יום רביעי, מאי 11, 2005

את חטאי אַני מזכּיר היום (איבערחזרונג 10,965)

טײַערע חבֿרים, די נשמה וויל זיך צעשרײַבן נאָר דער צײַטפּלאַן פֿון אַ מעדיצין־סטודענט, בפֿרט אויף דער כירורגיע־ראָטאַציע (עבֿודת פּרך!) לאָזט ניט. וואָלט איך געוואָלט פֿאַרענטפֿערן זיך, און בעטן אײַך מיר לאָזן וויסן אויב איר וואָלט געוואָלט לייענען עפּעס וועגן אַ ספּעציפֿישער טעמע. וואָלט איר געוואָלט הערן וועגן לעבן אין שפּיטאָל? וועגן קראַנקע ייִדן? וועגן לעבן אויף דער איסט־סײַד? כ´וואָלט געוואָלט צופּאַסן מײַן שרײַבעכץ צו אײַער אינטערעס.

5 תגובות:

  1. אנונימי12:14 אחה״צ

    איך האב אייך געשיקט א אימעיל און נישט באקומען א תשובה, מסתם ווייל איר זענט זיכער זייער פארנומען.
    אבער אזויפיל מוז איך אייך מודיע זיין אז דער בליק האט שוין געגעבן זיין אנטווארט אין דער בליק חודש אדר א'

    השבמחק
  2. אנונימי6:25 אחה״צ

    דער בליק האט געשריבן איבער אייער שטיקל וואס איר רייסט אראפ שימאנאוויטש'ן. זיי נעמען זיך מכלומר'שט אן פאר אים...
    שיק מיר דיין פעקס נומער (אויב די האסט שוין...) און איך וועל דיר עס אהינשיקן.
    זייט געזונט.

    השבמחק
  3. כ´וואָלט שטאַרק געוואָלט באַקומען דאָס שטיקל אין „דער בליק“ (דאָס בליק־שטיקל?). כ´בין אָבער איינער פֿון די פֿאַקס־לאָזע. קענסט זיך מטריח זײַן און צושיקן מיר מיט דער פּאָסט, בין איך אײַך אייביק דאַנקבאַר:

    Berger
    210 East Broadway Apt H301
    NY NY 10002-5508

    אַ דאַנק פֿאָרויס!

    וואָס שײַך איסט־סײַד־טיפּן איז דאָס אַ פֿײַנע טעמע. וועל איך זיך נעמען צו דעם אין אַ שעת־הכּושר.

    השבמחק
  4. אנונימי9:41 לפנה״צ

    שוין געשיקט.
    און זאגט מיר אייער נייע אימעיל אדרעס ווייל זעט אויס איר האט נישט באקומען מיינס א בריוועלע.

    השבמחק
  5. אנונימי4:26 אחה״צ

    I am so impressed with your wonderful 'Yiddish', where did you learn it? it gives so much pleasure to read it. thank you

    השבמחק