יום שלישי, ינואר 20, 2009

לײַוו-בלאגינג די איינשווערונג

* קוקט אויס אז מיטש מעקאנעל איז אים עפעס ניט-גוט.

* אזא מיליטערישע אויסשטעלונג איז סיי מיר דעווידער, סיי א געזונטע דערמאנונג אז א דעמאקראטישע געזעלשאפט דארף האבן אזא פאמפ און פאראד. סיי וועכלע געזעלשאפט דארף עס האבן נאר מיר די דעמאקראטן נייטיקן זיך אין דעם מער.

*נאר די אמעריקאנער גיים-שאו-קולטור קען אויסברייען אזא דיקטאר (אנאונסער) ווי עס רופט איצט אויס די נעמען פון די מארשירנדיקע.

*"אייטש"?

*דער גלח לייענט קריאת-שמע?

*וועט ער דערמאנען יאשקע ביים סוף פון דער ברכה?

*...כאטש זיינע רייד זיינען טאקע נישקשה. "העלפ אונדז טיילן זיך, באדינען זיך, און זוכן דעם ציבורס וווילזייין."

*ער דערמאנט אחרית-הימים!

*אוי געוואלט. יאשקע אויף דער בינה. וואס קען מען טאן?

*צי האט דער וויצע-פרעזידענט א הימען אויך?

*א שבועה, א שבועה אויף לעבן און טויט...

*די הארמאטן שרעקן מיר.

*אמר הפרעזידענט: אונדזער סחורה איז נאך אלץ גאנגבאר. צו דער ארבעט, חברה.

*"די אלט-געבאקענע פאליטישע ארגומענטן זיינען מער ניט חל."

*"צעשפרייטן פראספעריטי צו כל נדיב ליבו."

*"מיר זיינען ווידער גרייט אנצופירן"!

*בענטש דעם מענטש וואס האט דערמאנט די ניט-גלייבערס אין אונדזער לאנד.

*"א נייע תקופה פון אחריות." "גאט רופט אונדז אויסצושמידן אונדזער אומקלארן גורל."

*איך בין טאקע גערירט.

*דאס ליד: "איינער פרואווט וואו מאכן מוזיק, מיט א פאר לעפל אויף אן אוילפאס... מיר טרעפן זיך אין ווערטער. ... מיר טרעטן אריין אין דעם וואס לאזט זיך ניט זען. ... לויבליד פאר קאמף, פארן טאג, פאר יעדן האנט-געמאכטן שילד, מאכן דעם חשבון ביי קיכטישן. ... וואס איז אויב דאס מעכטיקסטע ווארט איז ליבשאפט? ... ליבשאפט וואס ווארפט א זיך-צעוואקסנדיקע קיילעך ליכט."

*פרעגט זיך: ווער וועט מקריב זיין און וואס? און מיט וועלכע טענות?

*און וועלכע פאציענטן ווארטן אויף מיר ביים קליניק אין צוואנציק מינוט ארום?

*א גוטן.





4 תגובות:

  1. *דער גלח לייענט קריאת-שמע?

    כאַ כאַ!^^^

    השבמחק
  2. אנונימי6:07 אחה״צ

    דו דאַרפסט ווערן דער ערשטער יידישער טוויטער.

    השבמחק
  3. וואלט איך דעמאלט געווען א טוויט...?
    ניין, כ'וואלט סיי ווי סיי ניט געווען דער ערשטער. מרת "אין מאל אריין" טוויטערט שוין א פאר יאר, דאכט זיך א מאל אויף מאמע-לשון.

    השבמחק
  4. אַ מאָל יאָ.
    איך פֿױל זיך
    איך גײ עפּעס פּישטשן שױן

    השבמחק