יום ראשון, אוקטובר 25, 2009

דער באַלטימאָרער עקספּערימענט, טייל צוויי

איך קען ניט זאָגן אַז דאָס איז געווען די בעסטע וואָך. דער שפּיץ איז געקומען צום סאַמע סוף, ווען איך בין אַראָפּגעגאַנגען פֿון דעם שאָטל וואָס פֿאָרט פֿון מעדיצינישן צום אוניווערסיטעטישן קאַמפּוס. אַ שיינע טאָג געווען, ערבֿ־שבת, זיך אײַנגעשאַפֿן אַ פֿלאַש ווײַן בײַם קאָרעיִשן ווײַנגעשעפֿט (וווּ מע דאַרף דיך אַרײַנקלינגען ווײַל די טירן זײַנען שטענדיקן פֿאַרשלאָסן). טאַקע אויף דעם בלאָק וווּ מיר וווינען איז צו מיר זײַטיק אונטערגעקומען אַ חבֿרה דרײַ מענטשן (וואָס צוליב מײַן שוואַכער ראיה און אַלגעמיינער נאַיִווקייט כ'האָב ניט באַמערקט). איינער האָט אַ זאָג געטאָן: אײַ וואַנט סאָמינג פֿראָם יו, און כ'האָב געפֿרגט "וואַט?" האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פּונקט פֿאַר מיר אין די אויגן, און אַרויסגעברומט: יור וואַלעט, קאָז! [דײַן בײַטל, ברודערקע!] האָב איך אָן אַ וואָרט איבערגעגעבן. דערנאָך: "אײַם נאָ פֿול! יור סעלפֿאָן טו!" דאָס האָב איך אויך מכבד געווען דעם פֿײַנעם יונגערמאַן.

איך ווייס ניט וואָס אָפּצולערנען דערפֿון. דער בלאָק איז אַ געפֿערלעכער? קען זײַן אַז מיר זײַנען אויפֿן ראַנד פֿון אַ ניט־פּאַסיקן געגנט, נאָר אויף דער בלאָק וווינען משפּחות אויך. דער דינגמאַרק אין באַלטימאָר, פֿון די שטיבער וואָס זײַנען אונדז פּאַסיק (וווּ איך קען צוגיין צום שאָטל, צוליב מײַן ניט־שאָפֿערישקייט) און מע קען צוגיין צו די געשעפֿטן און אין שול אַרײַן, איז ניט דער ברייטסטער.

ס'איז מער דער שאָטן וואָס יענע געשעעניש האָט אויף אונדז אַראָפּגענידערט, וואָס כ'האָף וועט באַלד אויסוועפּן און איבערלאָזן מיך מיטן זעלבן פֿריד ווי פֿריִער. דערווײַל אָבער דאַרף איך זיך אַרומטראָגן מיט מײַן פֿייק־בײַטל און מײַן פֿייק־סעלפֿאָן, צוזאַמען מיט די אמתדיקע, מע זאָל האָבן וואָס מקריבֿ צו זײַן די גזלנים.

2 תגובות:

  1. אנונימי6:14 אחה״צ

    המקום ימלא חסרונך! איך באווונדער דיין סטוייקאליקייט נאך אזא מעשה אז עס זעט נישט אויס אז דו האסט כעס אדער פאראיבל קעגן די פארברעכער.

    איך ווייס ווען עס פאסירט מיט מיר וואלטן מיינע געפילן געווען אויסגעדרייט צו מיר סארא שלימזל איך בין אז מען אטאקירט מיך און נישט נאר איך דערלאנג זיי נישט א מתנת יד נאר איך געב עס זיי איבער בשתי ידים.

    זאלסט הערן בשורות טובות.

    השבמחק
  2. Mit azelkhe sipurim, ikh fil zikh a bisl vintziker modne in Meksike.
    Ikh pruvir tzu trakhtn vi iz es meglikh nisht tzu vern faribl oder in kas.
    In mayn spetzifishe gezelshaft umzikherhayt iz az me zogt in Meksike "."dos tog-teglekher broyt

    השבמחק