יום רביעי, נובמבר 25, 2009

דער פֿאַרברעכן פֿון טראָגן אַ טלית: נופֿרתּ פֿרנקל אין אירע אייגענע ווערטער

אַרעסטירט צוליב אַ מצווה
נופֿרתּ פֿרנקל
ייִדיש: שלום בערגער

יעדן אין דער פֿרי, זינט כ'בין געװען 15 יאָר אַלט, טראָג איך אַ טלית אין דער הײם בײַ שחרית. בשעת מײַן צה"ל-דינסט האָב איך געדאַרפֿט פֿאַרשלינגען פֿיל נעגאַטיװע באַמערקונגען פֿון אַנדערע סאָלדאַטן װאָס דאַװענען אין די צה"ל-שולן. טײל דערפֿון האָבן אַפֿילו נישט קײן עזרת-נשים, װײַל די סאָלדאַטקעס שטעלן נישט אַרײַן אַהין קײן פֿוס.

נאָכן אַװעקגײן פֿון צה"ל האָב איך אָנגעהױבן באַזוכן דעם כּותל יעדן ראָש-חודש. דער אַטמאָספֿער בײַם כּותל, דאָס געפֿיל אַז די אַלע פֿרױען װאָס דאַװענען אַרום מיר קערן זיך צום אײבערשטן און גיסן זיך אים אױס דאָס האַרץ, אינספּירירט מיך מיט דער פֿרײד מיט ייִדישער ברידערשאַפֿט. דאָ איז אײן אָרט װוּ אַלע הערצער - אַקסל צו אַקסל - רופֿן צום אײבערשטן.

דאָס דאַװענען בײַם כּותל איז אַזױ אַנדערש װי דאַװנען ביחידות אין דער הײם, אָדער תּפֿילה בציבור בײַם בית-כּנסת. דאָס איז אַ געשמישטע באַשאַפֿונג. איך בין ברשות-הרבים, מיט אַ סך מתפּללים, נאָר אַפֿילו קײן אײן קול הערט זיך נישט. בלויז אַ װײכע מורמלעניש, אַ פֿאַרשטיקטע געװײן, אַ שטילע געבעט.

אין תּהילים שטײט "אלוהים נצבֿ בעדת אל." דאַכט זיך אָבער אַז אין דעם מקום-קודש איז נישט נאָר דאָ דער אײבערשטער. פֿאַראַן אױך שׂינאה און ביטול, קינאה און קינטור. לכל-הפּחות איז דאָס געװען מײַן איבערלעבונג װען איך האָב געדאַװנט בײַם עזרת-נשים טראָגנדיק מײַן טלית.

די אָפּרופֿן פֿון די "נשים צדקניות פֿון כּותל" אױף מײַן אָנטאָן זיך דעם טלית האָבן זיך קײן מאָל נישט פֿאַרזאַמט. יעדן ראָש חודש קען איך דערװאַרטן אַן אַנדער "ברכה." זידלװערטער אױף העברעיִש און ייִדיש, סמיקע באַהאַנדלונג לגבי מיר מיט מײַן טלית, און ספּעקולאַציעס װעגן מײַן מין און רעליגיע. "אַ מאַן אין עזרת-נשים!" "ער איז אַפֿילו נישט קײן ייִד!" "אפֿשר איז צי פֿאַרשטעלט פֿאַר פּורים?"

איך האָב געפּרוּװט נישט הערן. איך האָב געפּרוּװט דאַװנען מיט כּװנה און תּפֿילה טאָן צום אײבערשטן וואָס איז מברך עמו ישׂראל בשלום, ער זאָל בענטשן זײַן פֿאָלק מיט דער ליבשאַפֿט פֿון מענטש צום מיטמענטש. װי קען איך דאַװנען פֿאַרן בנין-בית-המקדש װען דאָס פֿאָלק איז דערויף נישט גרײט? װען אײנע װאָס איז מקײם אַ מיצװה-דאורײתא װערט אַראָפּגעריסן און אָפּגעלאַכט?

אײן ראָש-חודש, נאָכן אָפּדאַװנען, אַרױסגײענדיק פֿון תּפֿילה-אָפּטײל, האָב איך פּלוצעם געזען װי אַ גרופּע פֿרױען, טראָגנדיקע טליתים, שטײען און דאַװנען צוזאַמען. ס'איז מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט די נשות הכּותל - קאָנסערװאַטיװע, רעפֿאָרם, און אָרטאָדאָקסישע פֿרױען װאָס קומען זיך צונױף צו דאַװנען יעדן ראָש-חודש שױן 21 יאָר. טײל טראָגן אַ טלית, תּפֿילין, צי אַ יאַרמולקע, טײל נישט. יעדע לױט איר השקפֿה. מיר האָט זיך תּיכּף געדאַכט, אַז מײַן אָרט איז מיט זײ.

יעדן חודש לײַדן מיר פֿון רציחהדיקע רײד. די פּאָליצײ קוקט זיך צו מיט געלעכטער. דאָס העכסטע געריכט האָט באַשלאָסן אַז גװאַלד-טאַטן און צװינגעניש זײַנען באַרעכטיקטע גרונטן, די פּאָליצײ זאָל אַקטן אױצומײַדן "אַ באַלײדיקונג צו דער עפֿנטלעכער סענסיטיווקייט." מע האָט אונדז פֿאַרװערט צו דאַװנען װײַטער מיט תּשמישי-קדושה, פֿאַרװערט צו לײענען פֿון דער תּורה בײַם עזרת-נשים . אונדז האָט מען צוגײעלט אַן אַנדער אָרט, אַװעק פֿון כּותל, אַן אָרט פֿאַר צװײטראַנגיקע בירגער, װוּ מיר זאָלן קענען דאַװנען אָן חלילה צװינגען דעם "באַלײדיקטן פּובליקום" אױסגעשטעלט װערן אױף דער ברוטאַלער זעונג פֿון פֿרױען װאָס זײַנען מקײם די מיצװות פֿון ציצית פֿון קריאת-התּורה.

דער פֿרימאָרגן פֿון ראָש-חודש כּסלו, דעם 18טן נאָװעמבער, איז געװען אַ קאַלטער ירושלימער פֿרימאָרגן. מיר זײַנען געשטאַנען, 42 נשות הכּותל, און געדאַװנט בײַם עזרת-נשים. אונדזערע טליתים האָבן מיר באַהאַלטן אונטער די מאַנטלען, דער ספֿר-תּורה איז געלעגן אין זײַן מאַנטל. ס'איז נישט געװען קײן פֿײַפֿעניש, קײן שטופּעניש, קײן געשרײ. מיר זײַנען געװען איבערראַשט װאָס מע האָט אָפּגעדאַװנט אומגעשטערט, און מיר האָבן געמײנט אַז ס'קען זײַן אַז מע האָט זיך שױן צוגעװױנט צו אונדזער בײַזײַן, אַז מע קען אַפֿילו לײענען פֿון דער תּורה אַקעגן די כּותל-שטײנער. דעמאָלט, בלױז אַ מינוט נאָך דעם װי מיר האָבן אַרױסגענומען דעם ספֿר-תּורה פֿון מאַנטל, זײַנען אַרײַן צװײ מענער אין עזרת-נשים און אָנגעהױבן אונדז אױסזידלען. מיר האָבן נאָר געװאָלט רויִק אָפּדאַװנען, האָבן מיר באַשלאָסן מװתּר זײַן אױפֿן תּורה-לײענען און אַװעקגײן, װי אין יעדן ראָש-קודש, לײענען בײַם אַלטערנאַטיװן אָרט. בשעת מיר גײען אַװעק, איך טראָגנדיקערהייט די תּורה, איז אונדז אַנטקעגנגעגאַנגען אַ פּאָליציִאַנט און מיר גענומען צושטופּען מיט כּוח צו דער דערבײַיִקער פּאָליצײ-סטאַנציע. אונדזער געבעטן און דערקלערונגען אַז מיר זײַנען אונטערװעגס צום אַלטערנאַטיװן אָרט זײַנען געװען אומזיסט. מע האָט מיך איבערגעפֿירט אױף פֿאַרהערונג בײַ דער סטאַנציע בײַם מצודת-דוד. בײַ מיר האָב איך נאָר געהאַט מײַן טלית, מײַן סידור און דעם ספֿר-תּורה.

בײַ דער פֿאַרהערונג האָט מען מיך געפֿרעגט פֿאַר װאָס איך דאַװן מיט אַ טלית װען איך װײס אַז דאָס איז קעגן געזעץ פֿון די הײליקע ערטער. איך בין אַ צה"ל -אָפֿיציר, אַ געזעצלעכער בירגער, אַ װאָלונטיר פֿאַר דער ציװילער גװאַרדיע, קײן פּאַרקיר-שטראָף האָב איך אַפֿילו נישט פֿאַרדינט - און דער געדאַנק אַז איך האָב געבראָכן דאָס געזעץ דריקט מיר זייער. פֿונדעסטװעגן קען איך נישט דערלױבן אַז מײַן תּוך-רעכט צו פֿרײַהײט פֿון רעליגיעזע גאָטס-דינסט זאָל מען צעטרעטן צוליב אַ פּסק-דין אַרױסגעטראָגן מיט יאָרן צוריק.

ס'איז אַ גרױסער ספֿק אַז מע װאָלט הײַנט אָנגענומען אַזאַ פּסק. אין די נאָכטריט פֿון די קאָנסערװאַטיװע און רעפֿאָרמירטע באַװעגונגען, במשך די לעצטע 10 יאָר, איז מען געקומען צו פֿאַרשטײן אין דער אָרטאָדאָקסישער װעלט אַז דאָס אָרט פֿון דער פֿרױ איז מער נישט באַגרענעצט צו דער קיך. די פֿעמיניסטישע אָרטאָדאָקסישע פֿרױען פֿאָדערן צו נעמען אַן אַקטיװן אָנטײל אין ייִדישן לעבן. עגאַליטאַרישע אָרטאָדאָקסישע שולן, װוּ פֿרױען טוען אָן טליתים און פֿירן אָן מיטן דאַװענען, קומען אוף װי שװאָמען נאָכן רעגן. די "סענסיטיװקײט פֿון פּובליקום" האָט זיך געביטן.

דער כּותל געהערט דעם גאַנצן פֿאָלק ישׂראל. דער כּותל איז נישט קײן חרדישער בית-כּנסת, און די נשות-הכּותל װעלן נישט דערלױבן ער זאָל אַזױ װערן.

מע האָט מיך פֿאַרװערט צו באַזוכן דעם כּותל אױף צװײ װאָכן, און אַ קרימינאַלע טעקע האָט מען געעפֿנט קעגן מיר. איך האָף אַז די טעקע װעט מען פֿאַרמאַכן, בפֿרט כּדי מע זאָל נישט שטעלן אין געפֿאַר מײַנע מעדיצינישע שטודיעס. אפֿשר, מיט דער הילף פֿון אײבערשטן, װעט דאָס טרױעריקע געשעעניש אופֿװעקן די קעגנערשאַפֿט פֿון דער עפֿנטלעכקײט, דאָס העכסטע געריכט זאָל װידער אָפּשאַצן זײַן פּסק און אים בטל מאַכן.

ירושלים איז די שטאָט פֿון הײליקײט און גערעכטיקײט פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט. פֿון ציון זאָל מען הערן דאָס קול פֿון גלײַכקײט, אומבאַגרענעצטער ליבשאַפֿט, און אַ בעסערן פֿאַרשטײעניש צװישן מעטנשן. ירושלים איז שױן אײן מאָל חרובֿ געװאָרן צוליב שׂינאת-חינם. לאָמיר האָפֿן אַז דאָס װעט מער קיין מאָל װידער נישט געשען.

נופֿרתּ פֿרנקל איז אַ פֿינפֿט-יאָריקער מעדיצין-סטודענקע אין ישׂראל און אַן אַקטיװער מיטגליד פֿון דער מסורתּי-קהילה אין כּפֿר-סבא. דאָס האָב איך איבערגעזעצט פֿון אַן ענגלישער װערסיע אין פֿאָרװערד.

2 תגובות:

  1. יעקב8:40 PM

    א מין פאלשע תמימות דאס!! זי קומט מיט א טלית און תפילין, וואס איז אויסגעשטעלט לויט דער תורה שבעל-פה (אין דער תורה שבכתב איז דאך נישט פארהאן קיין רמז וויאזוי א טלית אדער תפילין זעען אויס), אבער זי איז נישט גרייט אנצונעמען די טראדיציע פון דער תורה שבעל-פה וואס פארווערט פרויען אויסצופירן די דאזיגע מצוות. א מין פאראדאקסאלע באשעפעניש...

    אגב, אין הלכה ווערט געפסק'עט אז "חייב אדם לאהוב את אשתו כגופו ומכבדו יותר מגופו". דאכט זיך אז אזא שטארקע שעצונג צו דער פרוי מצד דעם מאן וועלן מיר נישט טרעפן אפילו ביי די הייסטע פעמיניסטן. הייסט דאס אז אונזער תורה האט נישט גרינגעשעצט אין די "נשים צדקניות", ווי זיי ווערן גערופן דורך חז"ל. דאך, זענען פארהאן מצוות וואס געהערן די מענער, און פארהאן מצוות באזונדער פאר פרויען. דאס וועלן "מחמיר" זיין אין דעם געביט, מוז זיין פארבונדן מיט א צומישעניש, ניט וויסנדיג אליין גענוי ווי מען שטייט..

    השבמחק
  2. Ikh trakht az der tzentraler teme funem shrift iz an umtoleranter sbibe tzulib di ekstrmiste ortodoksishe yidn. Zey hobn der monopol vegn "ver iz a yid un ver iz nisht". Me veyst zeyer gut az di sort yidn zaynen oykh di "oytentishe eygntimer" funem kotel. Azoy volt geven di eyntzike oyfn in velkhe azelkher a "minien" oder davnen grupe volt geven a publishe baleydikung...a

    השבמחק