לאמיר זיך באקענען מיטן אנהייב פון דאזיקן מיזמור -- דער 27סטער קאפטיל תהילים, וואס מע זאגט אין דער צייט פון יאר.
א לְדָוִד: יְהוָה, אוֹרִי וְיִשְׁעִי--מִמִּי אִירָא;
יְהוָה מָעוֹז-חַיַּי, מִמִּי אֶפְחָד.
תרגום יהואש:
פון דודן.
גאט איז מיין ליכט און מיין הילף,
פאר וועמען זאל איך מורא האבן?
גאט איז די פעסטונג פון מיין לעבן,
פאר וועמען זאל איך אנגסטן?
(לייענערס וואס קענען זיך טיילן מיטן טייטש וואס מע זאגט אין היינטיקע חדרים ווערן הארציק פארבעטן אריינצושיקן זייערע ווערטער.)
ווי אין אנדערע קאפיטלעך תהילים איז ניט קלאר מיט וועמען מע האט צו טאן ווי דער נאראטאר, דער בעל-תהילים. אויב דוד-המלך, פאר וואס איז נייטיק דער צוגאב "לדוד"? (און, צוריקגערעדט, אויב ניט דוד, איז פאר וואס טאקע אזא צושריפט?) דאס איז איין מאל אוועק. א צווייטע זאך איז אויך ניט קלאר פון די ערטשע פסוקים (וואס ווערט פארגלעט פון תרגום יהואש): צי ווענדט זיך דער בעל-מחבר צום אייבערשטן דירעקט (גאט, מיין ליכט און מיין הילף, אאז"וו), צי דערמאנט ער פשוט גאטס נאמען?
דער עיקר אבער, וואס דער בעל-מחבר איז אריינגעטאן אין פחד און מורא, באלאגערט פון זיינע פיינט. ער זאגט אפ דעם פחד בשעת ער שפירט אים שטארק. ער לויבט גאט ווי א פעסטונג בשעת ער דערזעט שוין די שׂונאשע מיליטער.
דער גאנצער קאפיטל וועט זייין א דראמע, א באלאנץ צווישן פחד און אמונה, מורא און מוט. ס'איז ניט שייך די ימים-נוראים ווייל עס האנדלט זיך דא מיט תשובה-טאן אדער ווידוי. דא האנדלט זיך אין אמתן לעבנס-שרעק וואס יעדער אייינער שפירט מיט ביינער און מוח יעדע רגע, וויפל יארן מ'איז נאר זוכה דערצו. ווער עס וועט געווינען -- מורא אדער מוט - וועלן מיר זען (אדער ניט) ביזן סוף קאפיטל, וואס מיר וועלן אי"ה דורכלערנען ביז ראש-השנה.
יום חמישי, ספטמבר 07, 2006
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה