אין דעם פּיקאַנטן זאָג חז"לס האָב איך זיך אָנגעשטויסן דורך אַזאַ מין וווּנדערלעכער תּורה־שפּיל: מע הייבט אָן מיט אַ קאַפּיטל תּהילים (אין דעם פֿאַל, ברכי־נפֿשי: אַ גוט־חודש אײַך, איידער כ´פֿאַרגעס) און מע גייט נאָך די לינקס (גיב אַ קליק אויפֿן פּסוק־נומער) צו זען וווּ עס גייט וועגן דעם די רייד אין ש"ס. נאָך אַ משל פֿון כּישוף־האינטערנעץ.
דאָס האָב איך געפֿונען דורך נאָך אַ באַדינונג, דורך וועלכער מע קען זען גרינג נאָכקוקן פּירוש רשי, די מצודות, און – גאַנץ קיל! – דעם וווּלגאַט, דאָס הייסט דעם תּרגום אויף לאַטײַניש. נאָר מע דאַרף געדענקען, אַז מע נומערירט די קאַפּיטלען אין יענעם תּרגום אַנדערש ווי אין תּנך. פֿאַר וואָס ווייס איך ניט. דאַרף מען נאָכקוקן קאַפּיטל 103 אויב מע וויל די איבערזעצונג פֿון אונדזער תּהילים קד.
כ´דאַרף אַרבעטן. מיטוואָך פֿאַרטיידיק איך אי"ה מײַן דיסערטאַציע. אויב איר ווייסט ניט וואָס דאָס איז, איז דאָס אַ ביג־דיל און כ´פֿיל זיך ווי כ´האָב אַ מיטאָג־באַשטעלונג מיטן מלאך־המוות.
יום שני, דצמבר 13, 2004
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
כ´האָב געדאַרפֿט שרײַבן „פּיקאַנטן.“ טײַטש „שאַרף, אינטערעסאַנט, צוציִיִק“.
השבמחקלאַטײַניש קען איך לייענען אַ ביסל, ווײַל ס´איז גענוג ענלעך צו שפּראַכן וואָס כ´באַהערש יאָ: שפּאַניש, למשל.
און דער מלאך־המוות? אַז ער עסט אויף מענטשן ווי מיך פֿאַרן הויפּט־מאכל, ווייס איך ניט וואָס פֿאַר אַ פֿאָרשפּײַז ס´וואָלט אים געזעטיקט. אפֿשר אַ זאַפֿטיקער ישיבֿה־בחור.