יום שני, פברואר 09, 2009

דער גאָרטן פֿוּן צען טויזנט ביכער

בין איך דער לעצטער אין דער וועלט געווויר צו ווערן, אַז אַמהערסט האָט אויפֿגעלאָדן טויזנטער ביכער אויף ייִדיש בחינם אויפֿן אינטערנעט? זאָל זײַן. דער פֿרייד פֿאַרשווענקט דאָס געפֿיל פֿון אומאינפֿאָרמירטקייט. עס געפֿעלט מיר שטאַרק די רשימה פֿון די אָפֿט אָפּגעלאָדענע ביכער, אַזאַ מין בעסטסעלערס וואָס מע האָט ניט געסעלט.

עטלעכע באַמערקונגען:

א. ווער זײַנען די אָפּלאָדערס, און ווער באַקומט די מאָדנערע ברירות אויפֿן מעניו? יהואש ווי יהואש, נאָר פֿאַר וואָס 52 אָפּלאָדונגען פֿאַר משה נאַדירס אין ווילדן ווערטערוואַלד? מסתּמא אַ קלאַס, נאָר וועלכער קלאַס לערנט דאָס געשלעכטס-לעבן?

ב. ווער זײַנען די הויפּט-באַניצערס פֿון דאָזיקן רעסורס? מסתּמא פֿאָרשערס, די זעלבע וואָס באַניצן זיך מיט די גרויסע אַקאַדעמישע ביבליאָטעקן, מיט אַ בינטל שאר-ירקות (די וואָס ווילן לייענען וועגן סעקס אָדער שאַך).

ג. אַוודאי וועלן זײַן די, וואָס טענהן אַז אַזאַ אוצר שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקע געלעגנהייט אויפֿצולעבן די ייִדישע ליטעראַטור בײַם סתּם לייענער. צום באַדויערן, ס'איז ניט וואָס דער ריזיקער נאָכפֿרעג נאָך, למשל, שלום-עליכמס ווערק האָט מען ניט געקענט באַפֿרידיקן ביז ס'איז אונטערגעקומען אַן אַמהערסט אויף דער וועלט. גאַנץ פּשוט: מע לייענט ווייניק ייִדישע ביכער, און מע וועט מן-הסתּם ניט לייענען מער צוליב דער גרויסער עפֿנטלעכער זאַמלונג. נאָר די וואָס ווילן יאָ לייענען וועט זיי אָנקומען גרינגער צו געפֿינען.

ד. איך וויל פּרוּוון בלאָגן וועגן ביכער וואָס וועקן אויף מײַן נײַגער.

ה. אָ דאָנק ביכער-צענטראַלע! איר האָט זיך אויסגעקויפֿט פֿון מײַן סקעפּטיציזם.

3 תגובות:

  1. אנונימי11:46 לפנה״צ

    איר האט א גרויסען טעות ר' שלום, עס וואקסט אינטער א דור פון צענדליגער טויזנעטער יידיש רעדענדע, לויט געוויסע שאצונגען האלט מען שוין היינט צו טאג בא א האלב מיליאן, כן ירבו.
    מיר איז בכלל זייער אינטערסאנט, כמעט יעדע וואך זעה איך אין פארווערטס הספידים און געוויינערייען אויף די "יידישע" שפראך (אדער אידיש, וויאזוי איר ווילט), און מען מאכט זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די טויזענטער יידען (יא! חרדישע), וואס דאס איז זייער שפראך, מיט דעם שטייען זיי אויף, און מיט דעם אטמען זיי, די צענדליגע זשורנאלן וואס ערשיינען יעדע וואך, און די טויזענטער ביכער וואס ווערן ארויסגעגעבן, אלעס על טהרת יידיש, נו וואס איז די געוויינעריי.
    איך זעה טאקע נישט קיין צוקונפט פאר די יידישע טעאטער, אדער פאר שלום עליכם, מיט אש, רייזען, צאנין. אבער פאר יידיש יא, אויסדריקלעך יא. עס קען זיך מאכן, אז אונזערע נייגעריגע, אזוי ווי איך, וועלן הנאה האבן פון די ביכער, אבער נישט אויף צו מאכן דערפון א רעליגיע. יידיש יא, יידישיזם נישט.
    א דאנק

    השבמחק
  2. מסכים. זיך שלעכט אויסגעדריקט וטעות לעולם חוזר. כ'מאך חלילה ניט אוועק די חרדישע וועלט און איר לעבעדיקע, פילפארביקע, צאפלדיקע יידיש. כ'האב גאר אפט דא געבלאגט וועגן דער וויכטיקייט און מכריעדיקייט פון זייער/אייער (און אין תוך, אויך אונדזערער) קהילה. די היינטיקע חסידישע ליטעראטור האט א ווערט און א האפט וואס וועט נאך בליען לאנגע יארן. זייט מיר מוחל פארן גרייז.

    צוריקגערעדט איז אויך אמת אז די ליטעראטור ארומגעכאפט פון דערמאנטן ארכיוו איז גרונטיק א וועלטעכע, און קיין נייע לייענערס וועלן ניט צוקומען צוליב דעם, ניט פון דער חסידישער וועלט און ניט פון די יידישיסטן. דאס בין איך געווען אויסן, ניט קיין ביטול אויפן אדרעס פון קיינעם.

    א דאנק!

    השבמחק
  3. כ'דארף אויך זאגן צום וויפלטן מאל אז כאטש כ'שטיץ שטארק אן ארנטלעכע אפשאצונג פון דער וויכטיקייט פון חסידישן סעקטאר, מוז איך זיך אלייין פונאנדערגיין מיט זייער השקפה סיי שייך לשון און ליטעראטור, סיי שייך יידישקייט און וועלטס-חכמה. דרך ארץ יא, נאר ארנטלעכע חילוקי-דעות - דאס אויך!

    השבמחק