יום רביעי, נובמבר 25, 2009

דער פֿאַרברעכן פֿון טראָגן אַ טלית: נופֿרתּ פֿרנקל אין אירע אייגענע ווערטער

אַרעסטירט צוליב אַ מצווה
נופֿרתּ פֿרנקל
ייִדיש: שלום בערגער

יעדן אין דער פֿרי, זינט כ'בין געװען 15 יאָר אַלט, טראָג איך אַ טלית אין דער הײם בײַ שחרית. בשעת מײַן צה"ל-דינסט האָב איך געדאַרפֿט פֿאַרשלינגען פֿיל נעגאַטיװע באַמערקונגען פֿון אַנדערע סאָלדאַטן װאָס דאַװענען אין די צה"ל-שולן. טײל דערפֿון האָבן אַפֿילו נישט קײן עזרת-נשים, װײַל די סאָלדאַטקעס שטעלן נישט אַרײַן אַהין קײן פֿוס.

נאָכן אַװעקגײן פֿון צה"ל האָב איך אָנגעהױבן באַזוכן דעם כּותל יעדן ראָש-חודש. דער אַטמאָספֿער בײַם כּותל, דאָס געפֿיל אַז די אַלע פֿרױען װאָס דאַװענען אַרום מיר קערן זיך צום אײבערשטן און גיסן זיך אים אױס דאָס האַרץ, אינספּירירט מיך מיט דער פֿרײד מיט ייִדישער ברידערשאַפֿט. דאָ איז אײן אָרט װוּ אַלע הערצער - אַקסל צו אַקסל - רופֿן צום אײבערשטן.

דאָס דאַװענען בײַם כּותל איז אַזױ אַנדערש װי דאַװנען ביחידות אין דער הײם, אָדער תּפֿילה בציבור בײַם בית-כּנסת. דאָס איז אַ געשמישטע באַשאַפֿונג. איך בין ברשות-הרבים, מיט אַ סך מתפּללים, נאָר אַפֿילו קײן אײן קול הערט זיך נישט. בלויז אַ װײכע מורמלעניש, אַ פֿאַרשטיקטע געװײן, אַ שטילע געבעט.

אין תּהילים שטײט "אלוהים נצבֿ בעדת אל." דאַכט זיך אָבער אַז אין דעם מקום-קודש איז נישט נאָר דאָ דער אײבערשטער. פֿאַראַן אױך שׂינאה און ביטול, קינאה און קינטור. לכל-הפּחות איז דאָס געװען מײַן איבערלעבונג װען איך האָב געדאַװנט בײַם עזרת-נשים טראָגנדיק מײַן טלית.

די אָפּרופֿן פֿון די "נשים צדקניות פֿון כּותל" אױף מײַן אָנטאָן זיך דעם טלית האָבן זיך קײן מאָל נישט פֿאַרזאַמט. יעדן ראָש חודש קען איך דערװאַרטן אַן אַנדער "ברכה." זידלװערטער אױף העברעיִש און ייִדיש, סמיקע באַהאַנדלונג לגבי מיר מיט מײַן טלית, און ספּעקולאַציעס װעגן מײַן מין און רעליגיע. "אַ מאַן אין עזרת-נשים!" "ער איז אַפֿילו נישט קײן ייִד!" "אפֿשר איז צי פֿאַרשטעלט פֿאַר פּורים?"

איך האָב געפּרוּװט נישט הערן. איך האָב געפּרוּװט דאַװנען מיט כּװנה און תּפֿילה טאָן צום אײבערשטן וואָס איז מברך עמו ישׂראל בשלום, ער זאָל בענטשן זײַן פֿאָלק מיט דער ליבשאַפֿט פֿון מענטש צום מיטמענטש. װי קען איך דאַװנען פֿאַרן בנין-בית-המקדש װען דאָס פֿאָלק איז דערויף נישט גרײט? װען אײנע װאָס איז מקײם אַ מיצװה-דאורײתא װערט אַראָפּגעריסן און אָפּגעלאַכט?

אײן ראָש-חודש, נאָכן אָפּדאַװנען, אַרױסגײענדיק פֿון תּפֿילה-אָפּטײל, האָב איך פּלוצעם געזען װי אַ גרופּע פֿרױען, טראָגנדיקע טליתים, שטײען און דאַװנען צוזאַמען. ס'איז מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט די נשות הכּותל - קאָנסערװאַטיװע, רעפֿאָרם, און אָרטאָדאָקסישע פֿרױען װאָס קומען זיך צונױף צו דאַװנען יעדן ראָש-חודש שױן 21 יאָר. טײל טראָגן אַ טלית, תּפֿילין, צי אַ יאַרמולקע, טײל נישט. יעדע לױט איר השקפֿה. מיר האָט זיך תּיכּף געדאַכט, אַז מײַן אָרט איז מיט זײ.

יעדן חודש לײַדן מיר פֿון רציחהדיקע רײד. די פּאָליצײ קוקט זיך צו מיט געלעכטער. דאָס העכסטע געריכט האָט באַשלאָסן אַז גװאַלד-טאַטן און צװינגעניש זײַנען באַרעכטיקטע גרונטן, די פּאָליצײ זאָל אַקטן אױצומײַדן "אַ באַלײדיקונג צו דער עפֿנטלעכער סענסיטיווקייט." מע האָט אונדז פֿאַרװערט צו דאַװנען װײַטער מיט תּשמישי-קדושה, פֿאַרװערט צו לײענען פֿון דער תּורה בײַם עזרת-נשים . אונדז האָט מען צוגײעלט אַן אַנדער אָרט, אַװעק פֿון כּותל, אַן אָרט פֿאַר צװײטראַנגיקע בירגער, װוּ מיר זאָלן קענען דאַװנען אָן חלילה צװינגען דעם "באַלײדיקטן פּובליקום" אױסגעשטעלט װערן אױף דער ברוטאַלער זעונג פֿון פֿרױען װאָס זײַנען מקײם די מיצװות פֿון ציצית פֿון קריאת-התּורה.

דער פֿרימאָרגן פֿון ראָש-חודש כּסלו, דעם 18טן נאָװעמבער, איז געװען אַ קאַלטער ירושלימער פֿרימאָרגן. מיר זײַנען געשטאַנען, 42 נשות הכּותל, און געדאַװנט בײַם עזרת-נשים. אונדזערע טליתים האָבן מיר באַהאַלטן אונטער די מאַנטלען, דער ספֿר-תּורה איז געלעגן אין זײַן מאַנטל. ס'איז נישט געװען קײן פֿײַפֿעניש, קײן שטופּעניש, קײן געשרײ. מיר זײַנען געװען איבערראַשט װאָס מע האָט אָפּגעדאַװנט אומגעשטערט, און מיר האָבן געמײנט אַז ס'קען זײַן אַז מע האָט זיך שױן צוגעװױנט צו אונדזער בײַזײַן, אַז מע קען אַפֿילו לײענען פֿון דער תּורה אַקעגן די כּותל-שטײנער. דעמאָלט, בלױז אַ מינוט נאָך דעם װי מיר האָבן אַרױסגענומען דעם ספֿר-תּורה פֿון מאַנטל, זײַנען אַרײַן צװײ מענער אין עזרת-נשים און אָנגעהױבן אונדז אױסזידלען. מיר האָבן נאָר געװאָלט רויִק אָפּדאַװנען, האָבן מיר באַשלאָסן מװתּר זײַן אױפֿן תּורה-לײענען און אַװעקגײן, װי אין יעדן ראָש-קודש, לײענען בײַם אַלטערנאַטיװן אָרט. בשעת מיר גײען אַװעק, איך טראָגנדיקערהייט די תּורה, איז אונדז אַנטקעגנגעגאַנגען אַ פּאָליציִאַנט און מיר גענומען צושטופּען מיט כּוח צו דער דערבײַיִקער פּאָליצײ-סטאַנציע. אונדזער געבעטן און דערקלערונגען אַז מיר זײַנען אונטערװעגס צום אַלטערנאַטיװן אָרט זײַנען געװען אומזיסט. מע האָט מיך איבערגעפֿירט אױף פֿאַרהערונג בײַ דער סטאַנציע בײַם מצודת-דוד. בײַ מיר האָב איך נאָר געהאַט מײַן טלית, מײַן סידור און דעם ספֿר-תּורה.

בײַ דער פֿאַרהערונג האָט מען מיך געפֿרעגט פֿאַר װאָס איך דאַװן מיט אַ טלית װען איך װײס אַז דאָס איז קעגן געזעץ פֿון די הײליקע ערטער. איך בין אַ צה"ל -אָפֿיציר, אַ געזעצלעכער בירגער, אַ װאָלונטיר פֿאַר דער ציװילער גװאַרדיע, קײן פּאַרקיר-שטראָף האָב איך אַפֿילו נישט פֿאַרדינט - און דער געדאַנק אַז איך האָב געבראָכן דאָס געזעץ דריקט מיר זייער. פֿונדעסטװעגן קען איך נישט דערלױבן אַז מײַן תּוך-רעכט צו פֿרײַהײט פֿון רעליגיעזע גאָטס-דינסט זאָל מען צעטרעטן צוליב אַ פּסק-דין אַרױסגעטראָגן מיט יאָרן צוריק.

ס'איז אַ גרױסער ספֿק אַז מע װאָלט הײַנט אָנגענומען אַזאַ פּסק. אין די נאָכטריט פֿון די קאָנסערװאַטיװע און רעפֿאָרמירטע באַװעגונגען, במשך די לעצטע 10 יאָר, איז מען געקומען צו פֿאַרשטײן אין דער אָרטאָדאָקסישער װעלט אַז דאָס אָרט פֿון דער פֿרױ איז מער נישט באַגרענעצט צו דער קיך. די פֿעמיניסטישע אָרטאָדאָקסישע פֿרױען פֿאָדערן צו נעמען אַן אַקטיװן אָנטײל אין ייִדישן לעבן. עגאַליטאַרישע אָרטאָדאָקסישע שולן, װוּ פֿרױען טוען אָן טליתים און פֿירן אָן מיטן דאַװענען, קומען אוף װי שװאָמען נאָכן רעגן. די "סענסיטיװקײט פֿון פּובליקום" האָט זיך געביטן.

דער כּותל געהערט דעם גאַנצן פֿאָלק ישׂראל. דער כּותל איז נישט קײן חרדישער בית-כּנסת, און די נשות-הכּותל װעלן נישט דערלױבן ער זאָל אַזױ װערן.

מע האָט מיך פֿאַרװערט צו באַזוכן דעם כּותל אױף צװײ װאָכן, און אַ קרימינאַלע טעקע האָט מען געעפֿנט קעגן מיר. איך האָף אַז די טעקע װעט מען פֿאַרמאַכן, בפֿרט כּדי מע זאָל נישט שטעלן אין געפֿאַר מײַנע מעדיצינישע שטודיעס. אפֿשר, מיט דער הילף פֿון אײבערשטן, װעט דאָס טרױעריקע געשעעניש אופֿװעקן די קעגנערשאַפֿט פֿון דער עפֿנטלעכקײט, דאָס העכסטע געריכט זאָל װידער אָפּשאַצן זײַן פּסק און אים בטל מאַכן.

ירושלים איז די שטאָט פֿון הײליקײט און גערעכטיקײט פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט. פֿון ציון זאָל מען הערן דאָס קול פֿון גלײַכקײט, אומבאַגרענעצטער ליבשאַפֿט, און אַ בעסערן פֿאַרשטײעניש צװישן מעטנשן. ירושלים איז שױן אײן מאָל חרובֿ געװאָרן צוליב שׂינאת-חינם. לאָמיר האָפֿן אַז דאָס װעט מער קיין מאָל װידער נישט געשען.

נופֿרתּ פֿרנקל איז אַ פֿינפֿט-יאָריקער מעדיצין-סטודענקע אין ישׂראל און אַן אַקטיװער מיטגליד פֿון דער מסורתּי-קהילה אין כּפֿר-סבא. דאָס האָב איך איבערגעזעצט פֿון אַן ענגלישער װערסיע אין פֿאָרװערד.

יום ראשון, נובמבר 22, 2009

אז מען איז מיד

אז מען איז מיד
פֿון פּנחס גלאַובער
דער מחבר איז אַ ריל-עסטייט־אַפּרייסער וואָס שרײַבט לידער יעדן דרײַצן אַזייגער.

אז מען איז מיד, קוקט מען אויפ'ן ארום ווי פון א נעפל. אז מען איז מיד, פונקציאנירט דער מוח פאמעליך, בעת דאס מויל ארבעט ווי געהעריג. רעדט מען טאקע ווערטער צו וואס דער מוח איז כלל נישט מסכים.
אז מען איז מיד, ווערט אלעס וואס טונקעלער פון שניי געזען ווי שווארץ, און א ניי קאליר טונקל-ווייס ווערט באשאפן.
אז מען איז מיד, ווערן פארשווינדן די גרעניצן צווישן פאנטאזיע און רעאליטעט; טראכט מען מיט'ן הארץ און שפירט מען מיט'ן מוח.
אז מען איז מיד, ווערן רינגען פארפּלאַטשיגט און פירקאַנטן נעמען אָן נישט-עקזיסטירנדע דימענסיעס.
אז מען איז מיד, שניידט די שווערד ווי די שטימפיגע זייט פון אן אפגענוצטן מעסער, און די שארף-שפיז בלאנזשעט אין פּוטער.
אז מען איז מיד, איז דאס היטל א פּראַכט-באַן משא, און די שיך – בערמודאַ-דרייעק מאַגנעטן.



יום חמישי, נובמבר 19, 2009

מיידל, בראָנפֿן, רײַכטום, איינזאַמקייט, בראָנפֿן, עפּל, ליבשאַפֿט

איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
משה לעמסטער
פֿון פֿאָרווערטס, נאָוו' 19-13, 2009

איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
אין מײַן ייִדישן שטעטל,
דאָרט אַ מיידל בײַם פֿענצטער
וועט זיצן פֿאַרטראַכט.

איך וועל גיין מיט אַ לידל
פֿון יאַנקעלעס שענקל
זיך אין מיידל פֿאַרליבן
ביז צום דנאָ פֿון מײַן האַרץ.

ס'וועט די מאַמע איר זאָגן,
וואָס דאַרפֿסטו דעם בחור,
ער האָט ליב צו הולטײַען --
זאָל ער ווערן אַ לײַט.

אין שטעט און אין לענדער
מײַן גורל כ'וועל זוכן,
פֿיל אוצרות פֿאַרדינען
זײַן מיט אַנדערע גלײַך.

צוריק וועל איך קומען
מיט רײַכטום און כּבֿוד,
נאָר וווּ איז דאָס שטיבל?
דאָס מיידל ניטאָ --

וועל איך גיין אין אַ שענקל,
יעדן אָנגיסן בראָנפֿן
טרינקען ביטערע טראָפּנס
ביזן העלן פֿאַרטאָג.

אין שלמהלעס גאָרטן
וועל איך אָנרײַסן עפּל...
ס'האָט זיך דאָס מיידל
אויף מיר ניט דערוואַרט --

נאָר איך וועל קויפֿן אַ שטיבל
אין מײַן ייִדישן שטעטל,
כ'וועל זיך ווידער פֿאַרליבן
ביז צום דנאָ פֿון מײַן האַרץ...

זומער, 2009




יום שלישי, נובמבר 17, 2009

לידער פֿון דער ווײַטנס

דניאל גלאי גיט מיר צו וויסן אַז אויף די תּל־אָבֿיבֿער פּאָעזיע־טעג (פֿון בית־לייוויק) וועט רבֿקה באַסמאַן - בן־חיים לייענען מײַנע אַ פּאָר לידער. מײַנע געדיכטן דערגייען צו ארץ קדשינו!

יום חמישי, נובמבר 12, 2009

אַ שטראַלכל ליכט

מײַן שטוב האָט צו פֿיל פֿענצטערס
האָב איך זיי פֿאַרקלאַפּט
אומעטום דער ייִאוש
טיילצײַטיק די נאַכט

אַרײַנגעכאַפּט אַ שטראַלכל
ליכטיקייט צו מיר
האָב איך לשם זיכערהייט
אויך פֿאַרקלאַפּט די טיר

יום רביעי, אוקטובר 28, 2009

שאָסיי

אַ דורכפֿאַל האָט דער מענטש
אײַנגעקריצט אין די טריט.
ס'איז אַ צופֿאַל אַ ריינער
וואָס שלימזל פֿאָרט מיט.

יעדן אָוונט און טאָג
עס איך ביינער און פֿלייש
ווײַל צום מאָגן, אַ ראָג,
פֿירט דער שפּײַזרער־שאָסיי.

יום ראשון, אוקטובר 25, 2009

דער באַלטימאָרער עקספּערימענט, טייל צוויי

איך קען ניט זאָגן אַז דאָס איז געווען די בעסטע וואָך. דער שפּיץ איז געקומען צום סאַמע סוף, ווען איך בין אַראָפּגעגאַנגען פֿון דעם שאָטל וואָס פֿאָרט פֿון מעדיצינישן צום אוניווערסיטעטישן קאַמפּוס. אַ שיינע טאָג געווען, ערבֿ־שבת, זיך אײַנגעשאַפֿן אַ פֿלאַש ווײַן בײַם קאָרעיִשן ווײַנגעשעפֿט (וווּ מע דאַרף דיך אַרײַנקלינגען ווײַל די טירן זײַנען שטענדיקן פֿאַרשלאָסן). טאַקע אויף דעם בלאָק וווּ מיר וווינען איז צו מיר זײַטיק אונטערגעקומען אַ חבֿרה דרײַ מענטשן (וואָס צוליב מײַן שוואַכער ראיה און אַלגעמיינער נאַיִווקייט כ'האָב ניט באַמערקט). איינער האָט אַ זאָג געטאָן: אײַ וואַנט סאָמינג פֿראָם יו, און כ'האָב געפֿרגט "וואַט?" האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פּונקט פֿאַר מיר אין די אויגן, און אַרויסגעברומט: יור וואַלעט, קאָז! [דײַן בײַטל, ברודערקע!] האָב איך אָן אַ וואָרט איבערגעגעבן. דערנאָך: "אײַם נאָ פֿול! יור סעלפֿאָן טו!" דאָס האָב איך אויך מכבד געווען דעם פֿײַנעם יונגערמאַן.

איך ווייס ניט וואָס אָפּצולערנען דערפֿון. דער בלאָק איז אַ געפֿערלעכער? קען זײַן אַז מיר זײַנען אויפֿן ראַנד פֿון אַ ניט־פּאַסיקן געגנט, נאָר אויף דער בלאָק וווינען משפּחות אויך. דער דינגמאַרק אין באַלטימאָר, פֿון די שטיבער וואָס זײַנען אונדז פּאַסיק (וווּ איך קען צוגיין צום שאָטל, צוליב מײַן ניט־שאָפֿערישקייט) און מע קען צוגיין צו די געשעפֿטן און אין שול אַרײַן, איז ניט דער ברייטסטער.

ס'איז מער דער שאָטן וואָס יענע געשעעניש האָט אויף אונדז אַראָפּגענידערט, וואָס כ'האָף וועט באַלד אויסוועפּן און איבערלאָזן מיך מיטן זעלבן פֿריד ווי פֿריִער. דערווײַל אָבער דאַרף איך זיך אַרומטראָגן מיט מײַן פֿייק־בײַטל און מײַן פֿייק־סעלפֿאָן, צוזאַמען מיט די אמתדיקע, מע זאָל האָבן וואָס מקריבֿ צו זײַן די גזלנים.

יום רביעי, אוקטובר 21, 2009

אַמאָליקע יום־טובֿים: ניטל, בילבאַאָ, 1998

(אָפּגעדרוקט אין פֿאָרווערטס פֿון אָקט' 9, 2009)

איך האָב פֿאַבראַכט אַ יאָר אין אויסלאַנד כּדי אויסצופֿאָרשן די גורלות און צוקונפֿט פֿון מינאָריטעט־שפּראַכן אין אייראָפּע (ספּעציפֿיש שפּאַניע) אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש אין דער הײַנטיקער מזרח־אייראָפּע. איך בין געפֿאָרן אין צפֿון־שפּאַניע,אין די לענדער וואָס האָבן הנאָה פֿון אַ געוויסער מאָס קולטורעלער אויטאָנאָמיע כּדי צו פּרוּוון פֿאַרשפּרייטן און באַשיצן זייער שפּראַך. ס'איז געקומען צו גיין די חגא ניטל און איך בין פֿאַרפֿאָרן אין בילבאַו, די קרוינשטאָט פֿון האַלב־אומאָפּהענגיקן פּראָוינץ עוסקאַדי (דאָס באַסקיש לאַנד) מיט אַ שם פֿאַר אַ טעראָריסטישע נורע. פֿאַר חבֿרים האָב איך זיך אויסגעגעבן אַז אַן אמתע אַוואַנטורעניק, וואָס לאָזט זיך ניט שפּײַען אין קאַשע, נאָר דעם אמת זאָגנדיק האָב איך לעפּיש געמאָסטן די גאַסן פֿון דער בילבאַוער באַרן-געגנט, אַרײַנגעקוקט דורך די האַלב־אָפֿענע טירן פֿון וואַנען עס האָט אַ שלאָג געטאָן מיט פֿריילעכער חגא־מוזיק און ווײַן, און געבענקט נאָך אַ פֿרײַנדלעכן פּנים.

דאָס פּנים האָט מיך געפֿונען און ניט פֿאַרקערט. אַ בלאָנדע, מיט צעשויבערטע האָר און שמאַלצעװאַטע וואָנצעס, האָר גלאַנציקע מיט סאַלאָן־פּראָדוקט. הייסן הייסט ער לעאָן און ער שטאַמט פֿון בעלגיע. ער האָט פֿײַנט דעם טאַראַראַם פֿון ניטל און וויל אַ חבֿר זיך אַוועקזעצן ערגעץ זאַלבעצווייט און פֿאַרטרינקען די פֿאַרבענקטקייט אַהיים מיט ביר. אָ, און צי קען איך עפּעס שיינע אַמעריקאַנער מיידלעך וואָס דערלאַנגען מער ווי זיי פֿאָדערן? איך זאָל קיין פֿאַראיבל ניט האָבן. ער איז אַן אמתער אַנטי-סעקסיסט נאָר איך ווייס אַליין ווי איינזאַם מע קען ווערן.

אַליין האָב איך געוווּסט, אָדער בעסער געזאָגט געשפּירט. אַן אַוואַנטוריסט בין איך אין קיין פֿעלד ניט געווען, פֿון מיידלעך על-אַחת-כּמה-וכּמה. טאַקע אַן אַנדער בלאָנדער זגאַל האָט זיך געהאַט פֿריִער צוגעכאַפּט צו מיר, דאָס מאָל אַ בלאָנדינקע, פֿון דער שווייץ. אין אונדזער פּאַנסיאָן (באמת אַ הקדש מיט האַלב אויפֿגעשרויפֿענע טירן, אָפּגעריבענע וואַנטפּאַפּיר און אַ בעל-הבית וואָס האָט אַ פּנים פֿון אַן איבערגעגעבענער פּליאַזשניק, כּולו רונצל און זשמורע) האָט זי אין אַ צעמישנדיקן אָוונט געוויזן די אָפֿענע טיר פֿון איר שלאָפֿצימער."דאָס," האָט זי איבעריק אַ זאָג געטאָן, "איז מײַן צימער."

דאָס איז געווען ניט דער ערשטער פֿאַל ווען דער פֿאַקט אַליין איז ניט געווען דער ציל פֿונעם זאָג.

אַוועקגעפֿאָרן דאָס מיידל (זי האָט זיך אַרײַנגעגאָסן צו מיר אין די אָרעמס אין איין פֿרימאָרגן, אומגעריכטערהייט, בשעת איך פּוץ די ציין און קוק זיך אָן אין דעם שפּיגל וואָס הענגט קרומלעך אויף דער צעריבענער וואַנט) האָב איך איין מאָל אין אַ זוניקן זונטיק באקומען אַ טעלעפֿאָן-קלונג פֿון אַ מיידלשן קול. טאַקע יענע מיידל וואָס האָט דאַכט זיך געוואָלט ווײַזן אַז קיין נאַר איז זי ניט און זי פֿאַרשטייט וווּ איר שלאָפֿצימער איז. איך האָב אַוודאי פֿאַרשטאַנען אַז ניט יעדן טאָג באַקומט מען אַ פֿרײַנדלעכן קלונג פֿון אַ מיידל מיט וועמען מע האָט צופֿעליק געהאַט געטיילט אַ פֿערטראַנגיקן פּאַנסיאָן, נאָר כ'בין דעמאָלט געווען צו נאַיִוו צו זײַן אַ מבֿין אויף די מעגלעכקייטן וואָס דאָס קען צושטעלן. שפּעטער, מיט דער גערעכטקייט וואָס גייט מיר אַזוי אויף די נערוון ביזן הײַנטיקן טאָג, האָט די מאַמע אַ זאָג געטאָן: "זי איז אינטערעסירט אין דיר." ("אין מיר?" האָב איך אויסגערופֿן, אַ צענערלינג וואָס ווייסט אַז די ערד איז רונד און אַז עלטערן פֿאַרשטייען גאָרניט."וואָס רעדסטו?")

פּונקט ווי כ'האָב ניט אָפּגעשאַצט די אַלע שיכטן פֿון יענעם שמועס, דעם פּשט/דרש/רמזים, האָב איך אויך ניט פֿאַרשטאַנען וואָס עס מיינט דער איצטיקער שמועס מיט מײַן נײַעם בעלגישן באַקאַנטן. מיר זײַנען געזעסן בײַ איין מעטאַלענעם טיש און געטרונקען די גאָרניט־שלעכטע באַסקישע ביר. מיר האָבן געשמועסט וועגן אונדזערע היימלענדער און וועגן דעם, ווי נישטיק און ניט שייך אונדז איז די חגא וואָס די היגע פּראַווען מיט התלהבֿות. נאָר איך האָב געוואָלט זײַן מיט עמעצן (כ'האָב שוין פֿאַרבראַכט גענוג צײַט ערבֿ חגא לעבן די געשעפֿטן וווּ מאָדיש-באַקליידטע מיידלעך האָבן געקויפֿט טוראָנעס - פֿרוכטקוכנס - פֿאַר זייערע משפּחות, און געוואָלט נעמען סײַ דעם קוכן סײַ דאָס מיידל אין דער האַנט אַרײַן).

איך האָב ניט געוווּסט וואָס דער בעלגיער וויל. ער איז געווען (און בלײַבט עד־היום אין זכּרון) אַזאַ מין פֿיגור, וואָס נאָר זײַן גשמיות האָט מיר איבערגעלאָזט אַ שפּור אין מוח, ווי אַ פֿרוי וואָס מאַנצבילן אָביעקטיפֿיצירן. ער איז געווען אַ בלאָנדער, אַ מיטלוווּקסיקער, אַ פֿרײַנדלעכער, אַ בירטרינקער, און . . .

פּלוצעם גיב איך אַ בליק אַרײַן צו זיך אין זכּרון, און כ'בין צעטומלט צו געפֿינען אַז דאָס אַלץ, מײַן גאַנצע בילבאָער און באַסקער איבערלעבעניש, איז אויסגערונען ווי אַ זאַמדשלאָס פֿון ברעג ים. געבליבן איז ניט גאָרניט, נאָר די קאָנטורן פֿון וואָס ס'איז דאָרט ערשט געווען. מײַן זכּרון איז פֿול מיט אַזעלכע קאָנטורן, און כ'ווייס ניט ווי זיי אָנצופֿילן שפּעטער מיט ממשותדיקע, פֿיזישע מאַטעריאַלן, צו פֿאַראייביקן דאָס דערווײַליקע.

מיר זײַנען געזעסן און געטרונקען, און כ'ווייס ניט וואָס איז געשען דערנאָכדעם. כ'ווייס נאָר (פֿון מײַן אויפֿגעהיטענע צײַטפּלענער) אַז כ'בין דעמאָלט געפֿאָרן אין דער שיינער און מער ייִדישלעכער קאַטאַלוניאַ. דאָרט איז די גראָז עמעראַלד-גרין, די שלעסער צעפֿאַלענע און מיטלעלטערלעכע, און דער גײַסט פֿון רמבן אַ שטענדיק שװעבנדיקע איבערן אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל. נאָר קיין מיידלעך האָב איך ניט געזען און קיין ביר האָב איך ניט געטרונקען. אין וועלכער שטאָט האָב איך ריכטיק געכאַפּט דעם עיקר?

יום שלישי, אוקטובר 13, 2009

פֿיר לידער פֿאַרן פּרײַז פֿון דרײַ

1.

ווען איך װאָלט געפֿלױגן װי אַ פֿליגער
וואָלט איך געװען שנעלער אָבער גאָרנישט קליגער.

2.

איך האָב אַ חבֿר אַ גרױסער בחור.
ער איז שױן נײַן יאָר אַלט.
ער גײט נאָר דזשינסן מיט אַן אונטערהעמד
און אים איז גאָרנישט קאַלט!

3.

זי האָט אַ ספּעציִעלן קאַקטוס.
זי װאַרפֿט װאָס זי װיל און ער כאַפּט עס.

4.

מיר האָבן חבֿרים אין תל־אָבֿיבֿ
וואָס ענטפֿערן קײן מאָל נישט אױף בריװ.

אונדזערע פֿרײַנד אין ירושלים
שרײַבן צוריק אין אַחת־ושתּים.

די אַנאַטאָמיע פֿון טרפֿות

אין משנה חולין ג:א שטייט געשריבן (עס גייט די רייד וועגן די פֿאַלן ווען פֿאַרשיידענע בעלי־חיים ווערן טרייף):

הראה שנקבה ושחסרה. רבי שמעון אומר, עד שתנקב לבית הסמפונות.

פּיעטרושקאַ פֿאַרייִדישט אַזוי:

אויב די לונג איז געלעכערט אָדער עס פֿעלט [אַ שטיק פֿון איר איז די בהמה טרייף]. ר' שמעון זאָגט, אַז (די בהמה איז טריפֿה) נאָר ווען זי (די לונג) איז געלעכערט אַרײַן אין דער גרויסער לופֿט־רער.

דאָ אין פּיעטרושקאַ גייט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע דיסקוסיע וועגן די לאַפּן (טיילן) פֿון די לונגען, און וועגן דעם קליינעם לאַפּן פֿון דער רעכטער לונג, וואָס הייסט אויף לשון־קודש ענוניתא און וואָס (דאַכט זיך) קצבֿס פֿלעגן רופֿן "דער גנבֿ." (און ניט נאָר קצבֿס, זע דעם בלאַט פֿון ספֿר זבֿחי צדק וווּ דער בעל־מחבר זאָגט אַז דאָס איז דער געוויינטלעכער נאָמען. אויף לשון־הדאָקטוירים איז מער קיצלדיק: לינגולאַ, ד"ה "צינגעלע.")

ניט דאָס אָבער בין איך אויסן. מיך אינטערעסירט וואָס דער ברטנורא האָט געשריבן וועגן "בית סמפונות", די בראָנכן. בקיצור האָט ער געשריבן אַז קלענער פֿון די סמפונות זײַנען דאָ אויך קליינע "קנוקנות" וואָס שפּרייטן זיך אַדורך די לונגען. וואָס מיינט ער דערמיט? איז ער אויסן די קלענסטע לופֿט־רערעלעך, די בראָנכיאַלן? מסתּמא, ווײַל קנוקנות זײַנען קליינע רערעלעך (הײַנט ניצט מען דעם טערמין אין באָטאַניק, דאַכט זיך.)

צי מיינט ער אפֿשר די קלענסטע קעמערלעך פֿון לונג, די אַלוועאָלן (לופֿטבלעזלעך)? שווער צו וויסן, ווײַל אַז מע זעט אַ לונג אין דורכשניט זעען אויס די אַלוועאָלן ווי רערעלעך. איך וואָלט געוואָלט וויסן, צי מע האָט אַ נאָמען פֿאַר די לופֿט־בלעזלעך אין רבנישן לשון, דאָס הייסט אין רבנישע ספֿרים. איך בין ניט בקי אין הילכות כּשרות, האָט עמעצער אַ דעה?

אינטערעסאַנט, אַז אין עבֿרית איז סמפונות עד־היום אַ גאַנץ גיייִקער טערמין (דלקת סמפונות = בראָנכיט). אויפֿן הײַנטיקן העברעיֵש איז "אַלוועאָלן/לופֿטבלעזלעך" "נאדיות", ד"ה "קליינע קריגעלעך" אָדער גאָר "רערעלעך" (צאַנין גיט ביידע טײַטשן פֿאַר "נאד").

יום רביעי, ספטמבר 30, 2009

מײַן השקפֿה, ווידער, אָדער: ווי קען מען זײַן אַ פֿרומער וויסנשאַפֿטלער?

לעצטנס איז געגאַנגען די רייד אויף אַן אָנלײַן ייִדיש־פֿאָרום וועגן גלייביקייט, און ווי אַזוי מענטשן פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכער נטיה קענען אויך זײַן פֿרומע. האָב איך זיך מטריח און געענטפֿערט. כ'ווייס אַז דאָס איז ניט דאָס ערשטע מאָל וואָס כ'בין מאריך־ימים־ושנים וועגן מײַן השקפֿה, נאָר אפֿשר וועט עס טייל אינטערעסירן.

אַרום און אַרום, דאַכט זיך מיר אַז דו האָסט אַ נטיה צו אידעאָלאָגישקײט און שטרענגע סטאַנדאַרדן, און דאָס איז אַװדאי אַ גוטע זאַך. נאָר די װעלט איז נישט גאָר אָדער גאָרנישט. אַפֿילו (בפֿרט?) די װיסנשאַפֿט, און דאָס "אױסגעפֿינען" (אױסטראַכטן? באַשאַפֿן?) װיסנשאַפֿטלעכע געזעצן און טעאָריִעס, איז געקניפּט און געבונדן מיט מענטשלעכע עמאָציעס, פּניות, פּריװאַטע איבערלעבענישן, און דאָס גלײַכן. ס'איז נישט אָפּצושײדן דער אײַנשטיין פֿון זײַן װיסנשאַפֿלעכע װעלטבאַנעם. און איך מײן דערמיט *נישט* אַז די וועלטישע װיסנשאַפֿט איז אומפּערפֿעקט, און אַזאַ פּלאַטאָנישע װיסנשאַפֿט װאָלט נישט געװען פֿאַרבונדן מיט די עמאָציעס - פּונקט פֿאַרקערט. איך מײן אַז יעדער מוח-אַקװיטעט פֿונעם מין מענטש איז אַזאַ תּערובֿת.

(דרך-אַגבֿ איז דאָס אױך אמת װעגן פֿרומע ייִדן און רעליגיעזע מענטשן ביכלאַל. אײַ, טײל - אַ סך - פֿרומע ייִדן זײַנען פּאַסקודניאַקעס? דאָס איז נישט קײן נײַע אָבסערװאַציע, די קאַטעגאָריע פֿון נבֿל ברשות התּורה איז געװען גילטיק מיט הונדערטער יאָרן צוריק. נאָר דאָס פֿרעגט נישט אָפּ די װערט פֿון רעליגיע. אײַ, טײל - אַ סך - ציִוניסטן זײַנען ראַסיסטיש און די ייִדישע מדינה איז באַגאַנגען שרעקלעכע עװלות קעגן די פּאַלעסטינער? דאָס פֿרעגט נישט אָפּ די װיכטיקײט אָדער די װערט פֿון דער ייִדישער מדינה.)

אַ פֿילאָסאָפֿיע פֿון רעליגיע איז אַװדאי שװער איבערצוגעבן אַל רגל אַחת, נאָר בקיצור נימרץ װעל איך זאָגן אַז איך בין אַ גלײביקער. דאָס איז (װי אַ סך האָבן געזאָגט פֿאַר מיר אױף אַן עלעגאַנטערן אױפֿן) מער אַן עמאָציע װי אַ פֿאַקט, מער אַן עסטעטיק װאָס מע נעמט אָן װי אַ טעאָריע װאָס מע װײַזט אויף. וויטגענשטיינס משל איז דאָ שײך: ס'איז װי אַ פֿליג װאָס זשומעט אַרום אין אַ פֿלאַש זאָל פּרוּװן איבערגעבן דעם פֿליג אין דרױסן, װאָס דאָס איז אַזױנס צו זײַן אין אַ פֿלאַש. אָדער (ניצנדיק נאַגעלס אַ משל) איז דאָס אַזױ װי פּרוּװן איבערגעבן װאָס פֿאַר אַ זאַך ס'איז צו זײַן אַ פֿלעדערמױז.

דערפֿאַר איז כּמעט אוממעגלעך, אפֿשר אַפֿילו װילד אומפּאַסיק, צו פּרוּװן ענטפֿערן אויף דײַנע כּמו װיסנשאַפֿטלעך אױסגעפֿורעמטע שאלות. אַ "העכערע אינטעליגענץ" שמעקט מיט דער רעליגיעזער פֿילאָסאָפֿיע פֿון 19טן יאָרהונדערט. (דאָס איז נאָך עפּעס װעגן די הײַנטיקע מאָדע אױף אַנטי-רעליגיזם: ער איז גאָרנישט מחדש און פּאַטשט זיך אין בײַכל, אַז זײַנע טענות קעגן די פֿרומע זײַנען כּלומרשט נישט אָפּצופֿרעגן, אַפֿילו מע כאַזערט זײ איבער שױן טױזנט יאָר...)

און װאָס איז שײך צו זאָגן "װיפֿל פּראָצענט" מע גלײבט אין גאָט? שױן זשע זאָגט מען דאָס אין טאָג טעגלעכן לעבן? "איך גלײב 50% אין דער דעמאָקראַטיע"? "יענער גלײבט 30% אַז די פּובליק אָפּשן איז נײטיק פֿאַר העלטקעיר רעפֿאָרם"?

דאָס זעלבע איז חל אױף דער פֿראַגע, צי די געשעענישן פֿון תּנך זײַנען "באמת" געשען. װאָס איז דאָס טײַטש? אַפֿילו איך זאָג יאָ (װאָס, װען דו צװינגסט מיר, איך װאָלט יאָ געזאָגט), איז דער תּנך נישט קײן געשיכטע-ביכל און מײַן דעפֿיניציע פֿון משה רבינו ע"הס עקזיסטענס איז מסתּמא װײַט אַנדערש פֿון דײַנס. איך האַלט אַז דער תּנך איז אַ מיטאָס, און מיט "מיטאָס" בין איך אױסן דער פּינקטלעכער זין פֿון װאָרט, װי אַ פֿונדאַמענט, אַ בראשית-מעשׂה װאָס מע קען זיך אָן דעם נישט באַגײן. און דערפֿאַר טאַקע איז די תּורה אמת.

און (לסוף!) װיל איך זאָגןֹ אַז נישט אַלע פֿרומע זײַנען פֿון אײן טײג געקנאָטן. דאָס איז נאָך אַ זאַך װאָס די היטשענסן און די דאָוקינסן פֿאַרקוקן כּסדר. זײ קעמפֿן זיך מיט די װינטמילן פֿון 17טן יאָרהונדערט. הײַנט איז רעליגיע (װי יעדע זאַך) צעשפּאָלטן אין טױזנטער שטיבעלעך און כּתּימלעך. (דאָס ערגסטע װאָלט געװען צו זאָגן אַז די װאָס גלײבן אין אַ ליבעראַלער רעליגיע, װי איך, זײַנען כּלומרשט נישט "באמת" רעליגיעז, עלעהײ ס'איז סאַטמער אָדער יום-כּיפּור-בעלער.)
דאַכט זיך אַז מײַן "אױף אײן פֿוס" איז געװאָרן אַ צענטיפּעדע. אָדער אפֿשר הינערשע פֿיסלעך... אַ
גוט קװיטל! .

יום שלישי, ספטמבר 22, 2009

יום שלישי, ספטמבר 15, 2009

די וואך אין פאטאס

אזוי האבן מיר פארבראכט די זומער-וואקאציע.

יום רביעי, ספטמבר 09, 2009

אני לדודי ודודי לי

אני לדודי ודודי לי
איך לויף. וואו לויפסטו?
אונדזער לעבן, ווייניק ליבעראל
אייבערשטער: למאי ולמה לא?
אוי, ליבע, ווייטער לענדער.

תורה, שארף, רוי, יונג.
תזמורת, שפיל ראק, יא.
תעודה: שלעכטע רייז יאגורט.
תודה, שיינע ריחות, יאזמין.

יום שלישי, ספטמבר 08, 2009

װאָס איז אַ װערטער-אוצר?

אַ לײענער פֿון אַן אַנומלטיקן בלאָגפּאָסט פֿרעגט:

איך כאפ נישט גענוי וואס מען קען טון אין דעם לינק. עס איז געשריבן "זוך ווערטער". וואס זוכט מען, און וויאזוי???

אַ װערטער-אוצר איז אַ זאַמלונג װערטער, װאָס דער ציל איז צו פֿאַרברײטערן און פֿאַררײַכערן די סעלעקציע װערטער װאָס מ'איז דערמיט באַקאַנט. פֿאַרשטײט זיך, אַז אַ װערטער-אוצר איז טײלװײַז ענלעך צו אַ װערטערבוך. נאָר בשעת אַ װערטערבוך צילעװעט דעראױף, מע זאָל דעפֿינירן אַ װאָרט, דאָס הײסט, מאַכן אַז דער לײענער זאָל קענען דאָס װאָרט (װאָס דאָס זאָל נישט הײסן, דערװײַלע איז מיר נישט קלאָר), איז דער ציל פֿון אַ װערטער-אוצר אַז מע זאָל זיך באַקענען מיט אַ װאָרטס (אַזױ צו זאָגן) געגנט. װאָסערע װערטער זײַנען קרובֿ צום װאָרט? װאָסערע זײַנען װײַט? װאָסערע װערטער שטײען אין קעגנזאַץ צום װאָרט? װאָסערע װערטער מײנען מער װײניקער דאָס זעלבע, נאָר זײַנען פּראָסט? עלעגאַנט? לומדיש? קלעזמער-לאָשנדיק? פּױליש? און אַזױ װײַטער.

נאָר װער איז געװען נחום סטוטשקאָװ?

איך ברענג דאָס שטיקל פֿון דעם װעבזײַטל (פֿאַרייִדישט האָב איך):

אַ געבױרענער אין בראָק, פּױלן, אין 1893, האָט נחום סטוטשקאָװ זיך פֿרי אױסגעציעכנט מיט זײַן אױער פֿאַר שפּראַכן. נאָך פֿאַר ער האָט זיך געלערנט העברעיִש אין תּלמוד תּורה האָט ער באַהערשט (חוץ מאַמע-לשון) פּױליש און רוסיש. צו 16 יאָר איז ער אַראָפּ פֿון רעליגיִעזן דרך און געװאָרן אַקטיװ אין טעאַטער.

אין 1923 איז ער געפֿאָרן אין אַמעריקע און אַראָפּ מיט צװײ װאָכן שפּעטער שױן אַן ענגליש-רעדנדיקער, האָבנדיק איבערגעלײענט שעקספּיר, טװײן, און די ענציקלאָפּעדיִאַ בריטאַניקאַ אױפֿן װעג. זײַן גרעסטע ליב איז אָבער געװען די ייִדישע שפּראַך. זײַן ייִדישער גראַמען-לעקסיקאָן, אַרױס אין 1931, האָט אים קונה-שם געװען בײַ דראַמאַטורגן, אינטעליגענטן, און דעם גרױסן ייִדיש-רעדנדיקן עולם.

האַרט נאָכן אַרױסקום פֿון גראַמען-לעקסיקאָן, האָט סטוטשקאָװ זיך גענומען צום אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אַ ריזיקער אופֿטו װאָס ער האָט אָפּגעגעבן אַלץ מער צײַט און כּוח, בשעת אָנשרײַבן, רעזשיסירן, און שפּילן אין אַכט ראַדיִאָ-פּראָגראַמען אַ װאָך. בײַם שאַפֿן דעם שאַצקאַמער פֿון 12 יאָרהונדערטער ייִדיש לעבן און שאַפֿן, האָט סטוטשקאָװ געלײנט שיִער נישט אַלץ װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אױף ייִדיש: ספֿרים, ליטעראַרישע װערק, און טאָגבלעטער. אַלץ האָט ער קאַטאַלאָגירט אױף אינדעקס-קאַרטלעך, װאָס זײַנע קינדער דערמאָנען זיך װי זײ פֿלעגן אים אַרױסשטאַרצן פֿון בוזעם-קעשענע.

אַרױס אין 1950 האָט דער אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך אַרײַנגענומען 933 זײַטן פֿון דער ייִדישער קוטלורס יעדן אױסדרוק, פֿון למדישע פֿאַררופֿן ביז פּיקאַנטע װוּלגאַריזמען. 392 סינאָנימען פֿאַר "זעץ", 100 װערטער און אױסדרוקן פֿאַר "חוצפּה." און זיבן זײַטן קללו. קײן מאָל פֿריִער אין דער געשיכטע האָט אײן מענטש אַדורכגעפֿירט אַזאַ קאָלאָסאַלע לעקסיקאָגראַפֿישע באַשאַפֿונג. דער װערטער-אוצר איז אַ גרױסער תּם-ונשלם צום רײַכטום פֿון מאַמע-לשון, אין דעם סאַמע מאָמענט װען די שפּראַך האָט אױסגעהױכט די נשמה אין די װעלטלעכע קרײַזן. נאָכן אַרױסענדיקן דעם װערטער-אוצר האָט זיך סטוטשקאָװ תּיכּף גענומען צו זײַן פֿינאַלער לעקסיקאָגראַפֿישער אונטערנעמונג, אַ העברעיִשער װערטער-אוצר. קורץ נאָכן אופֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה, האָט ער מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ װיכטיקן מאָמענט אין דער מאָדערניזירונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך.

יום חמישי, ספטמבר 03, 2009

איך בין אַ גרױסער אַרבוז

װאָס קײַקלט זיך אין די גאַסן.
כ'האָב נישט מורא פֿאַר עקספּלאָסיע
נאָר פֿאַר קלײנקײט.

יום ראשון, אוגוסט 23, 2009

דער גרויסער עקספערימענט: באלטימאר?!

וועמען וואלט איינגעפאלן אנצורופן באלטימאר א גרויסער עקספערימענט? נאר אזוי איז עס געווארן פאר אונדזער משפחהלע. היי-יאר האב איך געדארפט זוכן א שטעלע ווי א דאקטער, און צוליב דער קלאגעדיקער עקאנאמיע האט זיך מיר ניט איינגעגעבן ביז דער סאמע לעצטער מינוט, ממש די לעצטע וואכן פון רעזידענץ.

האבן מיר געקענט באלטימאר פריער? זיכער. שווער און שוויגער זיינען דארטן געבוירן געווארן און יונגווייז געמאכט ויברח קיין סאן פראנציסקא, טיילווייז כדי צו אנטלויפן פון זייער צו טראדיציאנעלער קהילה. דאס רעדל האט זיך איבערגעדרייט, און זייער טאכטער (מיט איר צו-פרומען יידיש-רעדנדיקן מאן) קערן זיך אום, השבינו נאזאד.

געקענט האבן מיר אויך פריער דאס קליין הייפעלע יידישיסטישע חברים וואס וווינען דארט. איך זאג א קליין הייפעלע נאר אז עס מאכט זיך היינט צו טאג א גרופקעלע פאמיליעס מיט קינדער, ניט-חרדים (כאטש זיכער יידישע יידן און צום טייל פרום ביז א געוויסער מאס, ווי ביי וועמען), איז דאס שוין א קאלאסאלער אויפטו. אקעגן די חסידים אוודאי פיצימאניק, נאר זה (ביי אונדז) מה יש.

שפעטער וועל איך אפשר אי"ה איבערגעבן מער פרטים וועגן מיינע חברים, זייערע אקאדעמישע אינטערעסן, און זייערע קינדער. נאר אויף איין פוס: מיר וועלן שטארק בענקען נאך ניו-יארק, זיינע יידן, און זיינע פיל-מיניקע מענטשן סיי יידן סיי אומות-העולם. נאר עס פאלט מיר איצט איין: וואלטן מיר אין באלטימאר (סך-הכל 3 משפחות!) געקענט אויפבויען א היינטצייטיקע רעפראדוקציע פון בראנקסער "ביינברידזשעווקע" (מיט משפחות פישמאן, שעכטער און גאטעסמאן, א שם-דבר אויף דער יידישיסטישער גאס)? מיר וועלן זען. מיר פרייען זיך שטארק צו זען ווי צאן קדושים שפילט זיך אויף לשון-קדושים...

קומט צו אונדז צו גאסט אין ק"ק באלטימאר!

יום חמישי, אוגוסט 13, 2009

א פריילעכן ספק!

א פריילעכן ספק!
אוואו איך גיי וויל איך ניט וויסן פינקטלעך.
זאל יעדער גרענעץ זיין צעשוואומען.
ווער זאגט אז יעדער הלך ילכט?
שפיל א פריילעכס, דופק.

היינטיקס יאר איז אייביק א קשיא.
כ'האב געזען אז אן אייזנבאן פארט ניט גלייך.
כ'האב איר פארצווייפלונג פארנומען.
פאסאזשירן הינטער שויבן ווי ביבערס אין א טייך
אנגעפעלצט און אנגעפאשעט.

הערסט מיינע רייד?
דער גורל איז א שיכור מיט א קאר
וואס ווייסט ניט וואו מע פארט און וואו מען
שטייט. דערבארעמדיקער האר
וואס האסטו אונדז אנגעברייט?

יום חמישי, אוגוסט 06, 2009

טראָט בײַ טראָט: הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע


שױן צײַט זיך צו באַקענען פֿון דער נאָענט מיט דײַן נײַעם חבֿר: אַ פֿריש געבאַקענע צװײ-שפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע (מיט ענגלישע איבערזעצונגען) פֿון די װאָס לעבן און שאַפֿן הײַנט. מער בקרובֿ. נאָר קױפֿט שױן דאָ.