יום שלישי, יולי 13, 2010

מע וועט קיין מאָל ניט וויסן

אַ חבֿר מײַנער האָט געזאָגט אַז די גרויסע ייִדישע שרײַבערס האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט קליינע השׂגות. זיי האָבן זיך באַגנוגנט מיט באַגרענעצטע אַמביציעס, אַ ליד דאָ, אַ ראָמאַן דאָרט, אַ פּיעסע בײַ אַ דריטער געלעגנהייט. וואָס בעט זיך, זאָגט ער, איז אַ לעבנס-פּראָגראַם. אַ טאָלסטאָי דאַרף זײַן, אַ סוצקעווער, אַן אצ"ג.

אַ בײַשפּיל האָט ער געבראַכט. לאָמיר אָנכאַפּן פּרץ, האָט ער געזאָגט, אַז מע לייענט איין שאַפֿונג זײַנס איז ניט אַזאַ גרויסע גדולה. נאָר ווען מע לייענט גאַנץ פּרץ כאַפּט מען זיך אַז -- פּרץ איז פּרץ.

הייסט עס, האָב איך געזאָגט, אַז מיט יעדער שאַפֿונג דאַרף מען ווײַטער אויפֿבויען דעם פּיתום ורעמסס פֿון אייגענעם לעבן. ווי אַ קינדס קלעצל-טורעם וואָס טאַטע-מאַמע ציטערן איבער דער צאָל קלעצלעך, טאָמער איז דאָס קינד חלילה הינטערשטעליק אין זײַן אַנטוויקלונג.

אויב אַזוי אַוווּ זאָל איך האַלטן איצט אין דער סכעמע פֿון מײַן מגדל בבֿל? וווּ איז מײַן צוקוקער וואָס זאָל מיר זאָגן וווּ איך האַלט, צי איך דאַרף ניט אַ קער טאָן אין איין ריכטונג אָדער אַ צווייטער?

איך אַרבעט אויף אַ מאַפּע און דער דזשי-פּי-עס איז ניטאָ. איך פֿאָר און אַלע ריכטונגען זײַנען מעגלעך, גאָרניט קיין מאַרשרוט איז פֿאַרווערט.

איז אויפֿגעשוווּמען די אַלטע מעשה. ברירה קעגן גורל. שאַפֿונג קעגן סופֿיקייט.

פּרץ האָט דען געוווּסט בײַ זײַן לעבן אַז ער איז עס - פרץ? די היסטאָריקער וועלן מסתּמא זאָגן, אַז יאָ, נאָר איך בין מסופּק. האָט ער דען אויך געוווּסט, אַז מע וועט אים בכלל ניט לייענען, ניט קענען לייענען, אין הונדערט יאָר אַרום? אַז כּמעט די איינציקע רייד פּרצס וועט מען הערן בײַ באָנטשע שווײַג אין מויל?

מע שרײַבט - מע לעבט - אומוויסיקערהייט. דער זייגער גייט און ניט דער שטוב ברענט, ניט מע הערט אָדער זעט דעם זייגער. מע האַלט די לאָפּעטע אין דער האַנט און מע בויט און מע בויט ביז מע שפּירט ווי די זון ווערט הייס ווי אַ בלוטאויסגאָס און די ליניעס פֿון דער סכעמע ווערן שוין פֿאַרטײַטשט פֿון אַ נײַגעריקן צוקוקער מיט צוטריט צו אונדזער לעבן, געזען סוף-כּל-סוף כּלפּי חוץ.

עס גייט די רייד וועגן דיר, וואָס דו האָסט אָנגעשריבן, צי עס האָט געטויגט, און וועסט קיין מאָל ניט וויסן דעם ענטפֿער. ניט צי דײַנע שרײַבעכצן האָבן געטויגט, ניט צי דו האָסט געטויגט.

יום שני, יולי 12, 2010

מיר דערציילן טרויעריקע מעשׂיות

מיר דערציילן טרויעריקע מעשׂיות
גליקלעך מיטן תּכלית דערפֿון
מונטער מיט דער כּוונה צו ראַטעווען
טויט איז קיין מניעה ניט
און חורבן גאָר ניט סוף

יום חמישי, יולי 01, 2010

"איך בין ניט קיין חרדי און ניט קיין ספרדי, נאר איך האלט, אז דאס איז א קאמף פאר מענטשן-רעכט אין ישראל. "

מיט א וואך צוויי צוריק האב איך געבעטן אייערע מיינונגען וועגן דער אנגעיינדיקער "פרשת עמנואל". האט א חשובער פעאט זיך גארניט געפוילט אוןהאט גלייך צוגעשיקט א תשובה.

איי, כ'בין 100% ניט מסכים מיט כמעט אלץ וואס ער שרייבט? סיי ווי סיי האב איך דרך-ארץ פאר זיין פאעזיע, און אזוי ווי ער איז דארטן בארץ און איך בין דא בחוץ איז כדאי פון אים צו הערן. זאלן זיך טויזנט בלומען צעבליען.

שלום, א גרוס דיר. איך בין א שטיקל עד-ראייה. ערשטנס איז דאס ניט קיין קאמף צווישן אשכנזים און ספרדים (אויב דו האסט אין זינען נעכטיקע דעמאנסטראציע אין ירושלים און אין אנדערע ישראלדיקע שטעט. ס'איז א קאמף קעגו בג''ץ, דעם בית דין גבוה לצדק, וואס האט איינגעפירט אין אונדזער לאנד א מין דיקטאטור פון "שלטון החוק" (געזעץ-מאכט). דאס איז א פארמאכטער קלוב פון 15 ריכטער (בלויז איינער פון זיי א ספרדישער מיט א יארמלקע). זיי האבן זיך צוגעטשעפעט צו א מיידלשער חרדישער שול בית-יעקב פון עמנואל מיט א תירוץ, אז אריבער זיבעציק פראצענט מיידלעך אויף "מגמה חסידית" זיינען אשכנזישע. תחלית איז דאס א קאמף קעגן אומאפהענגיקער חרדישער בילדונגס-סיסטעם. די ריכטער האבן געשיקט אין תפחסע צעדליקער עלטערן, וועלכע האבן זיך אפגעזאגט צו שיקן זייערע טעכטער אין א "געמישטער" שול, אן א "מגמה". מע האט זיי באשולדיק אין א ראסיזם. הקיצור, אין תפיסה זיינען אריין אויך ספרדים און תימנער. דערצו נאך האט ניט דער בג''ץ קיין רעכט צו משפטן פשוטע בירגער, אלא בלויז אנשטאלטן און באאמטע. זיי האבן געקענט משפטן דאס בילדונגס-מיניסטעריום, נאר ניט די טאטע-מאמע פון א קאנקרעטער תלמידטע.


איך בין ניט קיין חרדי און ניט קיין ספרדי, נאר איך האלט, אז דאס איז א קאמף פאר מענטשן-רעכט אין ישראל. אויב ס'זיינען ביי דיר דא קאנקרעטע פראגן, פרעג.


אַוואַנסירטער ייִדיש־קורס מיט באָריס סאַנדלער

דאָנערשטיק, דעם 22סטן יולי, וועט באָריס סאַנדלער אָנהייבן אַ נײַעם אַוואַנסירטן ייִדיש־קורס ספּעציעל פֿאַר שרײַבערס, וואָס וועט זיך טרעפֿן יעדע צוויי וואָכן בײַם "פֿאָרווערטס" אין מאַנהעטן. ער האָט זיך ברייטהאַרציק אָנגעבאָטן צו לערנען דעם קורס בחינום, אָבער בלויז געציילטע מענטשן וועלן אָנגענומען ווערן — בסך־הכּל 5 ביז 7 אָנטיילנעמער. אַלע אַפּילקאַציעס זײַנען אָנגעלייגט, כאָטש דער קורס איז געצילט ספּעציעל פֿאַר יונגע שרײַבערס. די אַפּליקאַנטן וועלן ווערן אָנגענומען לויט אַ בײַשפּיל פֿון זייער שרײַבן און אַ באַשרײַבונג פֿון זייער ייִדיש־הינטערגרונט

אַלע פֿאַראינטערעסירטע, זײַט אַזוי גוט און שיקט אַזאַ מין באַשרײַבונג און אַ בײַשפּיל פֿון אײַער שרײַבן אויף ייִדיש (אַן אַרטיקל, אַ דערציילונג אאַז"וו) ניט קירצער ווי 200 ווערטער, אויפֿן אַדרעס
leyzertag@me.com

אַלע אַפּליקאַציעס דאַרפֿן אָנקומען פֿאַרן 13טן יולי. ווײַטערע פּרטים וועלן די אַפּליקאַנטן באַקומען צו הערן ביזן 18טן יולי

זאָל זײַן מיט מזל

יום רביעי, יוני 30, 2010

דאָס ניט-באַקוקטע לעבן

כּידוע איז געווען אַ מחלוקת הלל ושמאי וועגן דעם צי איז כּדאַי, דער מענטש זאָל האָבן באַשאַפֿן געוואָרן. איז געבליבן, אַז ניט, נאָר היות ווי מיר זײַנען דאָ זאָלן מיר ממשמש זײַן אונדזער מעשׂים - מסתּמא איז דאָס טײַטש עפּעס ווי "אויספֿאָרשן", באַקוקן.

איז מיר הײַנט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַוודאי איז כּדאַי צו באַקוקן די מעשׁים. וואָס זשע דען? ניט נאָר אין די מעשׁים גייט עס, נאָר אין די מעשׂים (און זיך אַרײַנטראַכטן אין זיי) ווי אונדזער זכות-הקיום. ווען ניט דער פּראָצעס פֿון "מישמוש-המעשׂים" וואָלט דער מין מענטש ניט געווען כּדאַי בכלל!

למאַי אָבער? מע קען אויסרעכענען עטלעכע טעמים נאָר עס ווילט זיך הערן אײַערע הסברות. וואָס מיינט איר?

יום חמישי, יוני 17, 2010

פּאָעזיע בפֿרהסיה

איך װעל געבן אַ לעקציע װעגן אונדזער חבֿרה ייִדיש-רעדנדיקע באַלטימאָריאַנער, 7:30 אין אָװנט, דעם 28סטן יוני, אין ברוקלײַן, מאַס', בײַם באָסטאָנער אַרבעטער-רינג. פֿירלײענען װעל איך אױך אַ פּיקאַנטע סעלעקציע לידװאַרג. זײַ אַ פּנים-חדשות!

איר האָט געשריגן אױף בג"ץ? װיל איך הערן פֿון אײַך

צי קען עמעצער עמעצן (װאָס קען עמעצן) װאָס איז בײַגעװען אױף די גרױסע פּראָטעסטן װעגן (גאָט זאָל אָפּהיטן) תּערבֿות צװישן אַשכּנזים און ספֿרדים? ס'װאָלט געװען שײן צו הערן אַ עד-ראײה.

יום רביעי, יוני 16, 2010

אַ פֿרײלעכן בלומסטאָג!

װאָס - רעדוצירט אױף זײערע פּשוטסטע קעגנזײַטיקע פֿאָרעמס -- זײַנען געװען בלומס געדאַנקען װעגן סטיװענס געדאַנקען װעגן בלום און װעגן סטיװענס געדאַנקען װעגן בלומס געדאַנקען װען סטיװען?

ער האָט געמײנט אַז ער האָט געמײנט אַז ער איז אַ ייִד כאָטש ער װײסט אַז ער װײסט אַז ער װײסט אַז ער איז נישט.
פֿון גרױסן ספֿר.

יום ראשון, יוני 13, 2010

אינטערוויו מיט האסידיק רעבעל: צווייטער טייל

דער ערשטער טייל אינטערוויו איז דא.

3. ווען זייט איר ממש אראפ פון דרך? איר קענט דיך דערמאנען אין א געוויסן מאמענט אדער מעשה? וואס איז געווען דער אפרוף פון אייערע טאטע-מאמע/געשוויסטער/רביים?

צום ערשט איז עס אלץ נאר געווען א מחשבה-זאך. איך האב אויפגעהערט גלייבן, אבער איך האב זיך ווייטער געפירט צוממערסטנס מיט די געווענליכע פרומקייטן פון א פרומע/חסיד'ישע פערזאן. איך האב געהאט א פאמיליע, א ווייב מיט קינדער, און עס אלץ אפצולאזן איז נישט געווען קיין פראקטישע זאך. דא און דארט האט זיך געמאכט אז כ'האב געגעסן עפעס נישט-כשר'ס, אדער נישט אין אכט גענומען הלכות שבת, וכדומה. צום ערשט איז מיין חילול שבת געגאנגען נישט ווייטער ווי צו נעמען פון טשאלנט אויפ'ן בלעך פרייטאג-צו-נאכט ווען די פאמיליע איז געשלאפן, אן קיין דאגה וועגן הגסה. צומאל, אז איך האב זיך געטראפן מיט פריינט וואס האבן געהאלטן די זעלבע ווי איך, איז מען געגאנגען עסן אין א נישט-כשר'ע רעסטוראנט. אבער אין שול בין איך נאך געגאנגען ערליך שבת מיט מיינע זון, און געפירט שבת סעודות, געפאסט יום כיפור, געגעסן אין סוכה, וכדומה.

מיט די צייט, בעיקר צוליב פערזענליכע ענינים – אבער אויך טיילווייז וועגן אונזערע צוטיילטע מיינונגען איבער רעליגיע, האב איך אפגעמאכט מיט דאס ווייב זיך צו טיילן. ערשט דערנאך האב איך אנגעהויבן צו לעבן אן אפענעם פרייען לעבנסשטייגער. דאס האט פאסירט בערך צוויי און א האלב יאר צוריק.

מיין מוטער און געשוויסטער האבן – צו זייער אויסערגעווענליכן קרעדיט – אנגענומען מיין נייע לעבנסשטייגער מיט פארהאלטמעסיגע איינגעהאלטנקייט. עס האט זיי שטארק וויי געטאן, אבער קיינער האט מיט מיר נישט אפגעהאקט, אדער זיך אויפגעפירט נעגאטיוו צו מיר, מיר מרחק געווען א.א.וו. מיין פאמיליע איז קליין (מיר זענען נאר פיר געשוויסטער), און מיר האבן זיך אייביג געהאלטן – און האלטן זיך ווייטער – זייער נאנט.
ביי מיין ווייב'ס פאמיליע איז עס זעלבסטפארשטענדליך אנדערש אנגענומען געווארן. מיינע באציאונגען מיט מיטגלידער פון איר פאמיליע זענען צו מיין באדויערן נישט איינגענעם, מילד גערעדט. מיט מיינע קינדער האב איך ווייניג שייכות, אויף א באגרעניצטן פארנעם.

4. ווי אזוי האט איר זיך אן עצה געגעבן מיט אפרייסן זיך פון אייער קהילה? וואס איז דאס שווערסטע פון דעם?

איבערצולאזן די סביבה, ספעציעל א חסיד'ישע מיט איר אייגנארטיגן לעבנסשטייגער, אין וועלכע מען איז ערצויגן געווארן און פארברענגט אלע יארן ביז אהער, איז נישט גרינג. די חסיד'ישע געזעלשאפט, שוין נאך אלע זאכן מיט וואס איך בין נישט מסכים, איז א ווארעמע און היימישע פלאץ. עס איז שווער צו טרעפן אזא ערשיינונג ערגעץ אנדערש איבער די וועלט. מיט דעם אלעם האב איך דערווייל נישט קיין חרטה. די מעגליכקייטן וואס האבן זיך מיר געמאכט במשך די לעצטע פאר יאר האבן מיר, עכ"פ דערווייל, איבערצייגט אז איך האב געטאן א גוטן שריט איבערצולאזן דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער.

5. וואס איז אייער איציקע באציונג צו יידישקייט? אין וואס גלייבט איר? וואס איז אייער צוגאנג צו יידישקייט? עס ציט אייך צו א געוויסן צוגאנג (וועלטעכע יידישקייט? מאדערן-ארטאדאקסיע? "פשוט א ייד"? ציונות?)?

איך בין א "קולטורעלער" איד. אין א געוויסן זין בין איך אויך נאך אלץ א "קולטורעלער" חסיד. די חסיד'ישקייט וואס איז אין מיר איינגעבאקן געווארן פון מיינע קינדערישע/בחור'ישע יארן און אין די ערשטע יארן אלץ יונגערמאן קענען נישט אזוי גרינג אויסוועפן, און באמת פלאן איך נישט עס אפצומעקן.

בנוגע אמונה, איך האב נישט קיין שום נטיה צו קיין שום גלויבונג אדער אידעאלאגיע. איך רעספעקטיר און שפיר א ליבשאפט צו מיין אידישע טראדיציע, איך האב ווארעמע געפילן געפילן צו ארץ ישראל, און איך האלט זיך אלץ א טייל פון כלל ישראל. אבער איך האלט זיך אויך א מיטגליד פון די גאנצע מענטשהייט, און די אלע אויבנדערמאנטע אידישע מושגים זענען נישט מער ווי סענטימענטאלע זאכן, עפעס ווי ווען איינער האט ליב א פאמיליע מיטגליד, אבער פשט איז נישט אז לכבוד דעם מוז ער קען ער נישט האבן קיין געפיל צו מענטשן נישט פון זיין פאמיליע.

6. האט איר עפעס וואס איר וואלט געוואלט זאגן אנדערע וואס ראנגלען זיך מיט די זעלבע ספקות וואס איר האט (געהאט)?

די החלטה זיך אפצוטיילן פון דעם פרומען לעבנסשטייגער איז איינע פון די גרעסטע שוועריגקייטן – אויב נישט די גרעסטע – וואס איך האב געהאט אין לעבן. יעדער מענטש וואס מאכט אזא החלטה שטויסט זיך אן אין זיינע אייגענע ראנגלענישן און שוועריגקייטן, און עס איז שווער צו געבן א כללית'דיגע תשובה וואס זאל זיין צוגעפאסט פאר יעדן וואס נעמט אין באטראכט אזא שריט. זעלבספארשטענדליך אז די וואס האבן שוין אייגענע פאמיליעס מיט קינדער האבן אנדערע שוועריגקייטן פון די האבן נאכנישט חתונה געהאט.

אויב קען מען אבער יא געבן איין עצה פאר די דרייען זיך מיט אזעלכע מחשבות אין קאפ: מאכט זיכער אז איר האט מער-ווייניגער א קלארן פלאן וואו איר ווילט גיין און וואס איר ווילט טאן אין לעבן נאכ'ן איבערלאזן דעם פרומען לעבנסשטייגער. די ערגסטע זאך וואס אזא איינער קען זיך טאן איז אוועקצוגיין אן א קלארן פלאן וואס מען וויל יא טאן.

עס פארלאנגט זיך אסאך כח און קוראזש דורכצוגיין מיט אזא שריט, און אויב מאכט איר יא אפ זיך עס אונטערצונעמען, ווערט נישט געפאלן פון די שוועריגקייטן. צום ענדע איז כדאי נאכצוגיין דעם לעבנס חלום. מען לעבט נאר איין מאל, מען האט נישט קיין צווייטן שאנס.

7. וואס לייענט איר די טעג?

איך האב יעצט געענדיגט "ווארטנדיג אויף די בארבאריאנס," פון דזעי. עמ. קאוטזי, און עס האט אויף מיר איבערגעלאזט א שטארקן רושם. די טעמע איז נוגע שטענדיג, אבער ספעציעל אין אונזער צייט פון אמעריקאנער אימפעריאליסטישע אונטערנעמונגען.

אין נישט-פיקציע ליין איך מערסטנס איבער די היסטאריע פון רעליגיע, ספעציעל די שייכות צווישן אידישקייט, קריסטנטום, און איסלאם. לעצטנס בין איך ספעציעל אינטערעסירט אין די היסטאריע פון די ערשטע יארן פון די קריסטליכע רעליגיע. איך האב נארוואס געקויפט דעם בוך "קריסטנטום: די ערשטע דריי טויזנט יאר", פון דייערמייד מעקולאך, און איך האף עס דורכצוליינען אין די קומענדיגע טעג. (דער בוך איז איבער טויזנט בלאט דיק!)
אויך ליין איך וועכנטליך פארשידענע מאגאזינען וועגן קונסט, קולטור, און פאליטיק. "הארפער'ס" איז אויסערגעווענליך אינטערעסאנט, און צומאל אויך דער "ניו יארקער." דער "ניו יארק ריוויו אוו בוקס" איז אויך א גוטער קוואל פאר נייעס פון די וועלט פון ליטעראטור און פילאזאפיע.

יום רביעי, יוני 09, 2010

אַן אינטערװיו מיט "האַסידיק רעבעל"

"האַסידיק רעבעל" איז אַ באַװוּסטער בלאָגער, אַ געװעזענער חסידישער יונגער-מאַן װאָס איז אַראָפּ פֿון דרך. ביז נישט-לאַנג האָט ער בלאָגירט און געשריבן אַנאָנים, און לעצטנס האָט ער זיך פּורש-בשמו געװען װי שלום דין. ער װױנט הײַנט אין װיליִאַמסבורג און איך בין דאַנקבאַר װאָס ער האָט מסכּים געװען אױף אַן אינטערװיו מיט מיר.

דאָס איז דער ערשטער חלק. המשך קומט אי"ה.

1. זייט אזוי גוט און זאגט אונדז עפעס וועגן אייערע קינדער-יארן, וואו איר זייט אויפגעוואקסן, וועלכע חסידות, וועלכע ישיבות, אד"גל, וואס פאר אן עלטערן... אין אייער משפחה-לעבן האט איר געהאט פאזיטיווע איבערלעבענישן מיט רעליגיעזקייט/חסידות?

איך בין אויפגעוואקסן אין בארא פארק און געלערנט אין קראסנא חדר. נאך די בר מצוה האב איך געלערנט איין יאר אין מאנטריאל ביים זשיבוי'ער רב, ר' יחיאל מאיר כ"ץ, און דערנאך אין סקווירא ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג. פון דארט בין איך נאנט געווארן צו סקווירא חסידות, און געגאנגען לערנען אין שיכון סקווירא, וואו איך האב דערנאך חתונה געהאט, געלערנט אין כולל, און געוואוינט מיט מיין פאמיליע פאר בערך צוועלף יאר.

מיינע עלטערן זענען געווען "נייטראלע" חסידים, נישט געבינדן אפיציעל צו קיין ספעציעלע חסידות; מיין פאטער האט שטארק געשעצט עטליכע רבי'ס -- ספעציעל באבאוו און סאטמאר (קודם דעם בעל דברי יואל און שפעטער דעם ברך משה). ער האט געשעפט חסיד'ישע השפעות פון פילע מקורות, אריינגערעכנט תניא, ליקוטי מהר"ן, און דברי יואל/ויואל משה/א.ד.ג. מיין פאטער איז נפטר געווארן אין תשמ"ח, ווען איך בין אלט געווען פערצן יאר.

מיין ערציאונג כלפי אידישקייט און חסידות איז געווען גענצליך פאזיטיוו. מיינע עלטערן האבן אין מיר אריינגעגעבן א ווארימקייט פאר אידישקייט אן דאס מינדעסטע פארם פון איבערשרעקן אדער נעגאטיוויטעט. מיינע עלטערן זענען געווען שטארק פרום און ערליך אבער מעסיג אין דאס וואס זיי האבן פארלאנגט פון אנדערע, און זיי האבן אריינגעגעבן אין מיינע געשוויסטער און מיר די זעלבע וועלטסבליק.

2. ווען און ווי אזוי האט איר אנגעהויבן שפירן ספקות וועגן פרומען לעבן-שטייגער? און וועגן וואס, גענוי, זיינען (געווען) אייערע ספקות? צי איז געגאנגען אין מחשבות, פירעכצן, דער געזעלשאפט, לעבן-שטייגער, אלץ אדער גארניט פון די?

אלץ בחור אין ישיבה און אלץ יונגערמאן גלייך נאך די חתונה בין איך געווען גאר א פרומער, און איך האב זיך געווייקט אין ספרי חסידות און אין דעם חסיד'ישן לעבנסשטייגער. איך בין אבער פון קינדווייז אן געווען א שטענדיגע ליינער -- פון קראסנא חדר, צו מיין גוטן מזל, האב איך זיך איינגעקויפט א גאנץ פיינעם קענטעניס מיט ליינען און שרייבן ענגליש. צוביסלעך האב איך אנגעהויבן צו ליינען אויף פילע וועלטליכע ענינים, און עווענטועל האב איך זיך אנגעשטויסן אין ליין-מאטעריאל וואס האבן באהאנדלט די נושאים פון רעליגיע. אין אנהייב האט עס מיר נאר אריינגעגעבן ספקות אויף דעם עקסטרעמיזם פון חסיד'ישן לעבנסשטייגער, די בלינדע אמונה, די דערווייטערונג פון וויסנשאפט, און דאס מענטאליטעט וואס זאגט אז אלץ וואס מיר טוען איז כשר און ריכטיג.

מיט די צייט האב איך אנגעהויבן האבן ספיקות אין פארשידענע יסודות אין אמונה ענינים. ווען איך האב אנגעהויבן ליינען וועגן דעם לעבנסשטייגער און קולטור פון פארצייטישע פעלקער, די סעמיטישע שבטים ארום ארץ ישראל, די פארשידענע מצרי'שע גלויבונגען, די פערסישע זארא'אסטריאניזם, איז געווען שווער צו פארקוקן די כמעט-אפענע באווייזן אז די פארשידענע גלויבונגען און פאנאטישע "סופערסטישאנס" האבן אלע משפיע געווען פון איין גרופע מענטשן אויפ'ן אנדערן. איך האב אנגעהויבן ליינען די ביכער פון פארשער אויף די ספרי תנ"ך, 'ביבל-קריטיסיזם', ביבל'ישער ארכעאלאגיע, א.ד.ג. און איך האב אנגעהויבן צו זען די יסודות פון אונזער אלט-ישראל'ישן/אידישן גלויבן אין גאר אן אנדערן ליכט. פון דארט האט זיך מיין אמונה צוטרייסלט אינגאנצן און עווענטועל האב איך אויפגעהערט גלייבן אין סיי וואסערע רעליגיעזע זאכן.

יום שני, יוני 07, 2010

דער פּלאַנעט פֿון צוויי

אויף דעם פּלאַנעט איז אַלץ נאָר צוויי, ניט מער און ניט ווייניקער. מענטשן זײַנען דאָ צוויי, און יעדער האָט איין אויג, איין נאָז. ניט מער. איין האַנט מיט איין פֿינגער.

מיינט איר אַז ס'איז אַזוי גרינג, ס'רעדט זיך נאָר אַזוי. לאָמיר זאָגן מע וויל מאַכן אַ פֿרוכט-סאַלאַט, קויפֿט מען אַן עפּל און אַ באַנאַנע, פֿאַרטיק.

כאַפּט ניט. אויב, צום בײַשפּיל, איר האָט צופֿעליק אַוועקגעשטעלט אַ גלאָז מילך לעבן פֿרוכט, איז אָט: דרײַ עסנס.

מיינט ניט אַז עפּעס ווערט פֿאַרשוווּנדן אָדער אויפֿגעריסן אָדער אײַנגעזונקען אין דער ערד ווי אין קינאָ מיט אַ פֿײַער און אַ זבענק. דער לאַוו אויף צוויייִקייט איז ניט אַזאַ פּראָסטע זאַך. ס'איז אַזאַ געפֿיל, אַזאַ נאָגנדיקע אומצופֿרידנקייט, אַז עפּעס מער ווי צוויי איז שוין דאָ, דאַרף מען צו רעכט מאַכן.

האָב איך דאָרט אַ מאָל געוווינט. (שווער צו זײַן אַ פּראָסטער צוקוקער, ווײַל מע ווערט דאָך צוגערעכנט צום מספּר, אַ צווייטע ראָד צום וואָגן.)

איז מיר גוט, בין איך אויף אַזאַ פּלאַנעט מיט שׂכל, מיט אַ כּלל, ניט הפֿקר.

האָב איך געטראָפֿן אַ מיידל, האָבן מיר געשטעלט אַ חופּה מיט צוויי שטאַנגען. געזאָגט אויף אונדזער איין-אותיקן לשון, "ה___ אַ___"

דאָס קינד האָבן מיר געהאַט סײַ ווי סײַ. וואָס קען מען טאָן? נאָר מיר האָבן זיך איבערגעקוקט יעדן אָוונט, בײַם צווי-פֿיסיקן טיש, און געוווּסט אַז עפּעס איז דאָ ניט גלאַטיק. מוז עמעצער אַוועק לשם צוויייִקייט.

האָבן מיר אָפּגעשטימט. און איידער כ'האָב זיך געכאַפּט האָב איך אַרויסגעפּלאַצט מיט "איך וויל ניט גיין, כ'האָב ליב מײַן היים, איר זײַט מײַן אַלץ..."

איז מײַן אַוועקפֿאָרן באַשערט.

יום רביעי, יוני 02, 2010

ווי אין פּסוק שטייט (פֿיליפּ לאַרקין)

ווי אין פּסוק שטייט
פֿיליפּ לאַרקין
ייִדיש: ש.ב.

זיי מאַכן דיך קאַליע, טאַטע־מאַמע.
סתּם אַזוי, ניט חלילה בכּיוון.
זיי שטאָפּן דיך אָן מיט זייערע פּגמים
און שענקען דיר אייגענע צו, בחינם.

נאָר קאַליע געמאַכט אין זייערע צײַט
האָבן זיי שוטים אין די בעקעשעס
וואָס געהאַלטן אין פּריידיקן הייליקייט
און געווען מיט יעדן אויף מעסערשטעך.

מדור לדור גיט מען איבער בלויז צרות.
וואָס טיפֿער אין ים ווערט אַלץ געשווינדער.
זאָלסט געפֿינען אַ שנעלן וועג אַרויס
און בכלל ניט האָבן קיין קינדער.

יום רביעי, מאי 26, 2010

חיי-שעה

אַ סעקונדע
איז אַ קונדס
בײַם שטענדער
פֿון אַ שטונדע.

יום חמישי, מאי 06, 2010

סטוטשקאָװ איז אַ מוּװי-סטאַר

נאָר אױף יו-טוב: אַ סעריע װידעאָען באַזירט אױף דער לעבנס-געשיכטע פֿון לעקסיקאָגראַף און דראַמאַטורג נחום סטוטשקאָװ. אָנגעשריבן און אופֿגעפֿירט פֿון תּמיד-שאַפֿערישן לײזער בורקאָ.

יום שני, אפריל 26, 2010

האַלבער גאַסט אין שטעטל נײַעם

אין אונדזער שטאָט איז יעדער שטאַרק פֿאַרהאַוועט
קאָרמעט מען מיט יעדער שעה דער שטאָט.
גיט די שטאָט אַמאָל צוריק אונדז הווה
גייט די שטאָט אונדז נאָך נאָך יעדן טראָט.

אין עתיד שוין באַזעצט מען זיך וווּ אַנדערש,
לאָזט מען זיך אַ מאָל פֿויל טראַכטן. ווען
די שטאָט וועט זיך אַנטפּלעקן מיר וואָס נענטער
וועל איך איר מקדיש זײַן זיך ווי געווען.

ביסט אָבער האַלבער גאַסט אין שטעטל נײַעם.
פֿאַרליבט ביסטו געווען אין אַלטן אָרט.
בלײַבסטו אַליין אויף זיך דער בעל-אַחריות
זעלבשטענדיק נעבעך, ניט אויף שטאָטס באַראָט.

יום ראשון, אפריל 25, 2010

"פֿייגל פֿליִען אין פֿינצטער. מאָדנע." נאָך פֿון אסף גבֿרון, תנין פיגוע

וואָס געפֿעלט מיר מערסטנס אויף דער קליינער ליניע נײַן איז דאָס, וואָס זיי זײַנען פּינקטלעך און פֿאַרלאָזלעך מיט דער צײַט . איך בין אין דעם צײַט-פֿעלד, כ'בין אַ מבֿין דערויף. צום בײַשפּיל, דאָס גאַנצע פֿאַרנעמען זיך מיטן געלט און דעם רעשט פֿירט מען אויס אין מיטן דער רײַזע, ניט ווי אויפֿן בוס, וואָס שטייט אין דער סטאַנציע ביז יעדער האָט געענדיקט צאָלן. צום בײַשפּיל, ווי אַזוי זיי בײַטן אויס דאָס געלט מיט אַנדערע דרײַווערס וואָס פֿאָרן צו קעגן-איבער: פֿאַרשטענדיקן זיך אויפֿן ראַדיאָ, גרייטן צו דאָס געלט, עפֿענען דעם פֿענצטער, און ווען זיי פֿאָרן זיך פֿאַרבײַ איינער קעגן דעם צווייטן שטעלט מען זיך אָפּ אויף צוויי מינוט און בײַט אויס. אָדער די פֿלינקקייט פֿון די דרײַווערס -- שנײַדן אָפּ די אויטאָס, איבערכיטערעווען די אויטאָבוסן (וואָס מע רופֿט זיי אויפֿן ראַדיאָ "דזשאַמבאָוס") דורכן פֿאָרן מיטן פֿאַרקערטן וועג, לחקענען צו די סעקונדעס בײַם פֿאָרסיגנאַל, פֿאָרן אַרום פֿאָרגעענג, איבערשנײַדן קליינע געסלעך מחוץ דעם געוויינטלעכן מאַרשרוט, דאָס זײַנען מוטיקע אַקטן וואָס ס'איז אַ פֿאַרגעניגן זיי צוצוקוקן פֿון דער זײַט.

גיורא גואטה האָט מיר אָנגערירט אויפֿן אַקסל. כ'האָב זיך אויסגעדרייט מיט שטוינונג און געזען אַז דאָס איז נאָר ער. איצט האָב איך געלייגט אַכט אַז אין זײַן האַנט האָט ער אַ פּאַלם פּײַלאָט. כ'האָב זיך געטראַכט, וואָס ביסטו משה גרויס? כ'האָב אויך אַ פּאַלם. דאָס איז ניט אין גאַנצן ריכטיק. מײַן פּאַלם איז קאַליע געוואָרן מיט צוויי חדשים פֿריִער.

האָט ער מיר געזאָגט, "הער, אויב עפּעס זאָל מיט מיר געשען, וויל איך דו זאָלסט זאָגן מײַן חבֿרטע אין ירושלים, שולי, כ'וויל דו זאָלסט איר זאָגן..." ער האָט געטראַכט אָבער ניט מצליח געווען צו געפֿינען די ריכטיקע זאַך איבערצוגעבן.
כ'האָב זיך געלאַכט. וואָס רעדט ער? אויב עפּעס געשעט אים? אויך ער הייבט שוין אָן? מילא, אַן אַלטיטשקע, נאָך אַלץ פּאַראַנאָיד פֿון חורבן, נאָר ער? האָב איך אים געזאָגט, "אויב עפּעס וועט געשען, דאַכט זיך מיר ניט אַז דווקא איך וועל בלײַבן כּדי איבערצוגעבן דײַן אָנזאָג. זאָרג זיך ניט, גאָרניט וועט ניט געשען."

"איך װײס אַז גאָרנישט װעט געשען," האָט ער געזאָגט. "נאָר אױב עס װעט יאָ געשען ... אױב דו װילסט, קען איך אױך עפּעס איבערגעבן עמעצן, אַזױ װי, אױב איך ... דו װײסט." האָב איך גלײַך אַ זאָג געטאָן, "נײן." נאָך דעם האָב איך געטראַכט, אפֿשר האָב איך יאָ געזאָלט עפּעס איבערגעבן עמעצן? אפֿשר האָב איך אַזאַ מין צװאָה? אפֿשר זאָל איך טראַכטן װעגן דעם ערנצט און עפּעס איבערלאָזן אײן עמעסדיקע זאַך? אוממעגלעך צו װיסן. כ'האָב געטראַכט אַז װען איך װאָלט עפּעס איבערגעגעבן עמעצן, װאָלט דאָס געדאַרפֿט זײַן דוטשי. פֿונדעסטװעגן. נישט געקוקט אױף דעם אַלעם.

האָב איך זיך געכאַפּט. צו אַל די שװאַרצע יאָר. װעגן װאָס טראַכט איך אױף אַ בוס אױפֿן װעג צו דער אַרבעט? װעגן מײַן צװאָה. װוּהין זײַנען מיר אָנגעקומען? אױפֿן הינטן פֿון אױטאָבוס פֿאַר אונדז איז געװען אַ װעכטער פֿון דער מלכּה און דעם אופֿשריפֿט, "איר פֿאָרט אין אױסלאַנד? נעמט אַ צעלפֿאָן פֿאַר אױסלאַנד." אױפֿן ראַדיִאָ, האָט געזאָגט דעם אינטערװיויִרער דער מענטש װאָס איז געפֿאָרן הינטערן בוס װאָס האָט אופֿגעריסן אין װאַדי ערה, "כ'בין אָפּטימיסטיש. אָפּטימיסטיש, אָפּטימיסטיש, אָפּטימיסטיש." אַ צעלפֿאָן האָט געקלונגען און עמעצער האָט געענטפֿערט. כ'האָב אַרױסגענומען מײַן העפֿטל -- זינט מײַן פּאַלם איז קאַליע געװאָרן בין איך צוריק צום מיטלעלטער -- און פֿאַרשריבן, "קאָנטראָלירן װיפֿל קאָסט דינגען אַ הױז אין נײַ-זײלאַנד. רעדן מיט דוטשי."

כ'האָב געזאָגט דעם בחור, "ביסט אַ ירושלמי? איך אױך, אָריגינעל," נאָר כ'האָב געזען אַז ער טראַכט װעגן אַנדערע זאַכן. זײַנע אױגן זײַנען געװען ערנצט. שפּעטער האָב איך געטראַכט, מענטשן האָבן טײל מאָל אַ פֿאָרגעפֿיל, אַזױ װי מיר האָבן געפֿונען כּלערלײ אָנצוהערענישן װאָס דני לם האָט געזאָגט אײדער ער איז געהרגעט געװאָרן, װי דאָס ליד װאָס ער האָט אָנגעשריבן אַ חודש פֿריִער. װי מע דערצײלט װעגן די סאָלדאַטן װאָס זײַנען געשטאָרבן, אַז בײַ זײער לעצטן טעלעפֿאָן-שמועס האָבן זײ געזעגנט זיך אױף אַ ספּעציעלן אױפֿן, אַז בײַ זײערע לעצטע טעג האָבן זײ געזאָגט זאַכן, האָבן געשפּירט אַז עפּעס וועט אָט אָט געשען. צוריקגערעדט, זאָגן אַלע אַזױ, די גאַנצע צײַט. דו דערמאָנסט זיך פּשוט אין די װאָס זײַנען טאַקע טױט. כ'האָב אױך באַגעגנט רמזים אױף דעם װאָס איך װעל באַלד שטאַרבן. אַ מאָל האָב איך געזען פֿײגל פֿליִען אין פֿינצטער. האָב איך געטראַכט, פֿײגל פֿליִען אין פֿינצטער, מאָדנע. דאָס איז זיכער אַ רמז. און פֿונדעסטװעגן, לעב איך נאָך. אַפֿילו איצט. אַפֿילו נאָך דער קלײנער ליניע נײַן, נאָך שער הגיא, נאָך עמק רפֿאים. נאָך פּהמי.

האָב איך אים געזאָגט, "הער אויף טראַכטן וועגן דעם, זײַ ניט גערירט אין קאָפּ."

ער האָט זיך צעשמייכלט. כ´בין אויפֿגעשטאַנען פֿון מײַן זיצאָרט, אויפֿגעהויבן מײַן האַנט אויף זײַ געזונט און אָן צו זאָגן גאָרניט בין איך אַראָפּגעגאַנגען פֿון מיניבוס. אויפֿן וועגן אַראָפּ האָב איך מער ניט געקוקט אויפֿן שוואַרצלעכן בחור, דעם טעראָריסט. דאַכט זיך אַז כ´האָב אים ניט אָנגעקוקט ווײַל כ´האָב באמת ניט געגלייבט אַז ער איז אַ טעראָריסט, ניט געקוקט אויף דער מעגלעכקייט אַז כ´האָב ניט געקוקט אויף אים כּדי אים ניט צו פֿאַרשעמען.

יום שבת, אפריל 24, 2010

א הארץ-רייסנדיקער מדרש פון מדרש רבה פ´ אמור

צדקתך כהררי אל ההרים מעלין עשבים והצדיקים יש להם מעשים טובים

שטעל זיך פאר ווי נעבעכדיק, ייאושדיק ס´איז דאס מדרשל. די צדיקים זיינען בערג: ריזיק גרויס, אייביק, אומשטערבלעך, הררי אל ממש, ניט אפצומעקן פון פני-האדמה, נאר זייערע מעשים-טובים, זייערע אויפטועכצן אויף דער ערד, ווי גראז! וואס בליט און ווערט פארוויאנעט אין א רגע, וואס איז ניטשיק און גרינג אפגעריסן, וואס ווערט פארקוועטשט פון פיקינקערס און עס-יו-וויס. א רחמנות!

יום חמישי, אפריל 22, 2010

מחובר געווארן אויף וועסטמינסטער-בריק

וויליאַם וואָרדסוואָרט, 1850-1770
מחובר געוואָרן אויף וועסטמינסטער-בריק, סעפּטעמבער 3, 1802
אָנגעשריבן זיצנדיק פֿון אויבן אויף אַ קאָטש, אויפֿן וועג קיין פֿראַנקרײַך.

גאָרניט האָט ניט בײַ זיך די ערד מער הערלעך.
אַ קאַלטע נשמה ער וואָס קען פֿאַרבײַ
אָן ייִראת-הכּבֿוד אַזאַ רירנדע ריאה.
אָט אָ די שטאָט גייט שוין אין אַזאַ הילוך:
פֿרימאָרגנדיקע שיינקייט, שטיל און ליידיק
שיף, טורעם, קופּאָל, טעאַטער, טעמפּל - ליגן
אָפֿענע פֿאַר די פֿעלדער און פֿאַרן הימל;
כּולו ליכט און גלאַנץ, די לופֿט אָן רויך.
שוין פֿריִער האָט אײַנגעווייקט די זון
אין עיקר-פּראַכט אירער טאָל און פֿעלדז און באַרג?
קיין מאָל געהערט, געשפּירט טיף אַזאַ רו!
עס שוועבט די טײַך אויף אייגענעם פאַרלאַנג.
גאָטעניו! עס שלאָפֿט אײַן ממש יעדע שטוב
און אײַנגעשטילט ליגט יענע מעכטיק האַרץ!

יום שלישי, אפריל 20, 2010

אַ קראָקאָדיל-פּיגוע (ייִדיש-איבערזעצונג פֿון אסף גברונס ראָמאַן, קאַפּיטל איינס)

כ'בין אײַנגעשטיגן אין דעם נומער 9 פּונקט ווי יעדן אין דער פֿרי, אויפֿן וועג צו דער אַרבעט. קליינער נומער נײַן איז אַ קאַר-סערוויס אַזוי גרויס ווי אַ מיניבוס וואָס פֿאָרט מיטן מאַרשרוט פֿון נומער 9, דעם בוס. ס'איז אַזאַ מין כּילאַים צווישן אַ בוס און אַ קאַר. אַזוי האָסטו די וועלט און יענע וועלט - די באַשטימטער מאַרשרוט און דער ביליקער פּרײַז פֿון אַ בוס, און די פֿלינקקייט און בייגעוודיקייט פֿון קאַר.

זינט די פּיגועים בין איך געפֿאָרן נאָר מיט דער קליינער ליניע נײַן צו דער אַרבעט און צוריק. אַפֿילו אויב ס'איז געקומען דער בוס נומער נײַן פֿאַר דעם קליינעם נומער נײַן, כ'האָב אים געזאָזט פֿאַרבײַפֿאָרן. אַן אויטאָבוס איז צו אַ גרינגער ציל פֿאַר אַ טעראָריסט. ספּעציעל נומער נײַן, תּמיד כּמעט פֿול, און שוין באַקומען אַ פּיגוע. כ'ווייס ניט אויב איך טראַכט טאַקע אַזוי, אָבער דוטשי האָט בײַ מיר אָפּגענומען אַ שבֿועה. כ'האָב אַלע מאָל געמיינט אַז דער קליינער נומער נײַן וועט קיין מאָל ניט באַקומען אַ פּיגוע. ראשית-חכמה, דאָרט קענען זײַן מאַקסימום צען מענטשן, עלף מיטן דרײַווער. צווייטנס, איז דאָ נאָר איין טיר, פֿון פֿאָרנט, און דער דרײַווער עפֿנט און פֿאַרמאַכט פֿאַר יעדן און זעט פּינקטלעך ווער ס'שטײַגט אַרײַן.

יענעם טאָג בין איך אײַנגעשטיגן בײַם געוויינטלעכן פּלאַץ. געווען איז עס אַרום נײַן אַ זייגער אין דער פֿרי. ס'איז געווען אַ ליכטיקע זון פֿון מיטן האַרבסט, געהאָנגען אין דורכזיכטיקע הימלען, און נאַסע בלעטער האָבן צוגעדעקט דעם עוועניו.

מיר זײַנען געווען אין דיזענגאָף גאַס ווען איין אַלטיטשקע האָט זיך געקערט צו מיר און געזאָגט, "זאָג מיר, יענער קוקט דיר ניט אויס פֿאַרדעכטיקט?" אירע אויגן האָבן מיר אָנגעוויזן אויף אַ שוואַרצלעכן בחור. ער האָט געטראָגן אַ באַוולנעם גרויען הוט און געהאַלטן אַן אָנצוג-טאַש. האָב איך איר געזאָגט, "טרײַבט ניט איבער. ער קוקט אויס בסדר."

נאָר כ'האָב אים ווײַטער אָנגעקוקט. געטראַכט, אַז עקספּלאָסיווע פּאַסיקן זײַנען איצט זייער שטיק. זיכער איז אַזאַ עקספּלאָסיווער פּאַסיק עפּעס דין, וואָס זיי לייגן אַרום דעם קערפּער. קען זײַן אַז אין זײַן אָנצוג-טאַש וואָס ער האַלט ליגט ניט קיין אָנצוג נאָר אַן עקספּלאָסיוו פּאַסיק. האָב איך געזאָגט דער אַלטיטשקע: "ס'איז בסדר גמור. זאָרגט זיך ניט."

די אַלטיטשקע האָט אויף מיר אָנגעקוקט מיט אַ זויערער מינע און זיך געקערט צו אַ צווייטן בחור וואָס זיצט לעבן איר. מיר זײַנען געזעסן אין הינטערשטן טייל, און דער בחור וואָס זי האָט אים פֿאַרדעכטיקט איז געזעסן פֿון פֿאָרנט. די אַלטיטשקע האָט עפּעס געשעפּטשעט צום צווייטן בחור, און ער האָט געקוקט אין דער ריכטונג פֿון פֿאַרדעכטיקטן און נאָך אַ סעקונדע געמאַכט איר אַ באַוועגונג אויף "ניין" מיטן קאָפּ און די אויגן, און אַ באַוועגונג פֿון ביטול מיט דער האַנט. איצט בין איך געווען זיכער. סתּם פּאַראַנאָיד. פֿאַר וואָס איז יעדער אַזוי פֿיל פּאַראַנאָיד אין דער מדינה? שוואַרצלעכע קענען שוין מער ניט אַרויף אויף די באָסעס?

עמעצער האָט זיך באַלאָגט אין שײַכות מיט דעם אַז הײַנט איז שטיל ווי אין אַ בית-עולם. אויפֿן ראַדיאָ האָט מען גערעדט וועגן פּיגוע וואָס איז געווען אין וואַדי ערה. די פּאַסאַזשירן האָבן זיך צוגעהערט שטילערהייט. נאָך דעם איז געווען אַ ליד פֿון כוורת, כ'געדענקט ניט וועלכעס.

בײַם ראָג זשאַבאָטינסקי איז אַראָפּגעשטיגן די אַלטיטשקע. זי האָט ניט אײַנגעשטימט מיט אונדזער מיינונג. אויף איר וועג אַרויס האָט זי געלאָזט פֿליִען אַ לאַנגן קוק אויפֿן שוואַרצלעכן מיטן אָנצוג און דעם באַוולנעם הוט. ער האָט זי צוריקגעקוקט. כ'האָב אין יענער רגע ניט געטראַכט אַז זײַן קוק האָט עפּעס געזאָגט. אויב איך וואָלט געמיינט אַז עפּעס שטעקט אין וואָס זי האָט געטאָן, אַז צוליב זיכערהייט וואָלט געווען מיר כּדאַי אַראָפּצושטײַגן, וואָלט איך דאָס אַוועקגעמאַכט תּיכּף-ומיד. כ'האָב ניט געהאַט די צײַט פֿאַר מער זיכערהייט. אפֿשר ווען איך וואָלט געהאַט עטעלכע מינוט אַוועקצוהרגענען וואָט איך אַראָפּגעשטיגן, נאָר כ'האָב ניט געהאַט. ווער האָט יאָ?

דער צווייטער בחור האָט מיר געזאָגט, "עס דריקט מענטשן, האַ?" ער האָט געהאַט אַ בערדל אויפֿן שפּיץ גאָמבע און גרויסע זונברילן, זילבערנע. די האָר זײַנען געווען בײַ אים גאָלדענע, צוריקגעהאַלטן פֿון הינטן מיט אַ סך דזשעל. קול, אין זײַנע אייגענע אויגן כאָטש. אַ שיינע שמייכל. גיורא. איצט ווייס איך. גיורא גואטה, פֿון ירושלים. איצט ווייס איך אַ סך זאַכן. כ'האָב אים געזאָגט, "אַזאַ פּאַראַנויע. מענטשן זײַנען אין גאַנצן משוגע געוואָרן." נאָך עטלעכע סעקונדעס האָ ער געזאָגט, "ער זעט דיר אויס בסדר, אמת?" האָב איך ווידער אָנגעקוקט דעם שוואַרצלעכן. כ'בין ניט געווען זיכער. ווער קען זײַן זיכער? האָב איך געזאָגט, "יאָ, מיט אים איז ניטאָ קיין פּראָבלעם."

גיורא און איך האָבן אַרויסגעקוקט אין דרויסן, יעדער פֿון זײַן פֿענצטער. האַרבסט, אָבער זון. כ'האָב געזען אַן אַדווערטײַזמענט פֿאַרן מוּווי "מאָנסטערס אינק," און אַ קליינע לאַסטאויטאָ פֿון מילך-פּראָדוקטן גד. אַ בוי-אַרבעטער איז אַרויף און געשריגן, "פֿאַר וואָס האָבן זיך די צוויי פֿריִערדיקע ניט אָפּגעשטעלט פֿאַר מיר?" דער אַרבעטער האָט געהאַט צוויי טעכטער. כ'האָב געלייענט וועגן דעם דערנאָך אויף YNET . ער האָט געזאָגט, "געוואַלד, מענטשן, די צײַט איז מיר טײַער." "די צײַט איז אונדז אַלעמען טײַער, זיסקייט," האָט עצעמער אים געענטפֿערט.


המשך קומט אי"ה
אָריגינאַל
דאָ.

וועל איך אַ מאָל זײַן זיכער צי איך זאָל זאָגן הלל מיט אַ ברכה?

סײַ ווי סײַ אַ פֿריילעכן יום-העצמאות. לכּבֿוד יום-טובֿ, מײַן ייִדיש-איבערזעצונג פֿון מגילת-עצמאות.

.די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע פֿון מדינת־ישׂראל (מגילת עצמאות)

פֿון דער אָפֿיציעלער בולעטין פֿון מדינת־ישׂראל, נומ´ 1 פֿינף טעג אין אייר תּשח / דעם 15טן מײַ 1948 תּל־אָבֿיבֿ

די פּראָקלאַמירונג פֿון דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל (הכרזה על הקמת מדינת ישׂראל)

אין ארץ־ישׂראל איז אויפֿגעקומען דאָס ייִדישע פֿאָלק. דאָ האָט זיך אויסגעפֿורעמט זײַן גײַסטיק, רעליגיעז, און פּאָליטיש געשטאַלט. דאָ האָט עס געפֿירט אַ פֿולשטענדיק מלוכה־לעבן. דאָ האָט עס געשאַפֿן נאַציאָנאַלע און אַלגעמיין־מענטשלעכע קולטור־פֿאַרמעגנס און געגעבן דער גאַנצער וועלט דאָס אייביקע „בוך פֿון ביכער."

נאָך דעם ווי דאָס פֿאָלק איז בגוואַלד פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם לאַנד, האָבן זיי עס געהאַלטן טײַער וווּ נאָר זיי זײַנען געווען צעזייט און צעשפּרייט. דאָס פֿאָלק האָט ניט אויפֿגעהערט בעטן דעם אייבערשטן און צו האָפֿן זיך אומצוקערן אין זייער לאַנד און דאָרט צו באַנײַען זייער פּאָליטישע פֿרײַהייט.

צוליב דער דאָזיקער טראַדיציאָנעלער און היסטאָרישער פֿאַרבינדונג האָבן ייִדן זיך געריסן אין יעדן דור זיך אומצוקערן און באַזעצן זיך אין זייער היימלאַנד. אין די לעצטע דורות קערט מען זיך אום מחנותווײַז. חלוצים, אומלעגאַלע אימיגראַנטן (מעפּילים) און באַשיצערס האָבן אויפֿגעהאָדעוועט משפּחות, אויפֿגעלעבט זייער העברעיִשע שפּראַך, אויפֿגעבויט דערפֿער און שטעט, און אויפֿגעשטעלט אַ ייִשובֿ וואָס צעוואַקסט זיך וואָס אַ מאָל גרעסער און באַהערשט זײַן עקאָנאָמיע און קולטור, יאָגט זיך נאָך שלום און פֿאַרטיידיקט זיך אַליין, בענטשט אַלע תּושבֿים פֿון לאַנד מיט דער ברכה פֿון פּראָגרעס, און שטרעבט צו מלוכהשער אומאָפּהענגיקייט.

אין יאָר תרנז (1897) האָט זיך פֿאַרזאַמלט דער ציוניסטישער קאָנגרעס אויפֿן רוף פֿון דער וויזיאָנערישן אָנפֿירער טעאָדאָר הערצל, און האָט קאָנסטאַטירט דאָס רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק אויף נאַציאָנאַלן אויפֿקום אויף זײַן לאַנד.

דאָס דאָזיקע רעכט האָט מען אָנערקענט אין דער באַלפֿור־דעקלאַראַציע פֿון 2טן נאָוועמבער 1917, און באַשטעטיקט דורכן מאַנדאַט אין נאָמען פֿון פֿעלקער־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט צוגעגעבן אַ באַזונדערע אינטערנאַציאָנאַלן כּוח דער היסטאָרישער פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און ארץ־ישׂראל, און צום רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק צו פֿאַרלייגן פֿון דאָס נײַ זייער פֿאָלקסהיים.

דער חורבן וואָס האָט געבושעוועט איבערן ייִדישן פֿאָלק אין דער לעצטער צײַט, אין וועלכן מע האָט איבערגעלאָזט דעם אומקום מיליאָנען אייראָפּעיִשע ייִדן, האָט פֿון דאָס נײַ קלאָר באַוויזן די נייטיקייט פֿון אַ לייזונג אויף דער פּראָבלעם פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס עס פֿעלט אים אַ היימלאַנד און אומאָפּהענגיקייט, דורך דער באַנײַונג פֿון דער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, וואָס וועט ברייט אויפֿמאַכן די טויערן פֿון היימלאַנד פֿאַר יעדן ייִד און וועט צושטעלן דעם ייִדישן פֿאָלק אַ גלײַכבאַרעכטיקטן נאַציאָנאַלן סטאַטוס אין דער ברידערשאַפֿט פֿון פֿעלקער.

די שארית־הפּליטה־ייִדן וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון דעם שרעקלעכן נאַצישן אומקום אין אייראָפּע, ווי אויך די ייִדן פֿון אַנדערע לענדער, האָבן ניט אויפֿגעהערט אומלעגאַל אײַנצווואַנדערן אין ארץ־ישׂראל, ניט געקוקט אויף יעדער שוועריקייט, מניעה און סכּנה, און האָבן ניט אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן זייער רעכט אויף אַ לעבן פֿון כּבֿוד, פֿרײַהייט און ערלעכער האָרעוואַניע אין היימלאַנד פֿון זייער פֿאָלק.

אין דער צווייטער וועלט־מילחמה האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין לאַנד געגעבן צו שטײַער מיט דער פֿולער מאָס צום קאַמף פֿון די לענדער וואָס האָבן געשטרעבט נאָך פֿרײַהייט און שלום קעגן די כּוחות פֿון נאַצישן רשע, און מיט דער בלוט פֿון זייערע סאָלדאַטן און זייער קעמפֿערישן מי געשאַפֿן פֿאַר זיך דאָס רעכט גערעכנט צו ווערן צווישן די פֿעלקער וואָס האָבן פֿאַרלייגט די אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.

דעם 29סטן נאָוועמבער 1947 האָט די פֿאַרזאַמלונג פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער אָנגענומען אַ רעזאָלוציע וואָס האָט גערופֿן צום אויפֿקום פֿון אַ ייִדישער מדינה אין ארץ־ישׂראל. די פֿאַרזאַמלונג האָט געפֿאָדערט בײַ די תּושבֿים פֿון ארץ־ישׂראל, זיי זאָלן אָננעמען די נייטיקע מיטלען פֿון זייער זײַט כּדי אויסצופֿירן די רעזאָלוציע. דאָס דאָזיקע אָנערקענען מצד די פֿאַראייניקטע פֿעלקער פֿון רעכט פֿון ייִדישן וואָלק צו גרינדן זייער מדינה איז ניט בטל צו מאַכן.

דאָס רעכט איז דאָס נאַטירלעך רעכט פֿון ייִדישן פֿאָלק צו זײַן אַ פֿאָלק מיט פֿעלקער צו גלײַך, דער בעל־הבית איבערן אייגענעם רשות אין דער אייגענער סוּווערענער מדינה.

בהסכּם דערמיט האָבן מיר זיך פֿאַרזאַמלט, די פֿאָרשטייער פֿון פֿאָלקסראַט, די רעפּרעזענטאַנטן פֿון ייִדישן ייִשובֿ און דער ציוניסטישער באַוועגונג, אין טאָג פֿון פֿאַרענדיקן זיך פֿון בריטישן מאַנדאַט איבער ארץ־ישׂראל. מיטן כּוח פֿון אונדזער נאַטירלעכן און היסטאָרישן רעכט און אויפֿן יסוד פֿון דער רעזאָלוציע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער, פּראָקלאַמירן מיר דערמיט די גרינדונג פֿון דער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל, מדינת־ישׂראל.

מיר באַשטימען אַז פֿון פֿאַרענדיקן זיך פֿון מאַנדאַט, הײַנט אויף דער נאַכט, פֿרײַטיק צו נאַכטס, זעקס טעג אין אייר תּשח (דעם 15טן מײַ 1948), און ביז דער גרינדונג פֿון די פּאַסיקע, אויסגעקליבענע אויטאָריטעטן פֿון דער מלוכה בהסכּם מיט דער קאָנסטיטוציע וואָס עס וועט אָננעמען די קאָנסטיטוציאָנעלע פֿאַרזאַמלונג ניט שפּעטער ווי דעם 1טן אָקטאָבער 1948 – וועט דינען דער פֿאָקלסראַט ווי דער דערווײַליקער מלוכה־ראַט, און זײַן אויספֿיר־אָפּטייל, די פֿאָלקס־אַדמיניסטראַציע, וועט מיט זיך פֿאָרשטעלן די דערווײַליקע רעגירונג פֿון דער ייִדישער מלוכה, וואָס וועט אָנגערופֿן ווערן בײַם נאָמען ישׂראל.

מדינת־ישׂראל וועט זײַן אָפֿן פֿאַר עלייה און פֿאַר קיבוץ־גלויות; זי וועט שטיצן די אַנטוויקלונג פֿון לאַנד לטובֿת די אַלע תּושבֿים אירע; זי וועט זײַן פֿאַרלייגט אויפֿן יסוד פֿון פֿרײַהייט, יושר און שלום אין ליכט פֿון דער וויזיע פֿון די נבֿיאים פֿון ישׂראל; זי וועט מקיים זײַן פֿולשטענדיקע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע גלײַכבאַרעכטיקייט אַלע אירע בירגער אָן אונטערשייד פֿון רעליגיע, ראַסע און מין; זי וועט פֿאַרזיכערן פֿרײַהייט פֿון רעליגיע, געוויסן, לשון, דערציִונג און קולטור; זי וועט היטן די הייליקע פּלעצער פֿון אַלע רעליגיעס; און זי וועט זײַן געטרײַ די פּרינציפּן פֿון טשאַרטער פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.

מדינת־ישׂראל איז גרייט מיטצואַרבעטן מיט די אינסטיטוציעס און רעפּרעזענטאַנטן פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער כּדי מקיים צו זײַן די רעזאָלוציע פֿון דער פֿאַרזאַמלונג פֿון 29סטן נאָוועמבער 1947, און וועט אַדורכפֿירן די עקאָנאָמישע פֿאַראייניקונג פֿון גאַנץ ארץ־ישׂראל.

מיר רופֿן די פֿאַראייניקטע פֿעלקער צו געבן אַ האַנט דעם ייִדישן פֿאָלק בײַם בויען די ייִדישע מלוכה און אָנצונעמען מדינת־ישׂראל אין דער ברידערשאַפֿט פֿון פֿעלקער.

מיר רופֿן – אין מיטן דער אַטאַקע וואָס מע פֿירט קעגן אונדז במשך די חדשים – צו די אַראַבישע אײַנוווינער פֿון מדינת־ישׂראל צו היטן שלום און אָנטייל צו נעמען אין אויפֿבויען די מדינה אויפֿן יסוד פֿון פֿולער און גלײַכער בירגערשאַפֿט און פֿולער רעפּרעזענטאַציע אין אַלע אירע אינסטיטוטציעס, סײַ דערווײַליקע, סײַ באַשטיייִקע.

מיר שטרעקן אויס די האַנט אַלע שכנישע מלוכות און זייערע פֿעלקער ווי אַן אָנבאָט פֿון שלום און גוטער שכנימשאַפֿט, און מיר רופֿן זיי צו שטעלן קעגנזײַטיקע פֿאַרבינדונגען פֿון אַרבעט און הילף מיטן אומאָפּהענגיקן ייִדישן פֿאָלק אין זײַן לאַנד. מדינת־ישׂראל איז גרייט צו געבן צו שטײַער אין דער צוזאַמענאַרבעט לטובֿת דער אַנטוויקלונג פֿון גאַנצן מיטל־מיזרח.

מיר רופֿן צום ייִדישן פֿאָלק אין אַלע תּפֿוצות זיך צו סאָלידאַריזירן מיט די ייִדן פֿון ייִשובֿ מיט עלייה און אויפֿבוי, און צו שטיין לעבן אונדז אין גרויסן געראַנגל נאָכן קיום פֿון דער דורותדיקן חלום – גאולת־ישׂראל.

מיט בטחון אין דעם פֿעלדז פֿון ישׂראל שרײַבן מיר אונטער מיט אונדזערע חתימות די דאָזיקע פּראָקלאַמירונג אויף דער זיצונג פֿון דערווײַליקן מלוכה־ראַט, אויפֿן באָדן פֿון היימלאַנד, אין דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ, דעם ערבֿ־שבת, פֿינף טעג אין אייר תּשח, דעם 14טן מײַ 1948.

דוד בן־גורין
דניאל אַוסטער
מרדכי בנטובֿ
צחק בן־צבֿי
אליהו בערלין
פּרץ בערנשטיין
הרבֿ וואָלף גאָלד מאיר גראָבאָווסקי יצחק גרינבוים
ד"ר אַבֿרהם גראַנאָווסקי אליהו דאָבקין
מאיר ווילנער־קאָוונער
זרח וואַרהאַפֿטיג
הערצל ורדי רחל כּהן
הרבֿ קלמן כּהנא
סעדיה כּוֹבאַשי הרבֿ יצחק
מאיר לווין מאיר דוד לווינשטיין
צבֿי לוריאַ
גאָלדע מאירסאָן נחום ניר צבֿי סגל
הרבֿ יהודה לייב הכּהן פֿישמאַן
דוד צבֿי פּינקס
אַהרן זיסלינג
משה קאָלאָדני
אליעזר קאַפּלאַן
אַבֿרהם קאַצנעלסאָן
פֿעליקס ראָזנבליט
דוד רמז
בערל רעפּעטור
מרדכי שאַטנער בן־ציון שטערנבערג
בכור שיטריתּ
ֿמשה שאַפּיראַ
משה שרתּוֹק