יום חמישי, ספטמבר 25, 2008

פֿירן פֿירסטו די וועלט, אַזאַ יאָר אויף מײַנע שׂונאים (א)

די ימים-נוראָים איז אַ פּאַסיקע צײַט אַרומצורעדן די פּראָבלעם פֿון בייזס אויף דער וועלט. דאָ וועל איך אָנהייבן מיט אַ פֿאַרקירצן נוסח פֿון אַן עסיי ראָבערט נאָזיקס ("טעאָלאָגישע דערקלערונגען") אין זײַן בוך דאָס באַטראַכטע לעבן. דאָ שטעלט ער די קשיא, ווי אַזוי קען מען פֿאַרשטיין דעם חורבן, אויב גאָט איז אַ כּל-יכול, אַ כּל-יודע און אַ טובֿ-ומטיבֿ?
אַזוי ווי דער חורבן האָט כּמעט געענדיקט די עקזיסטענץ פֿון ייִדישן פֿאָלק, קען מען האַלטן טעאָלאָגיש אַז דאָס שטימט מיט אַ געשעעניש פֿון אַזאַ כּמות בײַם אייבערשטן, ד"ה עפּעס וואָס האָט כּמעט געענדיקט די געטלעכע עקזיסטענץ. למשל - איך וויל קיינעם דאָ ניט באַליידיקן - אַ פּרוּוו פֿון אייבערשטן זיך אַליין חרובֿ צו מאַכן.

פֿאַר וואָס וואָלט אַזאַ זאַך געשען? קען אַזאַ זאַך געשען? קען גאָט ענדיקן זײַן אייגענע עקזיסטענץ? איז עס קאַפּאַבל דערויף? אונדז איז ניט קלאָר. קען אויך זײַן אַז ס'איז ניט קלאָר גאָט אַליין. מע טאָר ניט סתּם דעפֿינירן גאָט ווי אַ כּל-יודע. עס קען געמאָלט זײַן, אַז געוויסע פֿאַקטן וועגן די גרענעצן פֿון די אייגענע כּוחות בײַ דעם ניוואָ זײַנען בײַ גאָט אומבאַקאַנט. דאָס (ניט) קענען ענדיקן די אייגענע עקזיסטענץ איז אפֿשר די לעצטע זאַך וואָס גאָט ווייסט ניט וועגן זיך אַליין. עס קען זײַן אָבער עפּעס וואָס עס מוז וויסן, אָדער פּרוּוון, כּדי אַדורכצופֿירן אַן אַנדער אויפֿגאַבע.

כאָטש די טעאָריע איז גענוג רחבֿותדיק צו דערקלערן דעם חורבן, איז זי ניט קיין גענוגנדיקע. אויב גאָטס פּרוּוו זיך חרובֿ צו מאַכן איז אַן עקספּערימענט, מתּוך אַן אינטעלעקטועלער נײַגעריקייט וועגן די אייגענע גרענעצן, איז אַזאַ געשעעניש ניט קיין ריכטיקע צו פּאַראַלעליזירן דעם חורבן, וואָס איז געפֿאַלן אויפֿן ייֵדישן פֿאָלק אָן דעם פֿאָלקס ווילן. ...


3 תגובות:

  1. העכטס אינטערעסאַנט

    רב קוק שרײַבט אין אַ פלאַץ אַז אױב מען האָט אַ קליין מוח האָט מען אַ קליין גאָט. מיר געפֿעלט בעסער העשל´ס פֿילאַסאָפֿיע געבױט אױפֿן קאָצק-קירקעגאַרד מהלך אַז אונז מיט געטליכע חשבונות קלעבן ווי אַרבעס צום וואַנט, מיר זענען קליינע בעלנים צו דערגרונטעווען פשעטלעך און פֿינגער-דרייענישן צו טרעפן אַ ראַציאנאַלן ענטפער אױף גאָטס אױפֿירונגען

    לאַמיר בעסער זאָגן מבינות אױף פראַסטע מאַטיריעלע זאַכן וואָס מיר קענען אָנטאַפען ווי איידער קריכן צום כסא הכבוד

    השבמחק
  2. אמונה אחרי שואה



    ליאו בק היה עצור בבוכנוולד עד סוף המלחמה. הוא נתנסה בכל ייסורי המחנה, פרט למוות, ובכל זאת נשאר איתן באמונתו:



    האלוהים אפוף מסתורין, אין הוא האל הנגלה, כי אם האל המתגלה. כל שעה בה קיימת יראת כבוד (reverence) גדולה באדם, וממנה נובעת נכונות גדולה כלפי אלוהים - באותה שעה עצמה קרוב האדם אל אלוהיו.



    מאחורי כל וודאות עומדת העלמה: מאחורי כל בהירות - מסתורין חדש... ומאחורי כל אלה, מעל לכל אלה, ומתחת לכל אלה, המיסתורין הגדול, שהוא מעבר למרחב ולזמן... אין בנמצא מחשבת אדם אשר פיענחה אותו או תוכל לפענחו. אך יראת הכבוד, אותה יראת כבוד שבלעדיה אין האהבה יכולה לחיות והנאמנות להתקיים - יראת כבוד זו יכולה להתקרב אליו, והיא שומעת את הקול בוקע ממנה "אהיה אשר אהיה".

    ליאו בק

    השבמחק
  3. נו גוט, דער אייבערשטער איז פארהילט אין מיסטעריע. דאס ווייסט יעדער בר בי רב. נאר מיסטעריעס צו מיסטעריעס זיינען ניט גלייך. איך בין ניט גרייט אראפצולאזן די הענט און זאגן "לא פידלתי! נאך א מיסטעריע!" איך קען ניט גלייבן אז דער רבונו-של-עולם האט חרוב געמאכט א גאנץ פאלק סתם אזוי, גלאט אין דער וועלט אריין. און אויב איר זאגט - חלילה, ניט גלאט אין דער וועלט אריין, ס'א מיסטעריע, וועל איך זאגן בתשובה - איז זאגט מיר ווי זיי זיינען אנדערש?!

    א גוט יאר!
    שלום

    השבמחק