנות:
השבמחקאַז כ´לאָז ניט קיין קאָמענטאַר בײַ אײַך אויפֿן בלאָג איז דער תּירוץ אַ פּשוטער: כ´האָב ניט וואָס צו זאָגן. זאָרגט זיך ניט, כ´לייען און האָב הנאָה, נאָר ניט אַלע מאָל פֿאַלט מיר אײַן עפּעס נוצלעכס צו באַמערקן. ווי יענער האָט שוין געזאָגט אין די קאָמענטאַרן: כ´האָב ליב לייענען וועגן אײַערע בויכווייטיקן!
און וועגן דעם, פֿאַר וועמען כ´וועל שטימען: ס´איז אַוודאי ניט קיין "סיקרעט", אלא מאַי, פֿאַראַן אַ באַרג מיט בלאָגס וואָס גיבן זיך אָפּ מיט די מעלות פֿון זייער קאַנדידאַט און די חסרונות פֿון יענעמס, וויל איך ווײַכן דערפֿון ווײַל דאָס איז ניט מײַן סוגיא.
Anonymous:
„מי כּעמך היספּאַניאָלאַ" - אמת! גוי פּרימעראָ באָרץ...
כ´האָב איר געעצהט צו פֿאָרן מיט גרעיהאָונד ווײַל ס´איז שוין געווען איינס אַ זייגער אד"נ, און מיר האָט זיך געדאַכט אַז די באַנען פֿאָרן ניט אַזוי שפּעט. נאָר די בוסן – יאָ. סײַ ווי סײַ, איז געווען אַ צווייטער אין אונדזער וואַגאָן וואָס האָט זיך אונטערגענומען זי צו באַגלייטן אין וואָקזאַל אַרײַן און שואל־עצה זײַן בײַ די היגע באַאַמטע.