ערבֿ ראָש־השנה
אַלמעכטיקער פֿאָטער, איך ווייס ניט ווי איך האָב די חוצפּה צו שטיין פֿאַר דיר דרײַ מאָל אַ טאָג, נאָר אויף דעם איז שוין אַ תּירוץ – כ´בין צו דעם שוין צוגעוווינט. נאָר אַז מע האָט בדעה צוצוגיין מיט דיר מיט כּוונה, מע זאָל געמישפּט ווערן צום גוטן, און אין איין צײַט איז מען פֿון מיט זינד ווי אַ מילגרוים מיט קערנדלעך . . . דאָס איז אַ פּײַנלעכע סתּירה.
ווי קען איך בעטן פֿאַר זיך אַליין, פֿאַר דער משפּחה, ווען איך לעב דאָך אויך אין אַ קהילה, אַ שטאָט, אַ לאַנד, אַן אָנגעווייטיקטער וועלט? און ווי אַזוי, צוריקגערעדט, קען איך בעטן בײַם קיניג איבער דער גאַנצער וועלט אָן צו דערמאָנען זיך אין מקדש מעט וווּ כ´ברענג יעדן טאָג קרבנות?
פֿאַרלאָז איך זיך אויף דיר, גאָטעניו, צונויפֿצוברענגען די אַלע דימענסיעס פֿון לעבן. כ´וועל זיך פּרוּוון פֿאַררייניקן אין יעדן פֿון זיי. כ´שטיי פֿאַר דיר ניט נאָר ווי אַ יחיד, אַ צעבראָכן און פֿאַרבענקט האַרץ, נאָר ווי אַ טאַטע, אַ מאַן, אַ זון, אַ בעל־הבית, אַ ייִד, אַ ניו־יאָרקער, אַן אַמעריקאַנער, און אַ מענטש.
פֿאַר יעדן פֿון זיי איז דאָ אַ ריכטיקער וועג און אַ טעותדיקער וועג. לאָז מיך דערשפּירן ווי אַזוי זיך צו פֿירן, כ´זאָל געפֿינען דעם גאָלדענעם וועג וואָס גייט אַדורך די אַלע מדרגות צו שלמות צו.
גיב אונזער משפּחה פּרנסה בשפֿע, און כאָטש אַ קליין געלעגנהייט צו זײַן אַ טייל פֿון יסוד פֿון דײַן לשון־ואומה. לאָמיר זיך אויסלערנען ווי אַזוי צו זײַן אַ גוטער טאַטע.
זײַ מזכּה דײַן פֿאָלק ישׂראל און מדינת־ישׂראל מיט שלום און שׂכל, פֿאַרשטאַנד און פֿאַרשידן־מיניקייט. שיץ אַלע דײַנע פֿעלקער אין אַלע עקן וועלט, ווי עס שטייט געשריבן אין דײַן תּורה: צו אַלץ ביסטו גוט, און דערבאַרעמסט זיך אויף אַלע דײַנע באַשעפֿענישן.
און אויך אויף מיר, מײַן פֿרוי, און מײַן טאָכטער זאָלסט זיך אַזוי דערבאַרעמען אינעם יום־טובֿ פֿון זכרונות און שׂימחה. אָמן.
יום רביעי, ספטמבר 15, 2004
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה