יום שישי, אפריל 20, 2007

סוצקעווער: דער בלאָג

לאָמיר זען ווי דאָס וועט אַרבעטן. דער ערשטער פּאַסט איז דער ערשטער טייל פֿון דער פּאָעמע "אָדע צו דער טויב", צוזאַמען מיט מײַן ענגליש-טײַטש. נוצלעך וואָלט געווען צו וויסן, וועלכע ווערטער דאַרף איך פֿאַרטײַטשן פֿאַר די ייִדיש-לייענערס. און וועלכע לידער איר ווילט זען, טאָמער קענט איר זײַנע ווערק.

6 תגובות:

  1. אנונימי8:21 לפנה״צ

    קיינער איז נישט אינערסירט אויף קיין לידער.

    לידער קומט אלס קונסט און לוקסוס זיך צו פארסמאקעווען אין זייטיגן צייט פון לעבן.

    קודם וואלט געווען געאייגענט איר זאלט נוצען אייער שעפערישער פעדער פאר נוצליכע טעמעס.

    ווי געזונטהייט פרנסה און סתם טאג טעגליכע ענינים וואס אידישע רעדן'דע אידן שטויסן זיך אן און קענען הנאה האבן פון דיין ארבייט.

    פארשטייט זיך אז דאס איז אין דער אידישע וויקיפעדיע

    yi.wikipedia.org

    איך טייל דיר נישט איין וואס צו טאן איך וויל נאר בלויז מסביר זיין פארוואס דיין בלאג איז אזא פארשטופטער נאכגעלאזטער אפגעריסענער ווינקל וואס קיינער איז נישט דערין אינטערסירט דערווייל ווי דו זעהסט מסתמה אז אחוץ אבישי לאזט קיינער איבער קיין הודעות

    איך וואונטש דיר א רפואה שלימה

    השבמחק
  2. איך דאַרף האָבן לידער אין מײַן לעבן. אויב איר דאַרפֿט ניט, מה-טוב. פֿאַר מיר איז דאָס ניט קיין לוקסוס.

    וועגן ייִדיש-וויקיפּעדיע האָט איר שוין אויסגעדריקט אײַער מיינונג ווי געהעריק. איך וועל אי"ה פּרווון צו שרײַבן.

    אַ דאַנק פֿאַר די העפֿלעכע און עלעגאַנטע רייד! ממש שיחת חולין דתלמידי חכמים.

    השבמחק
  3. אנונימי10:47 לפנה״צ

    יעדער מענטש דארף האבן לידער.

    אבער לידער וואס קומט פון א צוויטער שפראך איז נישט קיין ריכטיגע לידער דאס איז קאפ פארדרייעניש.

    אחוץ אויב אידיש איז יא אייער ערשטער שפראך דאן פארשטיי איך נישט וויאזוי אייער בלאג איז בלויז ביזי מיט לידער. דאס שיינט מער ווי גרויסהאלטערישקייט אז איר קענט אידיש.

    און דאס באווייזט אייך ווי נישט קיין נארמאלער בלאגער. נאר בלויז אלס לידער אין א פארצייטישע קולטור וואס איז שוין געשטארבן אפשר זאגט איר מיר וויפל אייערס גלייכן איז דא אויף די וועלט אז עס לוינט זיך אויפהאלטן אזא סארט בלאג.

    די 3 יידישיסטען וואס לעבן נאך אויף די וועלט זענען משוגע און איר זענט איינער פון זיי, אז עס געפלט אייך נישט וואס אנדערע האלטן בשעתן ליינען מאכט א בלאג אן קיין הערות

    איך ליין אייך נישט צוליב דעם תוכן איך ליין אייך צוליב דעם וואס איך האלט אייערע כוחות און טאלאנטען זענען היסטארישע און איך זעה אין אייך אן אמת'ער ווילן צו פערזערווירן די אידישע שפראך נאר די וועג וויאזו איר טוט דאס איז זייער נאריש און באגראבט אונזער שפראך

    ענדערשטער פועל אויס ביי דיין חרדישער פינסטערער אנטעסמיט חבר קטלא און ביי דיינע פרענד אין פארווערטס וואס האסן חרדים זיי זאלן שטעלן א לינק צום וויקי וועסטו האבן עפעס אויפגעאטן מיט דיין לעבן.

    תודה

    השבמחק
  4. אנונימי10:49 לפנה״צ

    אינטערסאנט ביי דיין ענגלישן בלאג ביזטו נישט אזוי פארנומען מיט לידער.

    השבמחק
  5. צדיקל,

    אנשטאט פלאפלען ווי א נישט-פאר-קיין-איד-געדאכטן, גיי דיר טאקע צוריק צו דיין געוואלדיג-אינהאלטסרייכן "וויקיפעדיע", וואס איז מלא-וגדוש מיט "ניצליכע" זאכן ווי געזונטהייט - א פאר-דיר מסוכן-רעלעוואנט טעמע.

    לאז דעם נארישן שלום בערגער זיך פאטשקען מיט אזעלכע שטותים ווי לידער, און לאז אזעלכע משוגעים ווי מיר, וואס געפינען יא אן אינטערעס אין די-דאזיגע נארישקייטן, זיך מיט זיי פאסמאקעווען. לאזן די מענטשן זיך איינרעדן אז לידער זענען יא אינטערעסאנטער ווי דעם הויך-קולטורעלן אידיש-וויקיפעדיע. וואס ארט עס דיר?

    השבמחק
  6. מיר איז אינטרעסאַנטער צו לײענען שלומס לידער װי אײדער לאַנגװײַליקע נישט־ פּראָפֿעסיאָנעלע אַרטיקלען פֿון דער ײִדישער־ װיקיפּעדיע.

    השבמחק