יום שלישי, אוגוסט 01, 2006

אויפן אינטענסיוון אפטייל

(פון א בריוו צו א חבר)

עס גייט.

שוין פארענדיקט איין חודש ביי די מעדיצין-אפטיילן ביים שפיטאל א"נ "טיש", דאס הייסט א פריוואטער שפיטאל ווו די רעזידענטן זיינען ניט די אייגענע בעלי-בתים ווי אין די גרויסע עפנטלעכע שפיטעלער. א חיסרון, נאר כ'האב דארט גוט פארבראכט, כאטש געהארעוועט.

מאנטיק איז געווען מיין ערשט טאג אין אינטענסיוון אפטייל פון וועטעראנען-שפיטאל. כ'בין געווען אויף דער וואך, געמוזט אויפבלייבן די גאנצע נאכט. כ'קען ניט זאגן אז מיינע רעזידענטן (אויפפאסערס) אין דער ראטאציע זיינען סימפאטישע אדער שטיצערישע, נאר מילא. שרעקלעך אינטערעסאנט. אפילו מיר דאכט זיך, אז כ'טויג ניט אויף דער גאנצער ארבעט. צוליב מיינע ליימענע הענט און מין שוואכער ראיה בין איך ניט דער גרעסטער מאדים אויף "פראצעדורן", למשל ציען בלוט, אראפנעמען אן ארטעריע-גאז, אד"גל. פון אריינלייגן א צענטראל-ליניע שוין אפגערעדט. נאר איך וועל זיך צולערנען -- אמת?.

א פאציענט האט מען רחמנא לצלן געמוזט אויפמינטערן אין מיטן נאכט. מע האט אין געפונען א פארחלשטער און גערופן די פיקוח-נפש-מאנשאפט (גערופן א "קאד"). כ'בין געשטאנען ביים חולע און געגעבן שטארקע דרוקן דעם ברוסט. כ'קען ניט זאגן אז ער איז געקומען "צו זיך", ווייל קיין ריטעם איז ביי זיין הארץ ניט געווען פולע פופצן מינוט און זיין מוח גייט כמעט אין גאנצן ניט, נאר ער איז היינט אנגעקומען אויפן אינטענסיוון אפטייל. מע האט אים, מער ווייניקער, צוריקגעבראכט.

קומט אויס, אז על-פי זיינע פארלאנגען, אויסגעדריקטע פריער, האט מען אים ניט געטארט אויפמינטערן אויף אזא אופן, ניט געטארט אים צובינדן צו די טרייבעלעך מיט די מאשינען. איז דאס א ברכה צי א קללה?

אזוי, על-רגל-אחת. איך זע זיך א מאל מיטן משפחהלע. א גרויסע איראניע -- ביים גיין איבער די פאציענטן אויפן "אפטייל" האב איך געזען ווי א פאר קוקן אויף די נייעס . . . וועגן ישראל. שטעל זיך פאר, איך פרווו ארויסהעלפן א חולה-מסוכן מיט זיין נידעריקן בלוט-דרוק בשעת די טרייפענע כלי שרייט וועגן ציווילע קרבנות.

טויט און לעבן אויף טריט און שריט.

2 comments:

  1. געפילט פיש2:44 אחה״צ

    א וועטעראנען שפיטאל האט איר געזאגט? הייסט עס אז איר ראטעוועט מיליטערלייט בעת ציווילע ווערן ערמארדעט
    איראניש?
    פיל גרעסער איז די אירעניע אז מיליטערלייט געפונען זיך אינדערהיים בעת ציווילע אויפן שלאכטפעלד

    השבמחק
  2. כ'האב זיך ניט ספעציעל גוט אויסגעדריקט. די איראניע שטעקט אין דעם, וואס א חולה-מסוכן זאל זיך דווקא אינטערעסירן מיט די יסורים פון ישראל און לבנון.

    השבמחק