יום שבת, יולי 08, 2006

. . . און די חילול-השמס פרוכפערן זיך און מערן

אונטערגעהערט אין שפיטאל:

א דאקטער בעט ביי א יידענע, וואס איר מאמע ליגט אין שפיטאל, דערלויבעניש צו געבן דער פאציענטקע א בלוט-טראנספוזיע.

גיט די יידענע א פרעג:

"צי איז ניט פאראן אזא מין טראנספוזיע, ווו מע גיט יידן נאר בלוט פון אנדערע יידן?"

קאלטבלוטיק קען איך פארשטיין ווי אזוי אזא שיגעון וואלט אויפגעקומען, און דאך איז שרעקלעך פארצושטעלן זיך די השקפה פון אזא מענטש. ניט אמת?

6 תגובות:

  1. דווקא יא אמת. אבער אויב די דאזיגע פרוי קומט פון א געוויסער באשטימטער שטרעמונג פון אידישן פאלק, וואלט איך עס נישט אנגעקוקט אזוי "שרעקליך". פשוט: עס פאסט זייער גוט אריין אין יענעם באשטימטן וועלט-אויסקוק - און איז דווקא נישט אונטערגעבעט מיט שאוויניזם אין געווענליכן זין פון ווארט.

    שרעקליך איז דאס טפשות פון דער דאזיגער פרוי פון נישט פארשטיין דעם מינימום אז מען האלט זיך דאס פיסק.

    השבמחק
  2. איז זייער וועלט-אויסקוק א פאלשער.

    השבמחק
  3. אמת, נאר מיט א קליינער מאדיפיקאציע: "איז זייער וועלט-אויסקוק, ווי געזען פון מיין וועלט אויסקוק, א פאלשער."

    השבמחק
  4. אינטערעסאנט. א פרומער ייד א ראדיקאלער רעלאטיוויסט.

    השבמחק
  5. לאוו דווקא. יא, כ'בין א פרימער איד. און יא, כ'בין א ראדיקאלער רעלאטיוויסט - אבער בלויז אויף אזוי פיל ווי פארשטיין אנדערע מהלכים, אריינגערעכנט א מהלך וואס פארשטייט נישט מיין מהלך.

    השבמחק
  6. געפילט פיש10:58 לפנה״צ

    איך קלער נישט אז מען איז ראוי זיך צו באטראכטן אלס ראסיסט נאר ווייל מען באגערט צו האלטן די פאמיליע צו איין באשטימטע ראסע. אויך נישט ווייל מען האלט אז פרעמדע בלוט אסימילירט ראסן.
    ראסיזם, לויט מיין אפטייטש, איז סיי וואסערע באשלוסן געפאסט אויפן באזיס פון ראסע, סיידן עס בארירט דאס עצם עקזיסטענץ פונם מענטש, אדער א טייל פונעם מענטש, אדער א טייל פונעם מענטשהייט, דאס הייסט דאס ריינקייט פון זיין פאלק, אדער אז ער האלט אזוי.
    בן עמי: אויב זי וועט זיך האלטן דאס פיסקל וועט איר באגער נישט פארפולקאמט ווערן. מען דארף אבער פארמאגן אביסל שכל ווי צוזאגן דאס אומזאגבארע. נו, טפשות איז נישט קרימינאל.

    השבמחק