יום שני, ינואר 26, 2009

מער וועגן שניי

אַ ווילדע פּערפּעלע בלום
אין מיטן פֿאַרשנייטן גאָרטן
מוז זײַן אומבאַדינגט וואָר, ניט טייל
פֿון געמעל צי אַ בלומען-חלום.

איך עס. מיטן שוואַכן אויג
זע איך אין דרויסן די בלום.
פֿרעג איך מײַן קאָפּ. קיין ענטפֿער.
דער זע-חוש בלײַבט ניט שטום.

אַ פּערפּעלע בלום בלײַבט אַ קשיא.
כ'ווער ניט קליגער ווי תּמיד.
די פּערפּעלע בלום נעמט מתפּלל זײַן
בײַם ווײַס-באַדעקטן עמוד.

תגובה 1:

  1. אנונימי1:16 לפנה״צ

    די פערפעלע בלום איינזאם זי שטייט,
    א רויז אליין אין א פוסטן פעלד,
    אלעס ארום, אינגאנצן פארשנייט,
    און זי שטייט פעסט, פונקט ווי א העלד.

    שרעקט זיך די בלומענקע,
    און האפט דורכצולעבן,
    זי הערט נישט מער קיין זשומענקע,
    עס פליעט שוין מער קיין בין דערנעבן.

    קומט א שניי אויף דער וועלט,
    און מאכט דעם גארטן אטעל (א-תל),
    דאס רויזעלע שטייט אין קעלט,
    איר לעבן ביים שוועל,

    ווען עס וועט דער זומער צוריקקומען,
    דאן וועט איר גאולה זיין,
    די בינען וועלן דאן ווידער זשומען,
    און איר וועט פרייליך זיין.

    השבמחק