יום שלישי, ספטמבר 21, 2004

אַ פֿאָלק איז אַ בינטל מענטשן (ליד)

אַ פֿאָלק איז אַ בינטל מענטשן
אַ מענטש איז אַ געזעמל פֿעלקער
אַ בין פֿליט געניט אַ שלשלת
צווישן די בלומען אין אַלקער.

יעדע רגע איז אַ סצענע
און האַרצקלאַפּעניש אַ ניגון
בוררים העט זינט מתּן־תּורה
צווישן משוגעת און שיגעון –

אַזאַ מין שבתדיקער נוסח
וואָס מע זאָל צו דער וועלט שיין צופּאַסן.
דער מענטש איז אַ מיינונג באַלעבט.
מע קערט קדמא־אזלאדיק די גאַסן.

3 תגובות:

  1. אנונימי12:06 PM

    אייגנס?
    זייער גיט!!!

    השבמחק
  2. אנונימי1:46 PM

    faran tzu fiel hebreishe verter in Yiddish. Ich ken nisht gedenken a sach hebreishe verter fun Tora. Ich beforzug(prefer) daitche verter in Yiddish vorem ich kenn daitch redn.

    השבמחק
  3. איך פֿאַרשטיי וואָס איר זאָגט, נאָר מײַן וואָקאַבולאַר איז שווער צו בײַטן. מײַן בלאָג איז אין אַלגעמיין פֿאַר מענטשן וואָס קענען שוין ייִדיש, ניט פֿאַר קיין סטודענטן.

    אָט איז אַ ווערטערבוך וואָס קען אײַך העלפֿן:
    http://www.yiddishstore.com/nibdic.html

    השבמחק