יום שישי, ספטמבר 22, 2006

אַן אומגעריכטע ווינטשעוואַניע

אַ גוט יאָר!

זאָל אונדזער יהדות דעקן זיך מיט אונדזער מענטשלעכקייט.

יום רביעי, ספטמבר 20, 2006

תהא שנת . . .

סגולת זכויות
סחיטת זיתים
סילוק זעם
סבלנות זרים

אָדער . . .

סופער-זיסקייט
סודותדיקע זאַפטיקייט
סתם-"זוי"

יום חמישי, ספטמבר 14, 2006

אויסגעבראכן די מילחמה

--מע זאל מיך ברענען און בראטן! מע זאל אויפפרעסן מיין פלייש! מע זאל אויפשטעלן א לאגער, מע זאל צונויפזאמלען פאלקן מיט בריגאדן מיט רעגימענטן קעגן מיר! אפילו דער אייבערשטער זאל אויפהייבן קעגן מיר א מילחמה (שטייט דאך אז די מילחמה זאל אליין אויפשטעלן זיך, נאר ווען איז דאס געהערט געווארן אז א מילחמה זאל זיך אליין שאפן?), אויך אין דעם פאל וואל איך ניט מורא האבן. איך וועל זיין זיכער אין דעם!

--אין וואס?

--אה..."אחת שאלתי". לאמיר נאר א פרעג טאן.

ג אִם־תַּֽחֲנֶ֬ה עָלַ֨י ׀ מַֽחֲנֶה֮ לֹֽא־יִירָ֪א לִ֫בִּ֥י
אִם־תָּק֣וּם עָ֭לַי מִלְחָמָ֑ה בְּ֝זֹ֗את אֲנִ֣י בוֹטֵֽחַ׃

אז א מחנה זאל לאגערן אויף מיר,
וועט ניט מורא האבן מיין הארץ.
אז א מלחמה זאל אנשטיין אויף מיר,
בין איך פון דעסט וועגן זיכער.

יום שלישי, ספטמבר 12, 2006

די שׂונאים זיינען ביי דער טיר

ב בִּקְרֹ֤ב עָלַ֨י ׀ מְרֵעִים֮ לֶֽאֱכֹ֪ל אֶת־בְּשָׂ֫רִ֥י
צָרַ֣י וְאֹֽיְבַ֣י לִ֑י הֵ֖מָּה כָֽשְׁל֣וּ וְנָפָֽלוּ׃

תרגום יהואש:

אז די שלעכטטוער גענענען צו מיר
צו עסן מיין פלייש --
מיינע דריקער און מיינע פיינט --
ווערן זיי געשטרויכלט און פאלן.

די דאזיקע צוויי פסוקים זיינען ווידער ניט קיין ריין-ניצחונישע. עס שמעקט מיט אויסגעמיטענעם דורכפאל, מיט ייאוש וואס האט נאר אין דער רגע עפעס אפגעלאזט. מע כאפט אפ דעם אטעם נאר בדרך-כלל ווערט מען געווארגט. והא-ראיה: ס'ווערט שוין אויסגעשטעלט דעם בעל-תהילימס בשׂר -- פלייש! אוודאי איז בשׂר אויך טייטש "קערפער, פלייש" אין אלגעמיינעם זין, נאר איז שווער אין דעם פסוק (וואס נעמט אריין די ווערטער קרב און בשׁר) אפצולייקענען די ריחות פון קרבנות וואס לאזן זיך דערהערן. מיט אנדערע ווערטער: דער נאראטאר איז שוין גרייט אויפן מזבח פון זיינע פיינט, נאר זיי ווערן ניכשל. ניט וואס ער איז אין גאנצן געזונט אדער לעבעדיק, נאר וואס זיי זיינען שוואך און קענען ניט אדורכפירן זייער ניצחון. דער מעסער גליטשט זיי ארויס פון דער האנט בשעת ער ליגט אן א שיץ אויף דער ערד.

ווידער אויך אין די פסוקים ווערט די שלעכטטוער און פליישפרעסער אויך באצייכנט ווי דריקער און פיינט. איז דען נייטיק? פרעגט זיך די קשיא: אפשר זיינען די דאזיקע פליישפרעסער גאר די (פריערדיקע) פריינט דעם בעל-תהילימס, וואס האבן אים פארהפקרט? דערפאר מוזן זיי אזוי אנגערופן ווערן.

יום חמישי, ספטמבר 07, 2006

לדוד ה' אורי

לאמיר זיך באקענען מיטן אנהייב פון דאזיקן מיזמור -- דער 27סטער קאפטיל תהילים, וואס מע זאגט אין דער צייט פון יאר.

א לְדָוִד: יְהוָה, אוֹרִי וְיִשְׁעִי--מִמִּי אִירָא;
יְהוָה מָעוֹז-חַיַּי, מִמִּי אֶפְחָד.

תרגום יהואש:

פון דודן.
גאט איז מיין ליכט און מיין הילף,
פאר וועמען זאל איך מורא האבן?
גאט איז די פעסטונג פון מיין לעבן,
פאר וועמען זאל איך אנגסטן?

(לייענערס וואס קענען זיך טיילן מיטן טייטש וואס מע זאגט אין היינטיקע חדרים ווערן הארציק פארבעטן אריינצושיקן זייערע ווערטער.)

ווי אין אנדערע קאפיטלעך תהילים איז ניט קלאר מיט וועמען מע האט צו טאן ווי דער נאראטאר, דער בעל-תהילים. אויב דוד-המלך, פאר וואס איז נייטיק דער צוגאב "לדוד"? (און, צוריקגערעדט, אויב ניט דוד, איז פאר וואס טאקע אזא צושריפט?) דאס איז איין מאל אוועק. א צווייטע זאך איז אויך ניט קלאר פון די ערטשע פסוקים (וואס ווערט פארגלעט פון תרגום יהואש): צי ווענדט זיך דער בעל-מחבר צום אייבערשטן דירעקט (גאט, מיין ליכט און מיין הילף, אאז"וו), צי דערמאנט ער פשוט גאטס נאמען?

דער עיקר אבער, וואס דער בעל-מחבר איז אריינגעטאן אין פחד און מורא, באלאגערט פון זיינע פיינט. ער זאגט אפ דעם פחד בשעת ער שפירט אים שטארק. ער לויבט גאט ווי א פעסטונג בשעת ער דערזעט שוין די שׂונאשע מיליטער.

דער גאנצער קאפיטל וועט זייין א דראמע, א באלאנץ צווישן פחד און אמונה, מורא און מוט. ס'איז ניט שייך די ימים-נוראים ווייל עס האנדלט זיך דא מיט תשובה-טאן אדער ווידוי. דא האנדלט זיך אין אמתן לעבנס-שרעק וואס יעדער אייינער שפירט מיט ביינער און מוח יעדע רגע, וויפל יארן מ'איז נאר זוכה דערצו. ווער עס וועט געווינען -- מורא אדער מוט - וועלן מיר זען (אדער ניט) ביזן סוף קאפיטל, וואס מיר וועלן אי"ה דורכלערנען ביז ראש-השנה.

יום שלישי, אוגוסט 22, 2006

אויף זינדענבאומער אליי

צוריקגעפאלן אהער
צווישן אייערע זיסע גלידער.
איך -- אייך אנטקעגן
מיט שלשלת-צונג.
איך -- מיט אייך אין איינעם
סיי דעם תשמיש
סיי דער מיטה.

יום שני, אוגוסט 21, 2006

איידס

אן אנהייב אויף וויקיפעדיע.

יום חמישי, אוגוסט 10, 2006

יום שלישי, אוגוסט 01, 2006

אויפן אינטענסיוון אפטייל

(פון א בריוו צו א חבר)

עס גייט.

שוין פארענדיקט איין חודש ביי די מעדיצין-אפטיילן ביים שפיטאל א"נ "טיש", דאס הייסט א פריוואטער שפיטאל ווו די רעזידענטן זיינען ניט די אייגענע בעלי-בתים ווי אין די גרויסע עפנטלעכע שפיטעלער. א חיסרון, נאר כ'האב דארט גוט פארבראכט, כאטש געהארעוועט.

מאנטיק איז געווען מיין ערשט טאג אין אינטענסיוון אפטייל פון וועטעראנען-שפיטאל. כ'בין געווען אויף דער וואך, געמוזט אויפבלייבן די גאנצע נאכט. כ'קען ניט זאגן אז מיינע רעזידענטן (אויפפאסערס) אין דער ראטאציע זיינען סימפאטישע אדער שטיצערישע, נאר מילא. שרעקלעך אינטערעסאנט. אפילו מיר דאכט זיך, אז כ'טויג ניט אויף דער גאנצער ארבעט. צוליב מיינע ליימענע הענט און מין שוואכער ראיה בין איך ניט דער גרעסטער מאדים אויף "פראצעדורן", למשל ציען בלוט, אראפנעמען אן ארטעריע-גאז, אד"גל. פון אריינלייגן א צענטראל-ליניע שוין אפגערעדט. נאר איך וועל זיך צולערנען -- אמת?.

א פאציענט האט מען רחמנא לצלן געמוזט אויפמינטערן אין מיטן נאכט. מע האט אין געפונען א פארחלשטער און גערופן די פיקוח-נפש-מאנשאפט (גערופן א "קאד"). כ'בין געשטאנען ביים חולע און געגעבן שטארקע דרוקן דעם ברוסט. כ'קען ניט זאגן אז ער איז געקומען "צו זיך", ווייל קיין ריטעם איז ביי זיין הארץ ניט געווען פולע פופצן מינוט און זיין מוח גייט כמעט אין גאנצן ניט, נאר ער איז היינט אנגעקומען אויפן אינטענסיוון אפטייל. מע האט אים, מער ווייניקער, צוריקגעבראכט.

קומט אויס, אז על-פי זיינע פארלאנגען, אויסגעדריקטע פריער, האט מען אים ניט געטארט אויפמינטערן אויף אזא אופן, ניט געטארט אים צובינדן צו די טרייבעלעך מיט די מאשינען. איז דאס א ברכה צי א קללה?

אזוי, על-רגל-אחת. איך זע זיך א מאל מיטן משפחהלע. א גרויסע איראניע -- ביים גיין איבער די פאציענטן אויפן "אפטייל" האב איך געזען ווי א פאר קוקן אויף די נייעס . . . וועגן ישראל. שטעל זיך פאר, איך פרווו ארויסהעלפן א חולה-מסוכן מיט זיין נידעריקן בלוט-דרוק בשעת די טרייפענע כלי שרייט וועגן ציווילע קרבנות.

טויט און לעבן אויף טריט און שריט.

יום שבת, יולי 08, 2006

. . . און די חילול-השמס פרוכפערן זיך און מערן

אונטערגעהערט אין שפיטאל:

א דאקטער בעט ביי א יידענע, וואס איר מאמע ליגט אין שפיטאל, דערלויבעניש צו געבן דער פאציענטקע א בלוט-טראנספוזיע.

גיט די יידענע א פרעג:

"צי איז ניט פאראן אזא מין טראנספוזיע, ווו מע גיט יידן נאר בלוט פון אנדערע יידן?"

קאלטבלוטיק קען איך פארשטיין ווי אזוי אזא שיגעון וואלט אויפגעקומען, און דאך איז שרעקלעך פארצושטעלן זיך די השקפה פון אזא מענטש. ניט אמת?

יום שלישי, יוני 27, 2006

איך בין אליין אין צימער

איך בין אליין אין צימער
און איך זוך דיך. כמעט
אליין. דארט ווו דו ביסט
זוך מיך.
איך האב געפרוווט זיין

א נאסע באשעפעניש
א יוצא-וניכנס
ביי סכנה און אנטוישונג.

כ'האב צו פיל. באווייזן מרה-שחורה
קען איך ניט. איך וויל זיין
גליקלעך, וועלט -- גוט

מארגן. בלייב ניט ווייט
פון מיר. איך בין גליקלעך.

איך האב ניט דערמאנט מיין אימת-מוות
און איך האב ניט געוויינט.

יום שישי, יוני 23, 2006

חילול-השם אויף פיר פיס און צוויי

איך בין שטאלץ פון מיין באוועגונג, ד"ה די קאנסערוואטיוון, וואס נעמט שריט אויסצופארשן דעם חילול-השם וואס מע באגייט ביים אגרי-פראסעסארס-שעכטהויז אין אייאווא. און איך ווונדער זיך וויייטער, הלמאי דער "א-יו", וואס איז אזוי מקפיד אין אלץ, איז דווקא מקיל ווען עס גייט די רייד וועגן גויישע ארבעטער. הגר והאזרח?

(זייט מוחל פאר דער טיפאגראפישער ניט-אויסגעהאלטנקייט, נאר כ'האב זיך נאר וואס געקויפט א מעק און עפעס איז דער מער מיט די ייווא-פינטעלעך. איר האט אן עצה?)

יום שבת, יוני 17, 2006

פֿיר אויס

פֿיר אויס, יצר.
מיט אבֿר אין איינעם
זאָל זײַן געעבֿירהט.
כ´בין אַ מילגרוים
פֿול מיט זרע. מײַן סיביר
איז די זון־געשׂרפֿעטע
זומערטעג.
אין גלות
ברענג מיר זונשמירעכץ
און נשים.

יום חמישי, יוני 08, 2006

דער ווילנער שוטה

וויל נאָר, וועסט ווערן אַ שוטה.

פֿון לימענעס מאַכט לימענאַדע

אין הײַנטיקן פֿאָרווערטס גייט מײַנער אַן אָפּרוף אויף שיקל פֿישמאַנס אַן אַרטיקל. מע האָט אומברחמנותדיק רעדאַקטירט, ברענג איך דאָ מײַן גאַנצע אַריכות.
פֿענצטערס פֿון ייִדיש־געלעגנהייט
אַן אָפּרוף פּראָפֿ´ שיקל פֿישמאַן

אין דעם פֿאָרווערטס פֿון פֿינפֿטן מײַ, אין זײַן שטענדיקן רובריק, לאָזט אויס שיקל פֿישמאַן שוין ווידער אַ קול־קורא. די ייִדישע וועלטלעכקייט שטייט פֿאַר אַ סכּנת־נפֿשות. (ער האַלט אויך אַז די וועלטלעכע ייִדישקייט איז געפֿערלעך קראַנק, נאָר דאָס האַלט ער פֿאַר אַ קומעדיקן קאָלום.)

איך דאַרף מודה־ומתוודה זײַן אַז ד"ר פֿישמאַן (אָדער, ווי כ´וואָלט אים גערופֿן אין אַ מער ייִדישלעכן קאָנטעקסט, ר´ שיקל) איז געווען צווישן די סאַמע פֿריִסטע בעלי־משפּיע אויף מײַן וועגן צו ייִדישקייט און ייִדיש־שפּראַכיקייט – כאָטש דאָס איז ווייניק שײַך. מוז מײַן צוגאַנג צו זײַנע געדאַנקען זײַן אײַנגעזאַפּט ניט נאָר מיט דרך־ארץ נאָר אויך – מיט ייִראת־הכּבֿוד. צוריקגערעדט אָבער איז די תּורה פֿון ייִדישער וועלטלעכקייט צו וויכטיק, און די הײַנטיקע מערכה צו אַ ביטערע, מע זאָל פֿאַרשווײַגן ערנצטע חילוקי־דעות. אַדרבא, תּורה היא וללמוד אַני צריך. די וויכטיקסטע פֿראַגעס מוז מען אָפֿן דיסקוטירן, אַפֿילו אָן מורא פֿאַר אומדרך־ארץ.

ווײַל דער אמת איז אַזאַ: די געפֿאַרן וואָס שיקל פֿישמאַן זעט אויפֿן באָדן פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער וועלטלעכקייט קען מען אויך טײַטשן ווי געלעגנהייטן, פּאַסיקע פֿענצטערס וואָס קוקט אַרויס אויף אַ נײַעם מאָרגן. מיר וועלן איינציקווײַז אַרומרעדן ווי אַזוי די חיסרונות וואָס פֿישמאַן דערמאָנט קענען אפֿשר איבערגעטײַטש אָדער באַאַרבעט ווערן ווי פּאָטענציאַלע איניציאַטיוון.

ליטעראַטור.

פֿישמאַן גיט צו וויסן, אַז ער מיט זײַן פֿרוי האָבן דעם שיינעם מינהג פֿון לייענען אַ ייִדיש־בוך יעדער שבת בײַ טאָג, און לעצטנס איז ניטאָ קיין סך וואָס צו לייענען. יעדער ווייסט אַז דער אַלגעמיינער פֿאַקט, אַז ווייניקער ביכער ווערט אַרויסגעגעבן יאָר־אײַן יאָר־אויס, איז ניטאָ אָפּצופֿרעגן. ס´איז אַן אָנגעיינדיקע ליטעראַרישע טראַגעידע וואָס מיר זײַנען מסתּמא ניט מסוגל אָפּצושטעלן. צוריקגערעדט אָבער קומט אויף, אין איין צײַט, אַ נײַע ליטעראַטור, וואָס מע קען מסתּמא ניט לייענען שבת בײַ טאָג – און אויב שוין יאָ, נאָר אַרויסגעדרוקטערהייט. די רייד גייט וועגן די קירצערע זשאַנערס וואָס זײַנען באַשאַפֿן געוואָרן, ממש יש מאַין, במשך די לעצטע צען יאָר אַ דאַנק דעם אינטערנעט: בלאָגס, פּאָסטס (קירצערע שריפֿטן) אויף אינטערנעץ־שמועס־פֿאָרומס, אד"גל. די דאָזיקע זשאַנערס זײַנען פּאָפּולער, ניט עסטעטיש געשליפֿן, און וועלן מסתּמא ניט דערפֿירן צו קיין ווידער־אויפֿלעבונג פֿון בוכפֿאָרעמדיקער ליטעראַטור. ס´איז אָבער אַ טעות אָפּצושאַצן אַלץ לויט די קריטעריעס פֿון דער בוך־ליטעראַטור, ווײַל די קירצערע פֿאָרמעס האָבן זייערע אייגענע, גאָר באַזונדערע מעלות.

דאָ איז ניט דער פּלאַץ אַרײַנצוגיין אין אַ דיסקוסיע, וועלכע מדרגה אָדער זשאַנער ליטעראַטור איז „בעסער“ צי „ערגער“. אַזוי שפּעט אין דער געשיכטע פֿון ליטעראַרישער טעאָריע דאַרף מען סײַ ווי שוין אײַנזען, אַז אַ סך סתּירות באַלאַגערן אַזאַ צוגאַנג. לאָמיר פּשוט מודה זײַן, אַז דער דורכפֿאַל פֿון דער ייִדישער ביכער־פראָדוקציע איז אַ טראַגעדיע, נאָר פֿרייד קען מען אויך געפֿינען אין הײַנטיקן, פֿאַרצווײַגטן־פֿאַרוועבטן ייִדיש וואָרט. מע דאַרף כּסדר האַלטן פֿאַרן אויג ניט נאָר דער פֿאַרנעם פֿון דער אַבֿידה, נאָר אויך דאָס חשיבֿות פֿון די מעגלעכקייטן וואָס שטייען אונדז פֿאַר.

סאָציאַליזם

פֿישמאַן באַמערקט ווײַטער אַז דער סאָציאַליזם איז אַ מאָל געווען געקניפּט און געבונדן מיט דער ייִדישער וועלטלעכקייט. פֿאַרן מחבר פֿון די שורות, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ סבֿיבֿה וואָס האָט ניט געלייגט דעם מינדסטן טראָפּ אויפֿן סאָציאַליזם, און – דערצו נאָך – אין אַן אַמעריקע וווּ אַפֿילו דאָס פּאַרעווע „ליבעראַל“ איז געוואָרן אַ גראָב וואָרט, איז שווער צו פֿאַרשטיין ווי מע קען זיך שטאַרק פֿאַרבענקן נאָך אַזאַ באַגריף. מסתּמא איז פֿישמאַן יאָ גערעכט, וואָס פֿאַר די וואָס זײַנען געשוווּמען אין ים פֿון אַמאָליקער וועלטעכקייט, איז אַזאַ אַבֿידה אַ שטאַרקער קלאַפּ. פֿאַרן נײַעם דור אָבער איז פּאָליטיק בכלל ניט דער פֿאַרכאַפּנדיקע לעבנספֿראַגע וואָס אַ מאָל. מע וואָלט אַפֿילו געקענט זאָגן, אַז פּאָליטיק איז נאָר איין נייטיקער עלעמענט פֿאַר אַ קולטורעלע באַוועגונג, און – נאָך מער – אַן עלעמענט וואָס קען זיך בײַטן לויטן פֿאַרלאַנג און צוגאַנג פֿון יחיד אָבער סובקולטור אין וועלכער מע געפֿינט זיך.

ווי אַ מיטגליד פֿון אומוויסיקן ייִנגערן דור, קען איך זאָגן אַז נאָכן סאָציאַליזם בענקט זיך ניט. אויף זײַן אָרט אָבער געפֿינט זיך אַ פֿאַשידן־מיניקער „מולטי־פּאָליטיקיזם“ וואָס קען צושטעלן – ווידער – נאָך מער געלעגנהייטן פֿאַר דער ייִדישער וועלטלעכקייט פֿון מאָרגן.

ייִדיש

דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. פֿאַראַן הײַנט ווייניקער ייִדיש־רעדערס וועלטלעכע ייִדן ווי ווען עס איז. דאָס איז אַוודאי אַ מציאות ניט אָפּצופֿרעגן. פֿונדעסטוועגן, און בהסכּם מיטן טאָן פֿון די דאָזיקע באַמערקונגען, קען מען זאָגן אַז דער חובֿבֿ־ייִדיש שטייט פֿאַר אַ פּאָר נײַע, ממש ניט־פֿאָראויסזעעוודיקע אַנטוויקלונגען – ברייטע, ליכטטיקע פֿענצטערס פֿון געלעגנהייט. דאָס ערשטע, פֿאַרשטייט זיך, איז דאָס צעוואַקסן זיך (און דאָס פֿאַרצווײגן זיך) פֿון אַ טויזנטער־קעפּיקן ציבור חסידים געבוירענע (און „געבערנדיקע“) ייִדיש־רעדערס. איז דאָס דען ניט אַ פֿאַנטאַסטישע סיבה אָנצוּווענדן אַ נײַעם קוק אויף אונדזער ייִדיש־אַרום?

והשנית, און מער קאָנטראָווערסיעל, דאַרף מען ערנצט באַטראַכטן דעם פֿאָרלייג פֿון דזשעפֿרי סאַנדלער אין זײַן נאָוואַטאָריש בוך „אַוואַנטורעס אין ייִדישלאַנד“, וואָס דער הויפּט־חידוש דערפֿון קען אויסזען, אין פֿלוג, גאָר אַן אַנטוישונג: אַז מיר לעבן שוין וואָס שײַך ייִדיש אין אַ „פּאָסט־ווערנאַקולאַרער“ תּקופֿה, ווען דאָס רעדן ייִדיש איז ווייניקער וויכטיק, ווי דער ייִדיש־באַגריף אַליין.

אַרום און אַרום, צווישן די צוויי לכאורה־סתּירותדיקע טענדענצן, ווי יכין און בועז פֿון אַמאָליקן בית־המקדש, קען מען אויפֿבויען אַ ייִדישיזם וואָס שעפּט פֿון ביידע – סײַ פֿון דער זיכערקיייט און נאַטירלעכקייט פֿון אַ גערעדטן ייִדיש, סײַ פֿון דער אָפֿנקייט און מאָדערנקייט פֿון ייִדיש ווי אַ באַגריף.

סך־הכּל

דער סך־הכּל איז . . . אַז דער סך־הכּל איז נאָך ניט אונטערצוציִען. מע דאַרף אָבער געדענקען, אַז איין מענטשס קריזיס קען זײַן דער געלעגנהייט פֿון אונטערוואַקסנדיקן דור. לאָמיר האָפֿן, אַז סײַ דעם געלעכערטן מויער, סײַ די אָפֿענע פֿענצטערס וועט מען ניט פֿאַרקוקן.

דיכטער־שמיכטער

אָדער, אַ גרויסער פֿאַס פֿאַרצווייפֿלונג

איר ווייסט אַז איך בין אַ ייִדיש־פּאָעט. ווי צייטלין האָט געשריבן: אַ ווערטער־בעטלער אויף דער וועלטס בית־עולם. הײַנט איז דער בית־עולם גרעסער און די נדבֿות – ווייניקער. נאָר ניט דאָס בין איך אויסן. דאָס ערגסטע גייט ניט אין דעם, וואָס די לייענערס זײַנען ווייניק. איך פֿיל זיך נאָענט צו זיי – צו אײַך – און דער בלאָג דערמעגלעכט אַזאַ נאָענטקייט וואָס איז אין־לשער. עס גייט אויך ניט אין דעם, וואָס מיר פּאָעטן זײַנען אַ פֿאָלק צעזייט און צעשפּרייט, וואָס קוים איין מאָל אַ יאָר רעדן מיר איינער מיטן צווייטן.

ניין, דער גרעסטער חסרון איז דאָס, וואָס עס פֿעלט מיר קריטיק. איך האָב אַזאַ חבֿר, אַ וווילער, אַ קלוגער, אַ פּאָעט. ער האָט זיך אָנגעלייענט, ער איז אַ גראַדויִר־סטוענט אין דעם פֿעלד. ער איז אַרײַנגעטאָן אין דער ענגליש־פּאָעזיע־וועלט מיט לײַב און לעבן. און ווען איך לייען אים פֿאָר אַ ליד, ווייסט ער וואָס צו זאָגן.

דאָס הייסט, אַז ער רײַסט אַראָפּ מיט אַ קנאַק. ער זאָגט, ווען ס´איז דרעק.

ווען ייִדיש־פּאָעטן קומען זיך צונויף? ס´איז פּאַרעווע שמייכלען און וואָס־הערט־זיכס, גוט־אײַך־צו־זענס און ווי־אינטערעסאַנטס. אַאַאַאַאַ . . . כ´ווער אַנטשלאָפֿן.

וואָס וויל איך? איך וויל הערן: „מײַן שיטה איז בעסער. זײַנס איז ניט ווערט קיין אַרויסגעוואָרפֿענע צײַטונג.“ איך וויל הערן, „זי איז סימפּאַטיש נאָר אירע לידער טויגן ניט.“ איך וויל הערן: שלום בערגער? פֿע! זײַנע לידער? צווייט־ראַנגיקע.

און מיט איין וועגס וויל איך אָנווײַזונגען, ווי אַזוי כ´קען זיי פֿאַרבעסערן.

איך וויל עצות – שטאַרקע, אומפּשרותדיקע – וועגן וואָס איך זאָל טאָן כּדי צו שטײַגן אין חכמת־הפּאָעזיע.

צום בײַשפּיל: זאָל איך אַרויסגעבן מײַן ערשט „ביכל“ נאָר אויפֿן אינטערנעט? אָדער ווי אַן אמת ביכל? דעם צווייטן פֿעלט חשיבֿות – נאָר אויך לייענערס.

קול קורא במדבר: חבֿרה, איר זײַט אין דער היים?

יום שני, יוני 05, 2006

דער נאָבעל און מערבֿ־אויסטראַליע

די מעשׂה איז אַזוי: צוויי וויסנשאַפֿטלערס האָבן פֿאָרגעלייגט אַ טעאָריע וואָס זייערע קאָלעגעס האָבן געהאַלטן פֿאַר שטות. ווי אַזוי האָבן זיי געפֿונען אַ תּיקון?

מײַן נײַ שטיקל פֿאַר דער אַלגעמיינער. צום באַדויערן איז דער טעקסט פֿאַרגרײַזט, נאָר איר קענט דורכאַקערן אויב איר האָט געדולד.

יום שישי, מאי 26, 2006

אַ פֿריילעכן יום ירושלים

כאָטש איך בין ניט זיכער פֿאַר וואָס.

ס´איז אזוי. כ´שטיץ מדינת־ישׂראל בכלל. (איך האַלט זיך ניט פֿאַר קיין ציוניסט, ווײַל כ´וווין ניט אין ישׂראל. כ´בין גיכער אַ שטאָלצער גלותיסט.) כ´האַלט אויך אַז די ווידער־פֿאַראייניקונג פֿון ירושלים איז געווען אַרום און אַרום אַ פּאָזיטיווע זאַך.

נאָר אַ נס? דאָס ווייס איך ניט. אײַ, וואָס אַ גרויסע צאָל חשובֿע רבנים, סײַ אין 1967, סײַ הײַנט, האַלטן עס פֿאַר אַ נס? עס שיקט זיך אָבער אַז אין יענע צײַטן פֿון נײַ־אויפֿגעקומענעם נאַציאָנאַליזם, האָט מען געלאָזט פֿאַרמישן די יוצרות – מיליטערישע הצלחה מיט אַ נס־מן־השמים. און לע"ד זײַנען דאָס געפֿערלעכע יוצרות צו מישן, ווי פֿײַער און בוימל.

האַלט איך ניט אַז יעדע הצלחה פֿון דער מדינה איז אַ נס, פּשוט דערפֿאַר, וואָס די מדינה איז אַ ייִדישע.

צוריקגערעדט, איז שוין אַן אײַנגעפֿירטע זאַך אין מײַן קהילה צו פּראַווען יום ירושלים. האָב איך הײַנט געזאָגט הלל . . . אָן אַ ברכה.

יום שלישי, מאי 23, 2006

אָן קאָמענטאַרן. ממש אָן קאָמענטאַרן.

מיטוואָך אויף „אָפּראַ“
(פֿיר נ"מ, איי. בי. ס.)
אָפּראַ פֿאָרט מיט אלי וויזעל אין אוישוויץ.

וואָס הערט זיך? מע שערט זיך

כ´האָב קיין מאָל ניט געטרוימט אַז מײַן גאָלן זיך וועט זײַן נײַעס פֿאַר דער גאַנצער וועלט.